ווידעאָ: די צוזאַמענשטויסן מיט דער פּאָליציי אין ירושלים — אויפֿן אָרט מיט עטל ניבאָרסקיVIDEO: The clashes with police in Jerusalem – on the scene with Ethel Niborski (in Yiddish)
עס זעט אפֿשר אויס ווי די דעמאָנסטראַנטן זענען פֿון איין שניט אָבער אין דער אמתן קומען זיי פֿון פֿאַרשידענע פּאָליטישע גרופּעס
אויף ייִדיש זעט מען זעלטן ווידעאָ־באַריכטן פֿון די לעצטע נײַעס. די וואָך האָט די יונגע ייִדיש־לערערין עטל ניבאָרסקי אָבער רעזשיסירט און נאַרירט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן באַריכט אויפֿן אָרט פֿון איינער פֿון די אָנגייענדיקע דעמאָנסטראַציעס אין ירושלים, אַרײַננעמענדיק אַ צוזאַמענשטויס מיט דער פּאָליציי. דער באַריכט איז פּראָדוצירט געוואָרן דורכן פֿאָרווערטס.
אינעם באַריכט באַמערקט זי אַז כאָטש פֿון דרויסן זעט אפֿשר אויס ווי די דעמאָנסטראַנטן זענען פֿון איין שניט, באַשטייען זיי אין דער אמתן פֿון פֿאַרשידענע פּאָליטישע גרופּעס. זי באַשרײַבט אויך אַ שעפֿערישן מיטל ווי אַזוי די פּראָטעסטירער מײַדן אויס די עפֿעקטן פֿונעם „שטינקגאַז“ וואָס די פּאָליציי ניצן אויף זיי.
עטל ניבאָרסקי, אַ ייִדיש־לערערין וואָס האָט ערשט פֿאַרענדיקט לערנען סטודענטן אין דער וואַרשעווער ייִדיש־זומער־פּראָגראַם, איז אַ סטודענטקע בײַ דער קינאָ־שול אויפֿן נאָמען פֿון סעם שפּיגל אין ירושלים. זי איז די טאָכטער פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשערין מרים טרין און ייִדיש־לערער אליעזר ניבאָרסקי און דאָס אייניקל פֿון יצחק ניבאָרסקי, דער מחבר פֿונעם „ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע ווערטער אין ייִדיש“ און אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע ווערטערביכער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO