אַ מאָלער וואָס פֿאַרגלײַכט נאַציאָנאַליזם מיטן גלותדיקן כאַראַקטער פֿון ייִדישAn artist that compares nationalism to the diasporism of Yiddish
יעווגעני פֿיקס נעמט אויף די ייִדיש־קולטור ווי אַ טיף פּאַציפֿיסטישע.
הײַיאָר איז אַ שטיקל יום־טובֿ פֿאַר ייִדישיסטן אין בערלין: די אָרגאַניזאַציע „ייִדיש בערלין“ פּראַוועט שוין איר פֿינעף־יאָריקן יוביליי.
ניט לאַנג צוריק האָט „ייִדיש בערלין“ דורכגעפֿירט אַן אויסשטעלונג פֿונעם ניו־יאָרקער קינסטלער יעווגעני פֿיקס, מיטן טיטל „נאַטאָ אין ייִדישלאַנד“ – אַן אויסגעצייכנטער בײַשפּיל פֿונעם אומפֿאָרמעלן, לעבעדיקן צוגאַנג פֿון דער חבֿרה צו דער ייִדישער שפּראַך.
וועגן דער אויסשטעלונג בין איך געווויר געוואָרן מיט עטלעכע חדשים פֿריִער, ווען פֿיקס האָט מיך געבעטן איבערצוזעצן אַ ריי לאָזונגען סײַ אויפֿן אַמעריקאַנער ייִוואָ־ייִדיש, סײַ בנוסח „סאָוועטיש היימלאַנד“. אויף דער אויסשטעלונג האָט מען געזען טשיקאַווע, חידושדיקע קונסטווערק, וווּ די מערבֿדיקע מיליטערישע סימבאָלן, פֿאַרבונדן מיט נאַטאָ, ווערן צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט סאָוועטישע פּלאַקאַטן, און דער מערבֿדיקער כּלל־ייִדיש ווערט אויסגעמישט מיטן סאָוועטישן, ווי אויך צומאָל מיטן הײַנטיקן חסידישן „אידיש“.
אַ געבוירענער אין מאָסקווע אין 1972, וווינט פֿיקס זינט 1994 אין ניו־יאָרק. אין זײַנע קונסטפּראָיעקטן באַטראַכט ער אָפֿט די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן די לענדער פֿונעם געוועזענעם מיזרח־בלאָק און דעם מערבֿ נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין 2008 למשל האָט ער אַרויסגעגעבן דעם „קאָמוניסטישן וועגווײַזער איבער ניו־יאָרק“, וואָס דערציילט וועגן פֿאַרשיידענע ניו־יאָרקער בנינים און ערטער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אָרטיקע קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס. אין 2018 איז צום ערשטן מאָל דורכגעפֿירט געוואָרן זײַן אויסשטעלונג „ייִדיש־קאָמסאָס“, וווּ די ייִדישע שפּראַך ווערט געשילדערט ווי אַ שפּראַך פֿון אַ גלאָבאַלן און אַפֿילו קאָסמישן מאַסשטאַב, מסוגל צו באַהעפֿטן דעם הימל מיט דער ערד און לייזן אַלע סיכסוכים צווישן מענטשן. „נאַטאָ אין ייִדישלאַנד“ איז בעצם אַ המשך פֿונעם דאָזיקן געדאַנק.
פֿיקס האָט מיר געזאָגט אַ פּאָר ווערטער פֿון זיך מכּוח זײַן עקספּאָזיציע. „די אויסשטעלונג איז טיף איראָניש, נאָר, דעם אמת געזאָגט, איז ייִדישקייט נישט איין מאָל געווען צעשפּאָלטן צוליב מלחמות און קאָנפֿליקטן צווישן לענדער, נישט האָבנדיק אַליין קיין אַרמיי און קיין פֿלאָט. איך נעם אויף די ייִדיש־קולטור ווי אַ טיף פּאַציפֿיסטישע און אַנטי־מיליטאַריסטישע.“
די אויסגעשטעלטע בילדער און קאָלאַזשן זענען פֿאַרבונדן מיט דער קאַלטער און דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען ייִדן פֿון היפּוכדיקע צדדים האָבן זיך צעקריגט צוליב אידעאָלאָגישע סיבות און אַפֿילו געשאָסן איינער דעם צווייטן. ווען ייִדישלאַנד וואָלט טאַקע געוואָרן אַ לאַנד מיט אַן אַרמיי און אַ פֿלאָט – האָט פֿיקס צוגעגעבן – וואָלט אַזאַ לאַנד געדאַרפֿט זיך האַלטן וואָס ווײַטער פֿון וועלכע־ניט־איז מיליטערישע אַליאַנצן, איבעריקע פּאַטריאָטישע געפֿילן און נאַציאָנאַליסטישע נטיות.
אויף אַן ענלעכן אופֿן דערקלערט די וועבזײַט פֿון „ייִדיש בערלין“ דעם באַטײַט פֿון דער אויסשטעלונג אויף ייִדיש: אַז זי „סאַטיריזירט און דעקאָנסטרויִרט דעם סכּנת־נפֿשותדיקן פּאַטאָס פֿון פֿאַרברענטן נאַציאָנאַליזם, פּאַטריאָטיזם און מיליטאַריזם. זי בלײַבט עקשנותדיק בײַם נישט־מלוכישן קאָנצעפּט פֿון ייִדישלאַנד װי אַ דרינגעװדיקע אַלטערנאַטיװ. ייִדישלאַנד פּרעטענדירט נישט אױף קײן שטח צי טערעטאָריע.“
אויף איינעם פֿון פֿיקסעס קאָלאַזשן ווערט דער פֿאָרווערטס געוויזן בײַנאַנד מיטן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד“. דאָס איז טאַקע אַ געראָטענער אײַנפֿאַל. בעת דער קאַלטער מלחמה האָבן ביידע אויסגאַבעס געשטיצט סאָציאַליסטישע אידעאָלאָגיעס, כאָטש אויף היפּוכדיקע אופֿנים. פֿון דעסט וועגן, נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט „סאָוועטיש היימלאַנד“, וועלכער איז דעמאָלט שוין געווען בטל געוואָרן, אָנגעהויבן דווקא ווירקן אויפֿן פֿאָרווערטס – אַ דאַנק דער טעטיקייט פֿונעם געוועזענעם הויפּט־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און אַנדערע סאָוועטישע שרײַבער.
שלום־עליכם, ווי עס שטימט טאַקע מיט דער ביאָגראַפֿיע פֿון אונדזער קלאַסיקער, ווערט געשילדערט אין דער אויסשטעלונג ווי אַ מין בריק, וואָס פֿאַראייניקט דאָס אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישלאַנד און דעם נײַערן אַמעריקאַנער ייִדישן לעבן. זײַענדיק איראָניש און סאַרקאַסטיש, האָבן די עקספּאָנטאַנטן אַ באַטײַטפֿולן היסטאָרישן און פֿילאָסאָפֿישן תּוכן.
אינעם זאַל, וווּ די אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט דעם 15טן אויגוסט, האָט די בערלינער ייִדישע דיכטערין קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ אין איר רעדע באַמערקט, אַז „ייִדיש בערלין“ פּראַוועט הײַיאָר איר פֿינעף־יאָריקן יוביליי, און אַז אירע אַקטיוויסטן שטרעבן, אַזוי ווי פֿיקס, צו ווײַזן, אַז ייִדישלאַנד איז הײַנט אַ גלאָבאַלער רוים אָן קיין גרענעצן, וואָס לייקנט אָפּ נאַציאָנאַליזם און אָפֿיציעלע מלוכישע אינסטאַנצן. „מיר גלייבן נישט אין קיין היעראַרכיעס און שטרענגע סטרוקטורן. מיר גלייבן אויך נישט אין שטרענגע פּלענער, ווײַל די געשעענישן פֿון די לעצטע פֿינעף יאָר האָבן געוויזן, ווי דער מענטש טראַכט און גאָט לאַכט, אַז סטאַביליטעט איז בלויז אַן אילוזיע,“ האָט די פּאָעטעסע באַטאָנט.
אינעם שמועס מיט מיר האָבן קוזנעצאָוואַ און דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג — דער קינסטלער אַרנדט בעק — דערקלערט, אַז די אונטערנעמונג איז געווען בעצם אַן איראָנישע, אָן קיין פּאָליטיק. אין אַ געוויסן זין, איז עס טאַקע אַזוי. די אָרגאַניזאַטאָרן גלייבן, אַז ייִדיש־טוער אין אַלע לענדער מוזן זיך היטן פֿון מלוכישע קאָנפֿליקטן און סיכסוכים. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט די אויסשטעלונג זיכער אויך אַ געוויסן פּאָליטישן טעם – קעגן בלוט־פֿאַרגיסונג און גוואַלד וווּ־ניט־איז אויף דער וועלט.
הגם די בערלינער ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע איז, ווי זי באַטאָנט, קעגן ווײַט־גייענדיקע פּלענער, מיינט עס נישט, חלילה, קיין הפֿקר. אַדרבה, „ייִדיש בערלין“ פֿירט כּסדר דורך פּאָעטישע, מוזיקאַלישע, טעאַטראַלישע און אַנדערע וויכטיקע אונטערנעמונגען. צוליב דער גרופּעס אומפֿאָרמעלן כאַראַקטער, באַקומען זיי זיך דווקא חידושדיק און לעבעדיק.
„ייִדיש אַליין איז פֿול מיט פּאַראַדאָקסן,“ האָט קוזנעצאָוואַ געזאָגט. „קיין סך געלט וועט אײַך די באַקאַנטשאַפֿט מיט דער שפּראַך נישט ברענגען. און, אפֿשר, דווקא דאָס עפֿנט אַ גרויסן רוים פֿאַר ריינער נײַגעריקייט, התפּעלות און פֿאַרליבטקייט אין אונדזער אַרבעט לטובֿת ייִדיש.“
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO