Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אוי די כּהנים! וואָס ווילן זיי פֿון מיר?Why don’t those ‘kohanim’ leave me alone?

זינט איך האָב זיך געגט מיט מײַן ערשטן מאַן האָבן כּהנים זיך אָנגעזעצט אויף מיר, כּלומרשט כּדי מיר צו העלפֿן.

די דערציילונג איז טייל פֿון אַ זאַמלונג עסייען פֿון דער פּרעכטיקער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל, וואָס מיר האָבן אָנגעהויבן איבערדרוקן אין איר אָנדענק זינט איר דריטן יאָרצײַט אין 2023. כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

אַלע ייִדן — נו, זיכער ס׳רובֿ ייִדן — ווייסן אַז כּהנים זײַנען אָפּשטאַמלער פֿון אַהרן הכּהן, משה רבינוס ברודער.

און פֿון אָנהייב אָן איז די כּהונה איבערגעגעבן געוואָרן פֿון טאַטעס צו זייערע זין. ס׳איז טאַקע אַ פֿײַנער ייִחוס. ס’איז ווי מע וואָלט געבוירן געוואָרן אין אַ קיניגלעכער משפּחה, אָבער אָן קיין זיכערע עשירות. ייִדן גיבן אָפּ דעם כּהן אַ סך כּיבודים: יום־טובֿים בענטשן זיי די מתפּללים; זיי באַקומען די ערשטע עליה אין שיל, און זיי האָבן דעם זכות צו פֿירן דאָס בענטשן נאָך אַ סעודה. זייער פֿײַן!

אָבער די כּהונה קומט אויך מיט עטלעכע באַגרענעצונגען: די כּהנים טאָרן נישט גיין אַהין, וווּ ס׳קען זיך געפֿינען אַ מת; למשל, אין אַ שפּיטאָל, און אַוודאי און אַוודאי נישט אויף קיין בית־עולם, אַ חוץ ווען ס׳שטאַרבט אַ טאַטע אָדער מאַמע.

שטאַרק באַגרענעצט איז אויך מיט וועמען כּהנים מעגן חתונה האָבן. בעסער געזאָגט — מיט וועמען זיי טאָרן ניט חתונה האָבן. צווישן אַנדערע טאָרן זיי נישט נעמען קיין גרושה (אַ געגטע פֿרוי) פֿאַר אַ ווײַב. אַן אַלמנה — יאָ! אָבער עס שטייט בפֿירוש אין חומש אַז אַ גרושה איז פֿאַרווערט, אָסור! וואָס זשע ווילן זיי פֿון מיר, אַליין אַ געגטע פֿרוי?

נישט לאַנג נאָך דעם וואָס איך, אַ לאַנג־יאָריקע אײַנװױנערין פֿון שיקאַגע, האָב געקראָגן דעם ציווילן גט פֿונעם ערשטן מאַן מײַנעם, קלינגט מיר זײַנער אַ פֿרײַנד, משה, אַ פֿרומער אַדוואָקאַט, אַ כּהן און אַ טשודאַק. ער וויל וויסן צי איך האָב שוין באַקומען דעם ייִדישן גט פֿון מײַן מאַן. „ס׳איז שוין עטלעכע חדשים וואָס דו האָסט שוין דעם ציווילן גט, ניין?“

„יאָ, אמת,“ האָב איך אים געענטפֿערט. „אָבער ער רעדט אין גאַנצן נישט וועגן קיין ייִדישן גט.“

„ס׳איז שוין די העכסטע צײַט!“ זאָגט ער. „איך וועל מיט אים כאַפּן אַ שמועס.“

„גוט, אַ דאַנק.“

און דער משה הייבט מיר אָן צו קלינגען עטלעכע מאַל אַ וואָך. ער רעדט וועגן זיך, וועגן דער מאַמע זײַנער. ער פֿרעגט מיך וואָס די קינדער מאַכן, און אַלע מאָל קומט ער צוריק צום זעלבן ענין: דעם גט.

איך ענטפֿער אויף זײַנע פֿראַגעס ווייניקער און ווייניקער, ווײַל אין דער זעלביקער צײַט טו איך עפּעס אַנדערש: אָדער איך לייג אַוועק די וועש, אָדער איך ראַם צו אין קיך, און איך מיין אַז ער ווייסט אַז איך גיב אים נישט אָפּ דעם גאַנצן אינטערעס מײַנעם. איז מיר געווען אַ חידוש ווען אין אַ שיינעם טאָג גיט ער אַ שיס אויס: „נאָך דעם וואָס דו באַקומסט דעם גט, וועסטו מיט מיר חתונה האָבן? איך ווייס אַז אין די לעצטע צײַטן ווען מיר רעדן אַזוי אָפֿט האָסטו מיך אַ ביסל ליב באַקומען, און איך דאַרף דיר נישט זאָגן, אַז דו ביסט מיר אַלע מאָל געפֿעלן. דעם אמת געזאָגט, ווייס איך אין גאַנצן נישט פֿאַר וואָס ער וויל דיך אָפּגטן, אָבער ס׳איז בעסער פֿאַר מיר. ער מוז דיר אין קורצן געבן אַ גט. איך ווייס נישט פֿאַר וואָס ער איז אַזוי פֿאַרביסן.“

כ׳בין געשטאַנען פֿאַרגאַפֿט. אויף דעם האָב איך זיך אין גאַנצן נישט געריכט. „אָבער משה, דו ביסט דאָך אַ כּהן! די אַלע יאָרן האָסטו געוואַרט אויף אַ בתולה. סתּם אַ נישט־חתונה־געהאַט מיידל איז פֿאַר דיר נישט כּשר גענוג געווען. און איצט ווילסטו מיך? ביסט משוגע אויפֿן גאַנצן קאָפּ! איך האָב דאָך פֿיר קינדער. וואָס איז מיט דיר?“

„יאָ, יאָ,“ האָט ער מיר געענטפֿערט געלאַסן, און דאָס איז מיר אויך געווען אַ וווּנדער, ווײַל געוויינטלעך ווען מע זאָגט אים עפּעס וואָס ער וויל נישט הערן שרײַט ער אויפֿן קול, אַזוי הויך אַז מע וואָלט אים געקענט הערן אַזש ביז ניו־יאָרק.

„איך האָב שוין לאַנג געטראַכט וועגן דעם און געקומען צום אויספֿיר, אַז נאָך אַזוי פֿיל טויזנטער יאָרן ווייסט קיין איין כּהן נישט גענוי, הונדערט פּראָצענט, אָן קיין שום ספֿק, אַז ער איז טאַקע אַ כּהן. ווער ווייסט צי איך בין טאַקע אַ כּהן? איך האָב געלט. האָב מיט מיר חתונה.“

זײַנע ווערטער האָבן מיך גוט אויפֿגעטרייסלט. ער איז מיר דאָך קיין מאָל נישט געפֿעלן! נאָר ווי זאָג איך אים דאָס? ווען ער האָט, אָבער, דערמאָנט געלט, האָט דאָס דורכגעריסן מײַן שאָק, און כ׳האָב מער נישט געטראַכט פֿון יאָ געפֿעלן, נישט געפֿעלן. אַזאַ באַליידיקונג! און כ׳האָב אַנגעהויבן שרײַען: „עס גייט נישט אין געלט! איך וויל נישט דײַן געלט. מיך קען מען נישט אָפּקויפֿן! וואָס בין איך, אַ פּעקל וואָס דו קויפֿסט אויף ׳אַמעזאָן׳? באָצאָלטסט מיט אַ קרעדיט־קאַרטל און דעם צווייטן טאָג ליגט עס שוין אויף דער שוועל? ניין! איך וויל אַפֿילו נישט הערן דײַנע תּירוצים. דער פּסק שטייט אין ספֿר ויקרא און איך וויל נישט הערן דײַנע קלוגע פּילפּולים. קלינג מיר נישט מער!“

דער ייִנגסטער מײַנער איז געקומען צו לויפֿן. „מאַמע, מאַמע, פֿאַר וואָס שרײַסטו?“ פֿרעגט ער.

„ס׳איז גאָרנישט, זיסקייט. אַ מאַן האָט געוואָלט איך זאָל אים עפּעס פֿאַרקויפֿן. ער וועט מער נישט קלינגען.“

וואָלט מען געקענט מיינען, אַז דאָס איז געווען דער סוף פֿון מיר מיט כּהנים. אָבער ניין. אַ געגטער מאַן האָט געהערט פֿון עמעצן, אַז איך בין אַ שדכנטע, האָט ער מיר אָנגעקלונגען. אַ שטילער, אַן איידעלער, אַ פּענסיאָנירטער פֿיזישער טעראַפּעווט פֿון פֿלאָרידע וואָס האָט אונטערגעהונקען אַ ביסל, געגאַנגען מיט אַ שטעקן און אַליין געדאַרפֿט האָבן פֿיזישע טעראַפּיע אויף אַ פֿוס, ווײַל שלעפּנדיק אַ וואַליזקע בעת זײַן אומקערן זיך פֿון אַ באַזוך אין קאַנאַדע איז ער נעבעך אַראָפּגעפֿאַלן די לעצטע עטלעכע שטיגן פֿון די רעדלטרעפּ אין פֿליפֿעלד אוון אויסגעדרייט אַ פֿוס.

ער — לייבל הייסט ער — האָט מיר דערציילט די גאַנצע מעשׂה פֿון זײַן ווײַב, ווי זי איז מיט אַ מאָל אַראָפּ פֿון זינען און נאָך עטלעכע חדשים אין פּסיכיאַטרישן שפּיטאָל גערעדט נאָר פֿון גטן זיך. זי וויל אים מער נישט זען; זי וויל די קינדער מער נישט זען און די צוויי אומשולדיקע אייניקלעך אויך נישט. נו, וואָס האָט ער געקענט טאָן? ער האָט געדולדיק געוואַרט זעקס חדשים, געגאַנגען יעדן צווייטן טאָג זי זען אין שפּיטאָל מיט דער האָפֿענונג, אַז אָדער די פּסיכאָטראָפּישע מעדיקאַמענטן אָדער איר רעדן מיט די פּסיכיאַטערס וועלן איר העלפֿן. צום סוף, איז געוואָרן נאָך ערגער, האָט ער קיין ברירה נישט געהאַט, נאָר איר צו געבן אַ גט. זײַן קול האָט געקלונגען ווי אַ מענטש זייער געפֿאַלן בײַ זיך, ווי אַ פֿאַרלוירענע נשמה. און איך האָב אויף אים רחמנות געהאַט.

ער האָט גערעדט מער ווי אַ האַלבע שעה, און ווײַטער געוואָלט רעדן, אָבער איך האָב נאָך אַ סך געהאַט צו טאָן, האָב איך אים איבערגעריסן די רייד, זאָגנדיק: „זײַט מיר מוחל, איך מוז איצט גיין, אָבער געוויינטלעך וויל איך זיך טרעפֿן מיט מײַנע קליענטן פּנים־אל־פּנים.“

ער איז שטיל געוואָרן און אין אַ פֿריילעכערן טאָן געזאָגט: „גוט! מאָרגן האָט איר צײַט זיך מיט מיר צו טרעפֿן?“

„איר ווילט קומען מאָרגן?“

„יאָ, פֿאַר וואָס נישט? וואָס גיכער איר באַקענט זיך מיט מיר, אַלץ גיכער קענט איר מיר געפֿינען אַ שידוך. ס׳איז שוין אַ יאָר נאָכן גט.“

„גוט,“ האָב איך געזאָגט נאָך דעם וואָס איך האָב זיך דערכאַפּט דעם אָטעם, ווײַל איך בין נישט צוגעוווינט, אַז מיט שידוכים זאָל גיין אַזוי גיך. געוויינטלעך דרייען מײַנע קליענטן מיר דעם קאָפּ. זיי ווילן יאָ, זיי ווילן נישט, זיי ווייסן נישט. זי איז צו קורץ, ער איז צו הויך, די מאַמע טראָגט הויזן, און אַזוי ווײַטער. צו דעם בין איך שוין צוגעוווינט.

נו, ווײַזט אויס, אַז אַ ביסל מוט האָט ער נאָך געהאַט. אפֿשר אַ רעשטל פֿונעם כּוח וואָס ער פֿלעגט אַ מאָל האָבן? ווער ווייסט? אָבער דעם אמת געזאָגט איז עס מיר געפֿעלן. געזאָגט און געטאָן: וואָס ווייניקער דרייען.

און ער איז טאַקע געקומען. פּנים־אל־פּנים איז ער נישט געווען אַזאַ נעבעכל ווי ס׳האָט זיך מיר אויסגעדאַכט טעלעפֿאָניש. ווען ער האָט מיך דערזען האָבן זיך בײַ אים די אויגן צעפֿינקלט. באַלד האָט ער פֿאָרגעלייגט, אַז מיר זאָלן גיין עפּעס עסן אין אַ רעסטאָראַן. עס האָט אים געהונגערט נאָכן שלעפּן זיך מיט טאַקסיס און עראָפּלאַנען. דער פֿאָרלייג איז מיר אויך געפֿעלן געװאָרן. אין רעסטאָראַן זענען מיר געזעסן גאַנצע צוויי שעה. ער האָט מיר דערציילט וועגן זײַן פּראָפֿעסיע, וועגן זײַנע קינדער און אייניקלעך. איך האָב זיך מיט אים געפֿילט זייער באַקוועם. אפֿשר צו באַקוועם נאָך אַזאַ קורצער צײַט, און איך, דער אייביק נאַיִווער אָפּטימיסט, האָב אָנגעהויבן צו טראַכטן, אַז אפֿשר האָט דער רבונו־של־עלום סוף־כּל־סוף געהאַט אויף מיר אויך אַ ביסל רחמנות, און מיר צוגעשיקט גלײַך צו דער טיר עפּעס רעכטס. ער האָט אויך דערפֿילט די נאָענטקייט צווישן אונדז. ער האָט געזאָגט אַז אַלע זײַנע פֿרײַנד האָבן אים דערקלערט ווי שווער עס וועט זײַן צו געפֿינען אַ פּאַסיקע אַלמנה ווײַל ער איז אַ כּהן, און ער גלייבט נישט אַז ער זאָל האָבן באַלד געטראָפֿן. זײַן פּנים האָט זיך צעשטראַלט, נאָר איך האָב פּלוצעם דערפֿילט ווי אַ נאַסע שמאַטע האָט מיר געגעבן אַ פֿראַסק אין פּנים.

ער האָט באַלד דערקענט, אַז די שטימונג צווישן אונדז האָט זיך געענדערט. דאָס גוף־לשון מײַנס האָט מער נישט גערעדט פֿון ווייכקייט און צוגעלאָזנקייט, נאָר שטײַפֿקייט און דערווײַטערונג.

„וואָס איז דיר?“ האָט ער מיך געפֿרעגט.

„האָסטו געזאָגט, אַז דו ביסט אַ כּהן?“

„יאָ, דערפֿאַר פֿריי איך זיך וואָס איך האָב זיך מיט דיר באַקענט.“

„אָבער איך טאָר נישט חתונה האָבן מיט קיין כּהן.“

„וואָס רעדסטו? ביסט דאָך אַן אַלמנה, אַיאָ?“

דאָס בלוט איז מיר אַרויס פֿון די באַקן, די פֿינגער זענען מיר געוואָרן ווי שטיקער אײַז, און איך האָב אים דערציילט, אַז פֿאַר דעם וואָס איך בין געוואָרן אַן אַלמנה מיטן צווייטן מאַן האָב איך זיך געהאַט געגט מיטן ערשטן מאַן.“

„ניין! דאָס קען נישט זײַן!“ זאָגט ער שטילערהייט, כּמעט צו זיך אַליין.

„רעד נישט קיין נאַרישקייטן,“ האָב איך אומגעדולדיק געזאָגט. „די פֿיר קינדער מײַנע, זאָלן זיי לעבן און זײַן געזונט, זענען פֿונעם ערשטן מאַן.“

דער לייבל האָט אויסגעזען אַזוי טרויעריק אַז איך האָב דערפֿילט אַ צופּ אין האַרצן. קוקנדיק אויף אים האָב איך געזען, אַז אים פֿאַרדריסט זייער די גאַנצע מעשׂה, האָב איך אים געפּרוּווט מונטערן.

„נו, אַ מאָל גיט זיך דאָס רעדל אַ דריי, און… דערפֿאַר זאָגט מען, אַז דער מענטש טראַכט און ג־ט לאַכט. ווייסט וואָס, לייבל? איך בין דאָך אַ שדכנטע אויף דער אינטערנעץ, וועל איך דיר געפֿינען אָדער אַ פֿרוי וואָס האָט קיין מאָל נישט חתונה געהאַט אָדער אַ טויגעוודיקע אַלמנה.”

די שעהען ביז ער איז אַוועק דעם זעלביקן אָוונט האָבן מיר געפֿילט ווי אַ גאַנצער מעת־לעת.

בקיצור, ער האָט מיך געפֿאָלגט. ער איז געוואָרן מײַן קליִענט און איך האָב פֿאַר אים אָפּגעזוכט זעקס פּאַסיקע שידוכים. בײַ יעדער איינער האָט ער געפֿונען אַ חסרון : איינע איז צו גראָב, די אַנדערע איז אויסגעמורזשעט, איינע — צו קורץ, די אַנדערע — צו הויך, איינע וווינט צו נאָענט צו דער מעקסיקאַנער גרענעץ אאַז״וו. מיר האָבן גערעדט און געלאַכט אַלע טאָג. מיר זײַנען געוואָרן גוטע־פֿרײַנד, און איך האָב געזען, אַז ווען ער רעדט צו מיר ווערט אים דאָס געמיט לײַכטער. און דעם ריינעם אמת געזאָגט האָב איך זייער אַרויסגעקוקט אויף זײַן קלינגען מיר אין אָוונט. ווען כ׳האָב אים גערעדט שידוכים האָבן מיר געהאַט וועגן וואָס צו רעדן, אָבער ווען מײַן קוואַל פֿון פּאַסיקע פֿרויען האָט זיך אויסגעשעפּט האָט ער אָנגעהויבן רעדן אַנדערש.

מיט אַ מאָל, ווי אַ בליץ פֿון הימל, פֿרעגט ער מיך צי איך בין זיכער אַז די ערשטע חתונה מײַנע איז געווען אַ כּשרע.

„וואָס רעדסטו, לייבל?“

האָט ער מיר ווידער געשטעלט די זעלביקע קשיא און זיך אַרײַנגעלאָזט אין די פּרטים וועגן דעם ווער ס׳זײַנען געווען די עדות אונטער דער חופּה: זענען זיי געווען פֿרומע? ווער איז געווען דער מסדר־קידושין? איך האָב נישט געקענט גלייבן וואָס גייט דאָ אָן. ווען איך האָב דערמאָנט דעם נאָמען פֿונעם באַוווּסטן, חשובֿן רבֿ וואָס האָט דורכגעפֿירט די חתונה, האָט ער שוין נישט געהאַט מער קיין פֿראַגעס. ס׳איז געווען גלײַך ווי די לופֿט איז אַרויס פֿון אַ באַלאָן, און דערנאָך איז שטיל געוואָרן.

„לייבל, לייבל? זאָג עפּעס.“

„אויב אַזוי וועל איך מוזן רעדן מיט מײַן רבֿ וועגן דעם.“

„ס׳איז נישטאָ וועגן וואָס צו רעדן. איך מיין, אַז די בעסטע זאַך וואָלט געווען ווען מיר רעדן נישט מער אַלע טאָג. זײַ געזונט און זאָל דער אייבערשטער דיר צושיקן דעם ריכטיקן שידוך.“

„מיר וועלן נאָך רעדן. זײַ געזונט,“ זאָגט ער מיר.

כ׳האָב נישט געהערט פֿון לייבלען עטלעכע טעג, עטלעכע לאַנגע טעג. כ׳האָב נאָך אים געבענקט, ספּעציעל אין אָוונט, ספּעציעל אַכט אַ זייגער ווען ער פֿלעגט מיר געוויינטלעך אָנקלינגען. כ׳האָב זיך שוין אָנגעהויבן צוגעוווינען צום פֿאַקט, אַז ער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון מײַן לעבן, ווען אין איינעם אַן אָוונט, פּונקט אַכט אַ זייגער קלינגט דער טעלעפֿאָן.

ס׳איז לייבל! בקיצור, זאָגט ער מיר, אַז ווען ער האָט געזען אַז ער קען ניט פּסלען מײַן חתונה וויל ער איצט פּרוּוון פּסלען די כּהונה זײַנע: אפֿשר איז ער באמת נישט קיין כּהן.

„ווייסט נישט וואָס דו טוסט, לייבל. דו האָסט צוויי זין און צוויי אייניקלעך; איינס איז דרײַצן יאָר אַלט וואָס דו האָסט מיר געזאָגט איז זייער שטאָלץ צו שטיין יום־טובֿ אויף דער בימה מיטן טאַטן און דוכענען. טו דאָס נישט, לייבל. זיי וועלן מיך פֿײַנט האָבן.“

„ניין, ניין! זיי קענען דיך נאָך נישט. ווען זיי וועלן דיך קענען וועלן זיי דיך ליב האָבן אַזוי ווי איך.“

„לייבל, איך בעט דיך, טו גאָרנישט. בעט דעם אייבערשטן, ער זאָל דיר צושיקן די ריכטיקע, און פֿאַרגעס אין מיר. און איך וועל אויך בעטן דעם רבונו־של־עולם פֿאַר דיר. קלינג מיר מער נישט אָן. איך וויל גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט אַזאַ משוגעת. זײַ געזונט.“

צום ווייניקסטן איין מאָל אין וואָך האָט לייבל מיר סײַ־ווי־סײַ אָנגעקלונגען. יעדעס מאָל וואָס איך האָב געזען אויף דער אידענטיפֿיצירקע אַז לייבל קלינגט האָט דאָס האַרץ אָנגעהויבן קלאַפּן ווי אַ פּויק, די באַקן האָבן געפֿלאַמט און איך האָב געהאַלטן דעם אָטעם ביז ער האָט געענדיקט זײַן אָנזאָג, און דערנאָך האָב איך נישט געקענט שלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט.

בקיצור, אין משך פֿון צוויי חדשים האָט ער געמוזט אויסגעפֿינען וווּ מ׳האָט דעם טאַטנס טאַטן מקבר געווען. דערנאָך האָט ער געמוזט וואַרטן ביז מ׳האָט די מצבֿה פֿאָטאָגראַפֿירט און דאָס בילד אים צוגעשיקט. מ׳האָט אים גאָרנישט געוואָלט איבערגעבן טעלעפֿאָניש. ווען ער האָט דאָס בילד ענדלעך באַקומען האָט ער זיך דערפֿרייט, ווײַל בײַ דעם זיידנס נאָמען איז נישט געשטאַנען דאָס וואָרט „הכּהן.“

ס׳איז שוין געווען זעקס וואָכן וואָס איך האָב מיט אים נישט גערעדט און איך האָב געזען ווי באַנומען ער איז געוואָרן מיטן אַראָפּוואַרפֿן פֿון זיך די כּהונה, ווי קורצזיכטיק ער איז אין נישט טראַכטן אַוואָסער עפֿעקט דאָס נישט פֿריִער דורכרעדן זיך מיט זײַנע זין און די צוויי אייניקלעך וועגן זײַן פּלאַן וועט האָבן אויף זיי. און ביסלעכווײַז האָב איך לייבלען געזען אין גאַנצן אַנדערש ווי פֿון אָנהייב. כ׳האָב אים געזען ווי אַן עגאָיִסט וואָס טראַכט נאָר וועגן זיך.

דאָס לעצטע טעקסטל וואָס איך האָב געהאַט פֿון אים איז געווען וועגן זײַן באַקומען אַ בריוו פֿון אַ רבֿ וואָס זאָגט, אַז ער, לייבל, איז נישט קיין כּהן און אַז זײַנע זין זענען גוט אין כּעס אויף אים און ווילן מיט אים נישט רעדן. „איצט קענסטו מיט מיר חתונה האָבן, חנהלע.“

איך האָב אים אויף דעם קיין מאָל נישט געענטפֿערט, און אַפֿילו מער נישט געלייענט די טעקסטלעך אָדער זיך צוגעהערט צו די אָנזאָגן זײַנע. איך פֿיל אַז איך האָב קוים אויסגעמיטן אַ בלאָטע — אַ באַציִונג מיט אַן עגאָיִסט, וואָס מיינט אַז ער, נישט דער רבונו־של־עולם, פֿירט די וועלט, און אַז די כּהונה איז עפּעס וואָס ער קען אויסטאָן און אַוועקוואַרפֿן ווי אַן אַלטן סוועטער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version