לידער פֿון דער מלחמה־וועסנעPoems about spring in wartime
„די וועסנע איז סומנע ווי אָסיען, דער אָדר טוט בלאָזן ווי אלול“
אַ דודל־פֿויגל שפּאַנט צווישן אָפּגעברענטע חורבֿות
זוכנדיק ניצול־געוואָרענע אינסעקטן
וואָס באַהאַלטן זיך אין שפּאַרונעס און נאָרעס
געמיינע מיסט־זשוקן, קברנים, פֿליגן וכּדומה
צומאָל כאַפּט ער סקאָרפּיאָנען און שלאַנגען
דעם דודל־פֿויגלס קאָליריקע פֿעדערן פֿינקלען
אויפן שוואַרץ־גרויען פֿאָן פֿון האַלאָוועשקעס
ער שפּאַנט, עס הייבן זיך אויף וואָלקנדלעך אַש
ער איז ניט גרויס נאָר ער טוט פּיקן
זײַן לאַנגער שנאָבל איז קרום און שאַרף
פּיק פּיק פּיק
זײַן פֿריילעך קעמל איז צו זען פֿון דער ווײַטן
באַהאַלטן זיך אין שפּאַרונעס און נאָרעס
געמיינע מיסט־זשוקן קברנים פֿליגן וכּדומה
פּיק פּיק פּיק
ראש חודש אָדר ב’
בנוגע דעם וויינען און לאַכן
איז ניטאָ וואָס צו ריידן בכלל.
עס פֿאַראַנען דאָך אַנדערע זאַכן
דאָרט און דאָ, אומעטום, איבעראַל.
ס’איז פֿאַראַן דאָך נאָך יענער געלעכטער,
וואָס איז פּאַסיק פֿאַר דעם און פֿאַר דעם.
ס’איז ניט וויכטיק —- אַ לינקער, אַ רעכטער,
אויב מע פֿילט דאָך בײַם האַרצן אַ קלעם.
אַלץ טוט שטראָמען, בפֿרוש ווי וואַסער.
אַלץ איז וואַסער – סײַ רעגן, סײַ טוי.
און די וועלט איז, נאַטירלעך, אַ נאַסער.
שווימיק ישׂא זײַן שווערד גוי אל גוי.
שווימיק הייבן זיך אויף שאַרפֿע שווערדן.
און מע האַקט און מע האַקט און מע האַקט.
און עס טוען באַשיצן און מערדן.
און אַזוי – אין אַ יעדערן אַקט.
הילכיק קלינגט דער געלעכטער דורך טרערן:
כאַ-כאַ-כאַ, כאַ-כאַ-כאַ. אָפּגעהאַקט.
***
די וועסנע איז סומנע ווי אָסיען
דער אָדר טוט בלאָזן ווי אלול
ער רופֿט מיט אַ הייזעריק קול
זיך וועקן כּדי טאָן אַ תּשובֿה
און פּורים וועט זײַן ווי כּיפּורים
דער פּור איז שוין זיכער געפֿאַלן
די חתימה איז ערגעץ געשטעלט
ענדגילטיק פֿאַרהאַקט איז אַ טויער
נאָר מיר טוען גלייבן אין נסים
אין מעשׂיות אין גוטע אין פֿרײַנדשאַפֿט
אין נצח־ישׂראל אין העלדן
דהיינו אין זיך
***
ווען ס׳זעט אויס, אַז מיר זײַנען אַליין,
ווען עס פֿלאַקערט בלוט־האַרציק די שלאַכט,
ווען דער פּײַן איז באמתדיק־ריין,
ווען דער צאָרן היסטעריש צעלאַכט,
ווען אַ המן טוט שטעלן זײַן סלופּ,
ווען קיין מרדכי איז פֿאָרט ניט צו זען,
ווען דער אומקום טוט יעדן אַ שטופּ,
ווען דער קדיש איז שוין אַ רעפֿרען,
לעב טראָץ אַלץ, וואָס איז ווידער פֿאַראַן.
ביסט גענייט פֿון אַ קרעפֿטיקן שטאָף.
גייסט במילא אַ שפּאַן נאָך אַ שפּאַן
צו דער שײַן, וועלכע לאָקערט בײַם סוף.
וועסט זיך דורכרײַסן אויכעט דאָס מאָל –
דאָס איז קלאָר דאָך אַ יעדן בר־דעת.
וועסט, טראָץ אַלץ, אויספֿילן דײַן ראָל
אין דײַן לאַנד פֿונעם ניל ביזן פּרת.
און דערווײַל די מלחמה גייט אָן
טאָג און נאַכט, טאָג און נאַכט, טאָג און נאַכט…
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO