Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זאַמלבוך באַשרײַבט די ייִדישע קולטור אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּוילן, פֿונעם 'דאָיִקייט'־קוקווינקלNew book describes Jewish culture in prewar Poland, from a ‘doikayt’ perspective

אינטערעסאַנט איז וואָס די קראָקעװער ייִדן האָבן זיך געפֿילט מער פּױליש, אײדער ייִדן אין אַנדערע שטעט, װי װילנע

װען מען רעדט װעגן ייִדן אין פֿאַר־מלחמהדיקן פּױלן, מײנט מען אָפֿט מאָל װאַרשע און די שטעטלעך. דערבײַ בלײַבן די שטעט, אפֿשר מיט אױסנאַם פֿון װילנע, מחוץ דעם פֿאָרשערישן שפּאַקטיװ.

אױסצופֿילן דעם דאָזיקן בלױז איז געװען די כּװנה פֿון פּראָפֿעסאָרינס האַלינאַ גאָלדבערג און נענסי סינקאָף, װעלכע האָבן צונױפֿגעשטעלט און רעדאַקטירט דאָס זאַמלבוך „פּױליש־ייִדישע קולטור מחוץ דער הױפּטשטאָט: אַװעקשטעלן ראַנדן אינעם צענטער“. די 12 קאַפּיטלען אינעם באַנד באַטאָנען די „פֿאַרשײדנאַרטיקײט און לעבעדיקײט פֿון דער שטאָטישער פּױליש־ייִדישער קולטור מחוץ װאַרשע פֿאַר דער צװײטער װעלט-מלחמה“. עס גײט דאָ װעגן ביז גאָר פֿאַרשײדענע פֿאָרמען און זשאַנערס פֿון קולטורעלער שעפֿערישקײט — אי „הױכע“ אי „פּאָפּולערע“ — אַזעלכע װי ליטעראַטור, טעאַטער, קאַבאַרעט, קינאָ, אַרכיטעקטור און מוזיק. אַ ספּעציעלע װעב־בײַלאַגע צו דעם באַנד שטעלט פֿאָר מוסטערן פֿון דער פּױליש־ייִדישער מוזיקאַלער קולטור.

יעדע פּױלישע שטאָט האָט געהאַט אַן אײגענע ייִדישע געשיכטע, װאָס האָט באַװירקט דעם כאַראַקטער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קולטור. בעת װילנע איז געװען אַ װעלטצענטער פֿון ייִדיש, האָבן די ייִדן אין קראָקע לרובֿ גערעדט פּױליש. די קראָקעװער ייִדן זײַנען געװען מער קאָנסערװאַטיװ, בעת לאָדזש איז געװען אַ צענטער פֿונעם ייִדישן און פּױלישן אַװאַנגאַרד. דער פֿאַרגלײַכיקער צוגאַנג לאָזט קלאָרער דערקענען און בעסער אָפּשאַצן די פֿילזײַטיקײט פֿון ייִדישער שעפֿערישקײט אין פֿאַרשײדענע פֿאָרמען און זשאַנערס.

להיפּוך צו װילנע און קראָקע, האָט לאָדזש ניט געהאַט קײן אַלטע געשיכטע. די שטאָט האָט זיך צעוואַקסן װי אױף הײװן בעת דער אינדוסטריעלער רעװאָלוציע. די נײַע טעקסטיל־פֿאַבריקן האָבן צוגעצױגן פּאָליאַקן, דײַטשן און ייִדן פֿון נאָענטע און װײַטע סבֿיבֿות, און זײ האָבן געשאַפֿן אַ לעבעדיקע דרײַ־שפּראַכיקע סבֿיבֿה. דאָס איז געװען אײנע פֿון די סיבות, פֿאַר װאָס דװקא אין לאָדזש האָט געבליט די קונסט פֿונעם אַװאַנגאַרד. די צװײ װיכטיקסטע ייִדישע קולטורעלע אינסטיטוציעס זײַנען געװען דער רעװי-טעאַטער „אַררט“ און די ליטעראַרישע גרופּע „יונג־ייִדיש“. בײדע זײַנען אַנטשטאַנען אין די 1920ער יאָרן צוליב דער שעפֿערישער ענערגיע פֿונעם דיכטער משה בראָדערזאָן. די פֿאָרשערין זהבֿית שטערן באַשרײַבט דעם אײגנאַרטיקן סטיל פֿונעם „אַררט“ װי אַ מין „פּאָפּולערער מאָדערניזם“, אַ פּרוּװ צונױפֿצושמעלצן אַװאַנגאַרד מיט פֿאַרװײַלונג פֿאַרן מאַסן־עולם, אָדער, װי מען האָט דעמאָלט גערעדט, צונױפֿפּאָרן די „קונסט“ מיטן „שונד“.

בראָדערזאָן האָט פֿאַרבראַכט די יאָרן פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה אין מאָסקװע, װוּ ער האָט אײַנגעזאַפּט די נײַע ראַדיקאַלע עסטעטיק פֿונעם רוסישן פֿוטוריזם. אין לאָדזש אָבער האָט ער געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צום געשמאַק פֿונעם מאַסן־עולם. שטערן באַשרײַבט בראָדערזאָנס שטעלונג לגבי „אַררט“ װי אַ „קאָנסערװאַטיװער רעװאָלוציאָנער“.

„יונג־ייִדיש“ האָט אָבער ניט געמאַכט קײן פּשרות מיטן מאַסן־געשמאַק. מאַלגאָזשאַטאַ סטאָליאַרסקאַ-פֿראָניאַ פֿאַרסך־הכּלט די עקספּרעסיאָניסטישע פּראָגראַם פֿון „יונג־ייִדיש“ װי אַ באַגער „צו פֿאַרװאַנדלען גשמיות אין רוחניות“. די דיכטער און קינסטלער פֿון „יונג-ייִדיש“ האָבן געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע סימבאָלישע שפּראַך, װאָס האָט צונויפֿגעשמאָלצן מעטאַפֿאָרן פֿון קבלה און חסידות מיט אימאַזשן פֿון טאָגטעגלעכער װירקלעכקײט. לאָדזש איז טאַקע געשטאַנען אױפֿן קינסטלערישע שײדװעגן צװישן מערבֿ און מזרח, דײַטשלאַנד און רוסלאַנד.

אָבער אין די 1930ער יאָרן האָט די דאָזיקע שטאָט בהדרגה אָנגעװױרן איר חשיבֿות װי אַ צענטער פֿון דער נײַער ייִדישער קונסט און אַ סך קינסטלער זײַנען אַריבער קײן װאַרשע. דװקא אין װאַרשע, שרײַבט מאַרקאָס זילבער, איז געשאַפֿן געװאָרן דער אײגנאַרטיקער קאָמישער טיפּ פֿונעם „לאָדזשער־מענטש“ — אַ שטיקל מאַכער, װאָס רעדט אױף אַ געמיש פֿון פּױליש, ייִדיש און דײַטשיש און קען זיך צופּאַסן צו אַלע סיטואַציעס.

גאָר אַנדערש איז געגאַנגען די קולטורעלע אַנטװיקלונג פֿון קראָקע, דער אוראַלטער פּױלישער הױפּטשטאָט. פֿאַר דעם אױפֿקום פֿון דער אומאָפּהענגיקער פּױלישער מלוכה אין 1918 האָט קראָקע געהערט צו דער האַבסבורג־אימפּעריע. להיפּוך צו די רוסן, האָבן די עסטרײַכער ניט געשטערט פּאָליאַקן צו נוצן זײער שפּראַך, און פּױליש איז געװאָרן אױך די שפּראַך פֿון ייִדן אין קראָקע. די קראָקעװער ייִדן האָבן זיך געפֿילט מער פּױליש אײדער ייִדן אין אַנדערע שטעט, װי למשל, װילנע. כּדי אַרױסוצוּװײַזן זײער געטרײַשאַפֿט צו פּױלן, האָבן זיך ייִדן אַקטיװ באַטײליקט אין זאַמלען געלט אױף אױפֿשטעלן אַ דענקמאָל דעם פּױלישן קעניג קאַזימיר דעם דריטן, װעלכער איז געװען פֿרײַנדלעך צו ייִדן און געהאַט אַ ייִדישע קאָכאַנקע אסתּר (דער פּראָיעקט איז קײן מאָל ניט מקוים געװאָרן). װעגן דעם דערצײלט אַליסיאַ מאַשלאַק־מאַציעװסקאַ. עוגעניאַ פּראָקאָפּ־יאַנעץ האָט גענוצט דרײַ מאַפּעס פֿון קראָקע פֿאַר די יאָרן 1899, 1919 און 1939 כּדי צו װײַזן דעם װוּקס פֿון פּױליש־ייִדישע קולטורעלע אַנשטאַלטן אין דער שטאָט. אױף די דאָזיקע מאַפּעס זעט מען בפֿירוש דעם פּראָגרעס פֿון ייִדישער אַקולטוראַציע אין קראָקע. מערקװירדיק איז דאָ די אַקטיװע ראָלע פֿון ייִדישע פֿרױען סײַ אין דער ייִדישער און סײַ אין דער פּױלישער קולטור און דערציִונג. אַ רעלאַטיװ הױכע צאָל פֿון ייִדישע פֿרױען האָבן באַקומען העכערע בילדונג אין דעם קראָקעװער יאַגעלאָנער אוניװערסיטעט.

יעדער קאַפּיטל פֿונעם בוך באַהאַנדלט, אַזױ אָדער אַנדערש, דעם באַגריף פֿון „דאָיִקײט“, װאָס איז געװען װיכטיק פֿאַר קולטורעלער שעפֿערישקײט פֿון פּױלישע ייִדן פֿאַרן חורבן. דזשאַסטין קאַמי אַנאַליזירט די אימאַזשן פֿון ליטװישע לאַנדשאַפֿטן אין די לידער פֿונעם װילנער דיכטער אלחנן װאָגלער, בעת באָזשענאַ שאַלקראָס דערצײלט װעגן אַ טשיקאַװן אַכיטעקטורישן פּראָיעקט, דעם „גלאָז־הױז“, װאָס די ייִדישע שרײַבערין אירענאַ קרזשיװיצקאַ האָט געלאָזט בױען אין אַ רײַכער װאַרשעװער פֿאָרשטאָט. שאַלקראָס האַלט, אַז אַזאַ מין דרײסטער מאָדערניסטישער אױפֿטו איז געװען אַ מין פּראָטעסט קעגן דעם הערשנדיקן קאָנסערװאַטיװן געשמאַק פֿון די רײַכע נאַציאָנאַליסטיש־געשטימטע קריסטלעכע תּושבֿים פֿון יענעם געגנט.

אַ צאָל שטעט, אַזעלכע װי לובלין, טאַרנע, ראַדאָם און אַנדערע װאַרטן נאָך אױף אַ געהעריקער פֿאָרשונג פֿון זײער ייִדישער קולטור־געשיכטע. „דאָיִקײט“, װאָס אַ מאָל האָט געדינט װי אַ טעאָרעטישער יסוד פֿאַר אַ רײ ניט־ציוניסטישע פּאָליטישע פּאַרטײען און באַװעגונגען אין פּױלן און ליטע פֿאַרן חורבן, האָט באַקומען אַ נײַעם גילגול װי אַ מעטאָדאָלאָגישער שטאַנדפּונקט אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע. װי עס דערקלערן די רעדאַקטאָרן, לאָזט זײער צוגאַנג אַװעקשטעלן אױף דער זײַט דעם „לאַנגן שאָטן פֿון חורבן“, װאָס האָט עד־היום שטאַרק באַװירקט אונדזער באַגריף פֿונעם ייִדישן לעבן פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version