Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די שדכנטע וויל אויך אַ מאַןThis matchmaker would like a husband, too

אַן עסיי פֿון דער באַליבטער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל פֿון יאָר 2016. די וואָך האָט מען אָפּגעמערקט איר דריטע יאָרצײַט

חנה־פֿייגל טערטלטויב ז״ל Courtesy of the Forward

די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז פֿאָרגעקומען די דריטע יאָרצײַט פֿון דער באַליבטער פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב ז״ל. חנה־פֿײַגל האָט געשריבן הומאָריסטישע עסייען פֿאַרן פֿאָרווערטס וועגן אירע שוועריקייטן, ווי אַן אַלמנה, צו געפֿינען אַ שידוך. אירע דערציילונגען זענען געווען פֿון אַ סאָרט וואָס מע זעט זעלטן אויף ייִדיש — אומפֿאָרמעלע, פּערזענלעכע מעשׂיות, געשריבן פֿון אַ פֿרויס קוקווינקל. 

די פֿאָרווערטס־רעדאַקציע האָט אָפֿט באַקומען בריוו פֿון לייענער, פֿרעגנדיק ווען קומט שוין אַרויס נאָך אַ זאַך חנה־פֿײַגלס. אַ סך לייענער, און איך בתוכם, האָבן הנאה געהאַט פֿון איר שמועסדיקן סטיל און אירע אַוואַנטורעס בײַם זוכן ליבע אין דער אינטערנעץ־תּקופֿה — אַרײַנגערעכנט באַשרײַבונגען פֿון אירע נישט־געלונגענע ראַנדקעס, וואָס האָבן אַרויסגעוויזן אַ גוטן פֿאַרשטאַנד פֿון דער מענטשלעכער נאַטור.

פּונקט ווי שלום־עליכם האָט געשריבן אין זײַן צוואה אַז מע זאָל אָפּמערקן זײַן יאָרצײַט דורכן לייענען זײַנע דערציילונגען און לאַכן, האַלט איך אַז דער בעסטער אופֿן אָפּצומערקן דעם אָנדענק פֿון חנה־פֿײַגל איז צו לייענען איינע פֿון אירע הומאָריסטישע עסייען. אָט איז די ערשטע וואָס האָט זיך געדרוקט בײַם פֿאָרווערטס, אין יוני 2016. אין איר אָנדענק וועלן מיר יעדע וואָך אָפּדרוקן נאָך איינע.

כּדי צו לייענען אירע אַנדערע עסייען, גיט אַ קוועטש דאָ.

 

דרײַ יאָר נאָך דעם ווי מײַן מאַן איז געשטאָרבן, איז מיר אײַנגעפֿאַלן, אַז ס׳איז שוין מסתּמא געקומען די צײַט צו זוכן אַן אַנדער מאַן.

כ׳האָב זייער ליב געהאַט מײַן מאַן און מיר האָבן געהאַט אַכצן גוטע יאָר צוזאַמען. אָבער וויפֿל איז דער שיעור צו טרויערן? די אונטערוויסיקייט האָט מיך געלאָזט וויסן, אַז ס׳איז שוין צײַט אַרויסצוקריכן פֿונעם שוואַרצן קאַקאָן אין וועלכן כ׳האָב די לעצטע דרײַ יאָר געלעבט, און ווידער אָנקוקן די ליכטיקע שײַן פֿון לעבן. ווי אַזוי איז דאָס פֿאָרגעקומען? וועט איר פֿרעגן. דורך אַ מאָדנעם חלום: ס׳האָט זיך מיר געחלומט, אַז איך בין אַ וואַזאָנע און אַ העלפֿט פֿון מײַנע בלעטער וועלקן שוין. האָב איך זיך גוט דערשראָקן. ווער וויל דען שטאַרבן פֿאַר דער צײַט? איז באַלד נאָך דעם חלום האָט זיך עפּעס אין מיר געריסן ווידער צו לעבן, נישט נאָר צו אָטעמען, נאָר ווידער צו זײַן אַ העלפֿט פֿון אַ פּאָרל. ווידער צו זיצן אַנטקעגן אַ מאַן אין אַ שיינעם רעסטאָראַן און זען זײַנע ליבלעכע בליקן צו מיר פֿון דער אַנדערער זײַט טיש איבער אַ גלעזל כּשר ווײַן. אוי [זיפֿץ] — אָבער ווי קומט די קאַץ איבערן ים, פֿרעגט איר?

נו, איך ווייס גאַנץ גוט וואָס צו טאָן. איך בין שוין יאָרן לאַנג אַליין אַ שדכנטע. מיטן אייבערשטנס הילף האָב איך שוין געמאַכט נײַן און דרײַסיק שידוכים. די ערשטע זאַך וואָס מע מוז טאָן איז צו זאָגן אַלעמען, אַז דו זוכסט אַ מאַן און צי זיי קענען אַ פּאַסיקן בעלן. דאָס וועט זײַן אַ שטיקל נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס און די אויגן זייערע וועלן ווײַזן אַן אינטערעס, ווײַל יעצט קענען אַלע דיך שטעלן פֿראַגעס, וואָס זיי האָבן די גאַנצע צײַט געחלשט צו פֿרעגן אָבער האָבן זיך געשעמט: אַ וואָסער מין מאַן זוכסטו? ישיבֿיש? מיט אַ שוואַרצן הוט? וואָלטסטו געווען גרייט זיך איבערצוציִען קיין אַלאַסקע? לאַכט ניט. אַזוי האָט מען מיך טאַקע געפֿרעגט.

מע שטעלט אַלערעליי פֿראַגעס ווײַל אין לעצטן סך־הכּל זײַנען מערסטע מענער און פֿרויען יענטעס. אָבער ס׳איז נישטאָ קיין ברירה. מע מוז שמייכלען און זיך שטאַרקן, מאַכן אַן אָנשטעל, אַז דו האָסט דאָס אַלץ אין דער לינקער פּיאַטע, אַז עס גייט דיר ניט אָן וואָס מיט די פֿראַגעס ווילן זיי דיך אַרײַנקריכן אינעם מאַרך פֿון די ביינער, און פֿילסט זיך ווי אַ בעטלערין. די גוטע זאַך איז, אַז כ׳האָב דעם ענין פֿריִער נישט זייער גוט באַטראַכט. וואָס וויל איך טאַקע? דעם אמת געזאָגט, ווייס איך יעצט, אַז כ׳האָב געוואָלט דאָס טעלערל פֿון הימל… און טאַקע באַלד. כ׳האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז עס וואַרט אויף מיר ערגעץ אַ גוטער, אַ ברייטהאַרציקער, וואָס וועט מיר שיקן בלומען; אַ שיינער, פֿרומער מאַן, אַ הויכער, מיט אַ ליכטיקן שמייכל ווי מײַן מאַן האָט טאַקע געהאַט. אַ מאַן מיט אויגן וואָס פֿינקלען מיט הומאָר. און דאָס איז נאָר געווען דער אָנהייב. כ׳האָב געוווּסט, אַז אַלעס אין איינעם איז נישטאָ בײַ קיינעם, ווי די מאַמע פֿלעגט אַלע מאָל זאָגן, אָבער כ׳האָב נישט געוווּסט אָן וואָס איך קען זיך באַגיין.

אַ סך מאָל האָט מען מיר געזאָגט: „דו ביסט צו גוט פֿאַר די מענער וואָס מיר קענען‟. דאָס האָט מען מיר געמיינט אַ קאָמפּלעמענט צו מאַכן, אָבער דער עפֿעקט איז געווען פּונקט פֿאַרקערט: דער שיינער ראָזעווער באַלאָן פֿון מײַנע פֿאַנטאַזיעס האָט געפּלאַצט, און איך האָב שוין פֿאָרגעזען ווי איך און מײַן צאַרטע איידלקייט וועלן זיך עלטערן און אויסגיין צוזאַמען. אוי, איז וואָס טוט מען? אַז מע האָט נישט קיין ברירה, וואַרט מען! און מע טרייסט זיך: אַז ג־ט וויל, שיסט אַ בעזעם אויך! האָב איך געוואַרט, אַז אַ בעזעם זאָל אַ שאָס טאָן.

נו, איין טאָג האָט ג־ט געהאָלפֿן. דער טעלעפֿאָן קלינגט, און אַ מרדכי, דער טאַטע פֿון אַ יונגן מאַן, וועמענס שידוך איך האָב לעצטנס געהאַט דורכגעפֿירט, רעדט צו מיר אַזוי אויפֿגעהײַטערט, אַז כ׳האָב אַזש נישט דערקענט זײַן קול: „קום יעצט צו. ער איז דאָ בײַ מיר!“

„ווער איז דאָ?“ פֿרעג איך אים.

„מײַן מחותּן, אסתּרס פֿעטער“.

„איך גיי נישט אין ערגעץ. איך ראַם יעצט אין קעלער. איך האַלט אין מיט איבערפּאַקן אַלטע קליידער צו שיקן קיין ישׂראל. וואָס האָט דען אסתּרס פֿעטער צו טאָן מיט מיר?“

„ער איז אַן אַלמן. ס׳איז אָט ערשט נאָך די שלושים, און ווען ער האָט אונדז געזאָגט, אַז ער וויל ווידער חתונה האָבן, האָב איך זיך דערמאָנט אין דיר“.

„דערצייל מיר כאָטש עפּעס וועגן אים. ס׳איז נישט גענוג ער זאָל האָבן צוויי אויגן און אַ דפֿק.“

„ער איז אַ קלוגער. ער האָט אַ מאַגיסטער אין עפּעס אַ וויכטיקער זאַך. ער איז אַ ביסל אַ קאַרגער, אַבער נישקשה. ער וואָלט געקענט פֿאַרלירן עטלעכע פֿונט, אָבער ווען ער וואָלט געהאַט אַ ווײַב צו קאָכן געזונטע עסנס פֿאַר אים וואָלט ער נישט געגעסן ׳טשיפּס׳ אַלע טאָג…“ ער וואָלט מיר דערציילט נאָך מער, אָבער כ׳האָב שוין געהערט גענוג.

„הממם, אַ וואָסער אַרבעט טוט ער יעצט, דײַן מחותּן?“

„וואָס פֿרעגסטו אַזוי פֿיל קשיאות? שוין עטלעכע יאָר וואָס ער לערנט צוריקגעהאַלטענע ייִנגלעך אַלף־בית אין אַ תּלמוד־תּורה. אָבער דאָס מאַכט נישט אויס. ער איז קלוג גענוג. וואָס האַלטסטו זיך אַזוי גרויס?“

„מרדכי, זײַ אַזוי גוט און שיק אים צו צום טעלעפֿאָן.‟

כ׳האָב געוואַרט אַ מינוט, צוויי. כ׳האָב געהערט ווי מ׳קריגט זיך. סוף־כּל־סוף איז מרדכי צוריקגעקומען צום טעלעפֿאָן און געזאָגט: „ער שעמט זיך.“

יעצט, אַז איך האָב געזען אַז דאָס איז נישט פֿאַר מיר, בין איך ווידער געוואָרן די פּראָפֿעסיאָנעלע שדכנטע, אַ ראָלע וואָס פֿילט זיך מיר אַזוי באַקוועם ווי אַ פּאָר אַלטע, גוט אײַנגעאַרבעטע שטעקשיך. „זאָג אים, אַז איך קען אים העלפֿן,“ און געדענקענדיק אַז ער איז אַ קאַרגער האָב איך צוגעגעבן: ”און ס׳וועט אים נישט קאָסטן קיין איין סענט.“

ווען מרדכי האָט אים דאָס געזאָגט, האָט ער שוין גענומען דעם טעלעפֿאָן. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט ווי אַ געניטע שדכנטע און מיר האָבן אַפּגעמאַכט, אַז מיר וועלן זיך טרעפֿן איינס אַ זייגער דעם קומענדיקן מיטוואָך אינעם כּשרן „קאַפֿע מיגדל‟, אַ ביליגער רעסטאַראַן, זייער פּשוט דעקאָרירט, וווּ מע פֿאַרקויפֿט קאַווע און פּאָנטשקעס, געפּרעגלט טייג באַשיט מיט צוקער מיט אײַנגעמאַכטס אין דער מיט.

פּונקט איינס אַ זייגער בין איך אַרײַנגעפֿאָרן אינעם פּאַרקירפּלאַץ פֿון „קאַפֿע מיגדל‟. איר וועט פֿרעגן: אויב איך האָב שוין געוווּסט אַז דער מאַן איז נישט פֿאַר מיר, פֿאַר וואָס זשע בין איך אים געגאַנגען טרעפֿן אַפֿילו ווי אַ שדכנטע? וועל איך אײַך זאָגן: איך האָב שוין אַזוי לאַנג געוואַרט צו זען ווי דער ערשטער שידוך מײַנער וועט אויסזען, אַז איך האָב גאָרניט געוואָלט פֿאַרפֿעלן. איך האָב אים געוואָלט זען מיט מײַנע אייגענע צוויי אויגן.

נו, פֿיר איך דעם אויטאָ אַרײַן אין פּאַרקירפּלאַץ און אַ מאַן רונד ווי אַ פֿעסל, אָנגעטאָן אין דזשינס און אַ ברוין העמד מיט דרײַ אויפֿגעשפּיליעטע קנעפּלעך, אַזוי אַז מע קען זען אַ גרויען לײַבעלע, שטייט דאָרט און קוקט זיך אַרום. אויב עס וואָלט טאַקע געווען מײַן אייגענע שידוך־ראַנדקע, וואָלט איך זיך ניט אָפּגעשטעלט און תּיכּף אַהיימגעפֿאָרן, אָבער איך האָב געשפּילט די ראָלע פֿון אַ שדכנטע, האָב איך דאָס ניט געקענט טאָן.

דער מאַן האָט זיך דערפֿרייט ווען ער האָט מיך געזען. אַזוי ווי אין אַ פֿילם. די צײַט האָט זיך ווי אָפּגעשטעלט און מיר האָבן זיך געקוקט אין די אויגן. מיר איז נישט גוט געוואָרן, און ער האָט געשטראַלט ווי די זון. ער איז צוגעלאָפֿן און געשטאַנען פֿאַרן אויטאָ בשעת איך פּאַרקיר אים און געמאַכט מיט די הענט אַזוי ווי די מענער וואָס העלפֿן אַ פּילאָט פּאַרקירן אַן עראָפּלאַן: אַ ביסל מער לינקס, צוויי צאָל מער רעכטס, יעצט גלײַך צו מיר און שטעל זיך אָפּ, אַלץ געוויזן מיט די הענט. עס האָט געגיזלט פֿון אים און ער האָט זיך געווישט דאָס שווייס ווי נאָך אַ שווערער אַרבעט. מע וואָלט געקענט מיינען, אַז איך האָב קיין מאָל נישט פֿריִער פּאַרקירט מײַן קליינעם טאָיאָטע.

ער האָט פֿאַר מיר געעפֿנט די טיר פֿון אויטאָ און געלאָפֿן פֿאַר מיר צו עפֿענען די טירן פֿון רעסטאָראַן. ווען די פֿרוי הינטערן בופֿעט האָט געפֿרעגט וואָס מיר ווילן באַשטעלן האָט ער מיר געזאָגט: „ס׳איז איינס אַ זייגער. דו האָסט שוין מסתּמא געגעסן מיטאָג אין דער היים, ביסטו נישט הונגעריק. נעם דיר וואָס דו ווילסט צו טרינקען.“ עס האָט זיך מיר אָפּגענומען דאָס לשון. ער האָט געמיינט איך שעם זיך, האָט ער מיך גענייט: „נעם כאָטש אַ ביסל וואַסער“ און צו דער פֿרוי „גיב איר וואַסער…מיט אײַז“. און אַליין האָט ער זיך געהייסן געבן אַ קאַווע מיט אַ גרויסער מאַלינע־פּאָנטשקע. די מאַמע און שייקספּיר האָבן ביידע געזאָגט: אַז דער סוף איז גוט, איז אַלץ גוט. ס׳איז טאַקע גוט געווען וואָס איך האָב גאָר נישט באַשטעלט פֿאַר זיך, ווײַל ווען איך האָב געזען ווי ער עסט איז מיר נישט גוט געוואָרן. ער האָט געקײַט און גערעדט אין דער זעלביקער צײַט און דאָס עסן איז אַרום און אַרום געגאַנגען ווי גרעט אין אַ וואַש מאַשין.

און וועגן וואָס האָט ער גערעדט? ער האָט מיר געזאָגט ווי שיין איך בין און עס איז אַ מזל וואָס ער האָט זיך באַקענט מיט מיר די ערשטע ווײַל ער קען שוין אויפֿהערן זוכן: ער וועט מיך נעמען! כ׳האָב אים געענטפֿערט, אַז איך בין נישט פֿאַר אים און אפֿשר קען ער מיר טאָן אַ טובֿה און נישט רעדן ווען ער עסט, און פֿאַרמאַכן דאָס מויל ווען ער קײַט, ווײַל ס׳איז נישט העפֿלעך. „ווי קען מען רעדן, אַז מע האַלט דאָס מויל פֿאַרמאַכט? מײַן ווײַב פֿון דרײַסיק יאָר וואָס איז געווען אַן איידעלע נשמה האָט מיר דאָס קיין מאָל נישט געזאָגט.”

כ׳האָב שוין מער נישט געקענט אויסהאַלטן. כ׳האָב גאַרנישט געענטפֿערט נאָר געטראַכט, אַז זײַן ווײַב, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, איז מסתּמא אַלע מאָל געשטאַנען הינטער אים און אים סערווירט, נישט געזעסן אַנטקעגן אים בײַם טיש.

„אוי ,קוק וויפֿל ס׳איז שוין דער זייגער. איך מוז גיין. מיר וועלן רעדן טעלעפֿאָניש,“ האָב איך געזאָגט, זיך אויפֿגעהויבן און אַהיימגעפֿאָרן.

צוריק אין דער היים האָב איך זיך שווער אַראָפּגעלאָזט אויף אַ פֿאָטעל און שטילערהייט זיך צעוויינט. כ׳בין געווען אַזוי נײַגעריק צו וויסן ווער ס׳וועט זײַן מײַן ערשטער קאַוואַליר. נו, האָב איך געזען. אפֿשר איז טאַקע בעסער צו זײַן אַליין.

איך וועל אײַך נאָך שפּעטער דערציילן, ווי איך האָב זיך אָנגעטאָן אַ כּוח און געזוכט ווײַטער.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version