Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַנטי-נתניהו־פּראָטעסטן אויף העברעיִש אין די גאַסן פֿון מאַנהעטןAnti-Netanyahu protests in Hebrew on the streets of Manhattan

במשך פֿון אַ וואָך איז ניו־יאָרק געװאָרן דער צענטער פֿון דער ישׂראלדיקער פּראָטעסט־באַװעגונג לטובֿת דעמאָקראַטיע

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָבן בערך 3,000 ישׂראלים און אַמעריקאַנער ייִדן אין ניו־יאָרק דעמאָנסטרירט קעגן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתּניהו בשעת זײַן װיזיט קיין ניו־יאָרק.

ביבי איז, אין איינעם מיט אַנדערע וועלטפֿירער, אָנגעקומען אין שטאָט כּדי אָנטייל צו נעמען אין דער פֿאַרזאַמלונג פֿון די „פֿאַראייניקטע פֿעלקער“. דזשאָ בײַדן און וואָלאָדאָמיר זעלענסקי האָבן פֿריִער אין דער וואָך שוין געהאַלטן זייערע מיליטאַנטישע דרשות. רק שפּעטער אין דער וואָך, פֿרײַטיק אין דער פֿרי, ווען אַלע פֿירער האָבן זיך שוין אומגעקערט אַהיים, איז דער לאַנגיאָריקער ישׂראלדיקער פּרעמיער צוריקגעקומען צו זײַן באַליבטער „יו־ען“־בינע צו רעדן וועגן איינער פֿון זײַנע באַליבטסטע טעמעס — די איראַן־סכּנה. דער זאַל איז געווען כּמעט ליידיק.

אָבער די אמתדיקע דראַמע איז פֿאַקטיש פֿאָרגעקומען מחוץ דער אַסעמבלי, וווּ עטלעכע טויזנט מענטשן, אַרײַנגערעכנט ישׂראלים,  אַמעריקאַנער השומר-הצעירניקעס און ראַבינער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן נתּניהון. אַ צווייטע גרופּע, פֿון בלויז אַ פּאָר צענדליק מענטשן, זענען געקומען אויסדריקן זייער שטיצע פֿאַרן פּרעמיער. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, געווען אַ נאַטירלעכער המשך צו דער אָנגייענדיקער פּראָטעסט-באַוועגונג אין ישׂראל קעגן ביבין און דער פּאָליטיק פֿון זײַן עקסטרעם רעכט-געשטימטער רעגירונג (איבערהויפּט וואָס שײך דעם סטאַטוס פֿון די יורידישע אינסטאַנצן).

אָנגעהויבן האָט זיך עס מיט אונטערנעמונגען אין ניו-דזשערזי און מאַנהעטן, וווּ פֿאַרשידענע פֿירער פֿון די פּראָטעסטן האָבן זיך געטראָפֿן מיט אָרטיקע אַקטיוויסטן, סײַ ישׂראלדיקע, סײַ אַמעריקאַנער ייִדן. זונטיק זענען אין ניו-דזשערזי געקומען רעזערוויסטן פֿון דער אָרגאַניזאַציע „אַחים לנשק“ („וואָפֿן־ברידער“). מאָנטיק אין ניו-יאָרק האָט די אומאָפּהענגיקע זשורנאַליסטקע אורלי בר-לבֿ מיט רועי נוימאַן — דער אָנפֿירערין פֿון „כּוח קאַפּלאַן“ (די אָרגאַניזירערס פֿון די מאַסיווע פּראָטעסטן אויף דער תּל-אָבֿיבֿער קאַפּלאַן-גאַס) געהאַלטן רעדעס אין דעם ישׂראלדיקן רעסטאָראַן „דער סאַלאָן“. בר-לבֿ האָט באַשריבן דעם מצבֿ ווי אַן „עס-אָ-עס פֿאַר מדינת-ישׂראל, וואָס געפֿינט זיך איצט אין אַ גרויסער סכּנה“, און צוגעגעבן אַז ס׳רעדט זיך אויך אין „אַ קאַמף פֿאַר פֿרויענרעכט קעגן סעגרעגאַציע“, אַ פֿענאָמען וואָס פֿאַרשטאַרקט זיך כּסדר.

נוימאַן האָט דערציילט די געשיכטע פֿון דער פּראָטעסט-באַוועגונג, בפֿרט פֿון „כּוח קאַפּלאַן“, אָנהייבנדיק מיט איר עולה-רגל זײַן קיין ירושלים (און טאַקע צו פֿוס!) מיט אַ צען חדשים צוריק און איר פּראָטעסטירן מיט שירעמס צוליבן שטאַרקן רעגן; ווי זיי האָבן אָנגענומען „פֿון דאָס נײַ“ צו טראָגן די ישׂראל-פֿאָן און דאָס זינגען „התּקווה“ אויף יעדער דעמאָנסטראַציע, אַרײַנגערעכנט אין ניו-יאָרק. אין צווישן האָט דער ישׂראלדיקער זינגער דייוויד בראָזאַ אויפֿגעטראָטן מיטן ליד „עס וועט זײַן גוט“ (1977), וווּ ער נעמט אַרײַן די שורות וואָס אַנוואַר סאַדאַט האָט כּלומרשט געזאָגט: „קדימה, רק תּצאו מהשטחים“ („ווײַטער מיטן שלום, נאָר ציט זיך אַרויס פֿון די אָקופּירטע טעריטאָריעס“).

דער לעצטער אויפֿרוף איז געוואָרן אויך אַ מחלוקת צווישן עטלעכע היגע פֿראַקציעס פֿון דער פּראָטעסט-באַוועגונג. בשעת דער הויפּטשטראָם באַטאָנט די נײַע געזעצן, סטאַטוס פֿון פֿרויען, ביביס קאָרופּציע, וכו’, פֿאָדערט דער אָרטיקער „גוש נגד הכּיבוש“ („די פֿראַקציע קעגן דער אָקופּאַציע“) מע זאָל קעמפֿן קעגן דעם נידעריקן סטאַטוס פֿון די פּאַלעסטינער. אַזוי אַז דינסטיק, פֿינף אַ זייגער נאָך מיטאָג, נאָך דעם גרויסן פּראָטעסט אַנטקעגן ביביס האָטעל אויף פּאַרק עוועניו ראָג 61סטע גאַס (וואָס האָט שפּעטער ממשיך געווען אַנטקעגן דעם מעטראַפּאָליטאַן-מוזיי אויף פֿיפֿטער עוועניו), זענען אינעם זעלבן אָרט באַזונדערש צונויפֿגעקומען די טוערס פֿונעם ניו-יאָרקער „גוש“ און פֿון „אויב נישט איצט“ (IfNotNow). טראָגנדיק העמדער מיט אויפֿשריפֿטן ווי „אין דמוקרטיה עם כּיבוש!“ („נישטאָ קיין דעמאָקראַטיע מיט דער אָקופּאַציע!“), האָבן זיי אויסגערופֿן לאָזונגען אויף ענגליש און העברעיִש ווי „מהירדן לים, דמוקרטיה לכולם!“ („פֿונעם ירדן ביזן ים, דעמאָקראַטיע פֿאַר אַלעמען!“)

דאָס איז מסתּמא געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס דעמאָנסטראַנטן אין די ניו־יאָרקער גאַסן רופֿן אויס אַזוי פֿיל העברעיִשע לאָזונגען. ניצנדיק מעגאַפֿאָנען, פֿײַפֿלעך און פּויקן, האָבן ישׂראלים און אַמעריקאַנער (מיט אַן אַמעריקאַנער אַקצענט) געניצט לאָזונגען אימפּאָרטירטע פֿון ישׂראל: „דמוקרטיה!“ (דעמאָקראַטיע), „אַנחנו לא מפֿחדות!“ (מיר שרעקן זיך נישט) און „אַ בושה! אַ בושה!“  זײַענדיק אַליין אויף דעם ניו־יאָרעקר פּראָטעסט פֿאַר ביביס האָטעל, האָב איך גערעדט מיט דעמאָנסטראַנטן פֿון קאַליפֿאָרניע, מאַסאַטשוסעטס, און אַנדערע שטאַטן. זיי האָבן אַלע אויסגעדריקט אַ טיפֿן זאָרג פֿאַר די געשעענישן אין מדינת־ישׂראל.

דער עקאָנאָמיסט אַריאל רובינשטיין מיט זײַן העמד „אונדזער שטעטל ברענט“, אין מאַנהעטן Photo by Adi Mahalel

„עס רעדט זיך גיכער אין אַ קאָלעקטיווער טעראַפּיע,“ האָט געזאָגט תּמרה גײַער פֿון ניו-יאָרק. „ס’איז שווער צו זײַן אָפּטימיסטיש.“ פֿון דעסט וועגן, האָבן זיי מיט אַ ברען כּסדר דעמאָנסטרירט פֿאַר ביביס האָטעל, און פּראָבירט צו מאַכן עס שווער פֿאַר אים וווּהין ער זאָל זיך נישט באַוויזן.

דאָ און דאָרט האָט אַפֿילו די ייִדישע שפּראַך געשפּילט אַ ראָלע. עדי פּאָרטנוי, דער אַקאַדעמישער בעל־יועץ אין ייִוואָ, איז געווען צווישן די פֿאַרזאַמלטע, און אַ צווייטער דעמאָנסטראַנט האָט געטראָגן אַ העמד מיט דער ייִדישער אויפֿשריפֿט: „אונדזער שטעטל ברענט“. אַריאל רובינשטיין, אַ באַרימטער עקאָנאָמיסט און דערפֿאַרענער אַקטיוויסט, האָט געזאָגט אַז דאָס העמד איז אַ טייל פֿון אַ פּראָיעקט אין תּל-אָבֿיבֿ פֿון העמדער מיט ייִדיש אויפֿשריפֿטן, וואָס זיי טראָגן כּדי אָנצוקניפּן אַ פֿאַרבינדונג מיט די חרדים.

אָט דעם ערלעכן געדאַנק האָט ער אויסגעדריקט בכּתבֿ, וווּ ער קריטיקירט דעם אומטאָלעראַנטן צוגאַנג פֿון ליבעראַלע ישׂראלים כּלפּי די חרדים. בפֿרט ווען די סעקולערע נעאָ-ליבעראַלן דריקן בלויז אויס שׂינאה, אַנשטאָט פֿאָרצולייגן אַ ברייטן סאָציאַלן סדר-היום — אַ זאַך וואָס שטימט נישט מיט זייער נעאָ-ליבעראַלער פּאָליטיק גופֿא. דערווײַל אָבער האָט רובינשטיינס העמד נאַטירליך נישט געמאַכט קיין גרויסן רושם אויף די נטורי-קרתא חסידים וואָס האָבן דעמאָנסטרירט נישט ווײַט.

נאָך דער היסטאָרישער מאַניפֿעסטאַציע פֿרײַטיק אין דער פֿרי, זענען פֿאָרגעקומען נאָך עטלעכע, אַרײַנגערעכנט אַ „געזעגענונג־פּראָטעסט“ שבת־צו־נאַכטס, וווּ דעמאָנסטרירעס, אַני-הקטן בתוכם, זענען געשטאַנען סײַ אויף פּאַרק-עוועניו, סײַ אויף מאַדיסאָן-עוועניו און נאָכגעשריגן צום לעצטן מאָל „אַ בושה!“ מיט דעם האָט זיך אָפֿיציעל געענדיקט דער ניו-יאָרקער „ביבי-פֿעסטיוואַל“, און דער פֿאָקוס האָט זיך ווידער אומגעקערט צו ישׂראל.

 

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version