Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי נפֿתּלי בענעטס יאַרמלקע בלײַבט אויף זײַן פּליכעוואַטן קאָפּHow Naftali Bennett’s yarmulke stays on his bald head

דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעמיער איז מסתּמא דער ערשטער וואָס האָט אַ מאָל צוגעקלעפּט אַ שטיקל קײַ־גומע צום קאָפּ.

לכּבֿוד דעם אָפֿיציעלן אַמעריקאַנער „פּליכן זענען שיין“־טאָג וואָס ווערט אָפּגעמערקט יעדעס יאָר דעם 13טן סעפּטעמבער, ברענגען מיר אײַך דעם אַרטיקל פֿון דער ייִט״אַ, וועגן אַן ענין מיט וועלכן דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעמיער נפֿתּלי בענעט ראַנגלט זיך יעדן טאָג.

נפֿתּלי בענעט איז מסתּמא געווען דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער וואָס האָט אַ מאָל צוגעקלעפּט אַ שטיקל קײַ־גומע צום קאָפּ גלײַך פֿאַר אַן עפֿנטלעכער אונטערנעמונג.

בענעט איז געווען דער ערשטער פּרעמיער אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל וואָס טראָגט די גאַנצע צײַט אַ יאַרמלקע. אין פֿאַרגלײַך מיט די סעקולערע פֿירער פֿאַר אים, אידענטיפֿיצירט ער זיך ווי אַ רעליגיעזער ציוניסט, אַן אָנהענגער פֿון דער ישׂראלדיקער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער באַוועגונג, דתּי־לאומי, וווּ דער מינהג בײַ אַלע מענער איז צוצודעקן דעם קאָפּ.

די צרה איז וואָס בענעט האָט אַ פּליך, איז אים שווער צו האַלטן אויפֿן קאָפּ דאָס קליינע, געהייקלטע קאַפּל. די געוויינטלעכע מיטלען דאָס צו טאָן — דורך האָרשפּילקעס — טויגן דאָ אויף כּפּרות.

און דאָך קלעפּט זיך בײַ אים די יאַרמלקע יאָ צו. מאַכט נישט אויס וווּ ער איז — אין דער כּנסת, אויף אַן אינטערוויו — בלײַבט די יאַרמלקע אויפֿן סקאַלפּ אָדער צוגעטשעפּעט צום דינעם שיכט הערעלעך אַרום דעם פּליך.

אין 2013, ווי אַ גאַסט אויף אַ הומאָריסטישער נײַעס־פּראָגראַם, האָט בענעט דערקלערט אַז ער פֿאַרלאָזט זיך אויף קלעפּבאַנד און שווערקראַפֿט צו האַלטן די יאַרמלקע אויפֿן קאָפּ. איין מאָל, בשעת ער האָט געהאַלטן אַ רעדע אין דרויסן, אין אַ ווינטיקן טאָג, האָט ער זיך געכאַפּט אַז ער האָט בײַ זיך מער נישט קיין קלעפּבאַנד. האָט ער געניצט אַ שטיקל קײַ־גומע צוצוקלעפּן דאָס קאַפּל.

בענעט ניצט אָבער נישט דאָס געוויינטלעכע „סקאַטש־טייפּ“, נאָר אַ המצאה געשאַפֿן אין 2013 דורך אַ 65־יאָריקן אויטאָבוס־שאָפֿער אין תּל־אָביבֿ, חיים לעווין. הייסן הייסט עס „קיפּה קיפּר“ (אַ יאַרמלקע־האַלטער), און ס׳איז געמאַכט פֿון אַן איבערניצעוודיקן מעדיצינישן באַנד וואָס קלעפּט זיך פֿון ביידע זײַטן. דאָס דערמעגלעכט די יאַרמלקע צו בלײַבן אויפֿן קאָפּ, אַפֿילו ווען ס׳איז דאָרט דאָ ווייניק אָדער אין גאַנצן נישט קיין האָר. „קיפּה קיפּר“ פֿאַרקויפֿט מען אין פּעקלעך פֿון 40 שטיק און קאָסט 40 שקל, בערך $12.50, אַרײַנגערעכנט דעם פּאָסטגעלט. לעווין האָט נישט געוואָלט זאָגן וויפֿל פּעקלעך דערפֿון ער פֿאַרקויפֿט אַ יאָר.

אויף דער פֿראַגע, ווי אַזוי איז אים אײַנגעפֿאַלן צו שאַפֿן אַזאַ זאַך, האָט לעווין, אַליין אַ ליסעוואַטער יאַרמלקע־טראָגער, געענטפֿערט: „ס׳איז געווען יום־כּיפּור, ווען אַלע אין שיל בוקן זיך צו ד׳רערד. כ’האָב באַמערקט אַז בײַ אַ פֿערטל פֿון די מתפּללים איז די קיפּה אַראָפּגעפֿאַלן. האָב איך אײַנגעזען אַז איך מוז אויסטראַכטן אַ מיטל ווי די יאַרמלקעס קענען בלײַבן אויפֿן קאָפּ.“

לעווין געדענקט נישט פּונקט ווען בענעט האָט אָנגעהויבן ניצן „קיפּה קיפּר“, אָבער האָט געזאָגט אַז ער האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן דעמאָלטדיקן עקאָנאָמיע־מיניסטער פּרעמיער אין 2015, האָפֿנדיק צו פֿאַרגרעסערן דעם פֿאַרקויף פֿון זײַן פּראָדוקט. אין זעלבן יאָר האָט מען בענעטן און לעווינען פֿאָטאָגראַפֿירט אין איינעם אין בענעטס קאַבינעט.

„דאָס האָט טאַקע געהאָלפֿן,” האָט לעווין געזאָגט. „עד־היום רופֿט מען זיי ‘בענעטס קלעפּצעטלעך’.“

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version