Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ װוּנדערלעכע באַנײַונג פֿון הלל צײַטלינס מיסטישע לידערA remarkable revival of Hillel Zeitlin’s mystical poetry

„די באַשעװיס זינגערס“ האָבן דעביוטירט דעם נײַעם אַלבאָם אין אַן אויספֿאַרקויפֿטן זאַל אין אויסטראַליע

איינער פֿון די טײַערסטע אוצרות פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור איז, צום באַדויערן, נישט גוט באַװוּסט אויסער אויסטראַליע. „די באַשעװיס זינגערס“ — אַ קאַפּעליע אין מעלבורן, אויסטראַליע — האָט געהאַט דערפֿאָלג אינעם דורמדיקן לאַנד צוליב איר פֿעיִקײט צו שפּילן מוזיק אויף ייִדיש אין אַ מאָדערנעם פֿאָלקישן סטיל. איר לעצטן אַלבאָם, „געזאַנגען צום אין־סוף“, קען דערגרייכן הצלחה אויפֿן אַנדערן ברעג פּאַציפֿיק און װײַטער.

די קאַפּעליע באַשטײט פֿון יחזקאל (הוסקי) גאַװענדאַ, חוהלע (איװי) גאַװענדאַ און גדעון פּרײַס. די צװיי גאַװענדאַס זענען אויפֿגעװאַקסן מיט ייִדיש. „מיר האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין שול, און אַ מאָל גערעדט אויף ייִדיש מיט אונדזערע קרובֿים,“ האָט יחזקאל גאַװענדאַ געזאָגט. דער טאַטע (און פּרײַסעס עלטער־פֿעטער) איז דער זשורנאַליסט מײַקל גאַװענדאַ.

די קאַפּעליע האָט אַרויסגעגעבן דעם ערשטן אַלבאָם, „די באַשעװיס זינגערס“, אין 2016. יענע פּלאַטע, װאָס איז געפּאַקט מיט באַרימטע ייִדישע לידער (און אויך צװיי נײַע לידער אָנגעשריבן פֿון מײַקל גאַװענדאַן), באַקענט דעם צוהערער מיט די „װייכע“ טענער פֿון גיטאַר, פּויק, עלעקטרישער קלאַװיאַטור און שיינע האַרמאָניעס פֿון יחזקאל און חוהלע װאָס דערמאָנען אין דער מוזיק פֿון די זעקציקער יאָרן.

די הילע פֿונעם אַלבאָם פֿון טוני קראַוס Photo by Tunni Kraus

יחזקאל גאַװענדאַ און פּרײַס זענען שוין באַקאַנט פֿאַר יענעם טיפּ מוזיק. גאַװענדאַ איז דער הויפּטזינגער, און פּרײַס דער קלאַװיאַטור־שפּילער, פֿון דער קאַפּעליע „הוסקי“, װאָס האָט צוגעצויגן אַ סך אָנהענגערס אין אויסטראַליע און געװוּנען אַ נאַציאָנאַלן פּרײַז אין 2013.

אָבער בשעת דער קאָװיד־תּקופֿה, זענען די באַשעװיס זינגערס אַוועק אין אַ נײַער, גײַסטיקער ריכטונג. אַ ביסל פֿאַר דער פּאַנדעמיע האָט יחזקאל גאַװענדאַ אויסגעזוכט לימודי־קודש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס די גאַװענדאַס האָבן געהאַט אַ װעלטלעכע בונדיסטישע דערציִונג. נחמן (נײטאַן) װאָלסקי, אַ פֿאָרשער פֿונעם זוהר בײַם מאָנאַש אוניװערסיטעט, האָט געזאָגט אַז ער און יחזקאל גאַװענדאַ האָבן זיך באַקענט אויף אַ מסיבה. „הוסקי האָט מיך געפֿירט אין אַ װינקל און געזאָגט: ׳דערצייל מיר װעגן דעם זוהר.׳“

זיי האָבן געמאַכט אַ חבֿרותא און אָנגעהויבן לייענען דעם זוהר און מיסטישע טעקסטן אויף ייִדיש צוזאַמען, בפֿרט אהרון צײַטלינס פּאָעזיע. צײַטלין (1898־1973) האָט געשריבן אויף ייִדיש און העברעיִש גאַנצע פּיעסעס, עסײען, און לידער װאָס האָבן אַרײַנגענומען טראַדיציאָנעלע גלויבענישן מיט אַ מאָדערנעם צוגאַנג. אין 2022 איז אַרויסגעקומען דער קאַפּעליעס צװייטער אַלבאָם: „קדיש אויף די חורבֿות: אַ ליטורגיע“, באַזירט אויף אַ זאַמלונג פֿון אהרון צײַטלינס פּאָעזיע, „לידער פֿון חורבן און לידער פֿון גלויבן“. 

דער אַלבום „שׂמחת הנפֿש • 1727“ איז דערנאָך אַרויסגעגעבן געװאָרן, אויפֿן סמך פֿונעם צװייטן באַנד פֿונעם בוך „שׂמחת הנפֿש“, וואָס איז געווען דאָס סאַמע ערשטע געזאַנגבוך אויף ייִדיש. געשריבן דאָס בוך האָט דער דײַטשישער רבֿ אלחנן קירכהן (1666 – 1757). עס באַשטייט פֿון לידער װעגן די יום־טובֿים, װאָס די באַשעװיס זינגערס האָבן געזונגען אין גאָר פֿאַרשידענע סטילן כּדי אָפּצושפּיגלען די באַזונדערקײטן פֿון די טעג.

דעם 29סטן פֿעברואַר האָבן די באַשעװיס זינגערס דעביוטירט דעם אַלבאָם אינעם „טשאַפּעל אָף טשאַפּעל“ טעאַטער Photo by James McPherson

פֿאַרן פֿערטן אַלבאָם איז די קאַפּעליע צוריקגעקומען צום קװאַל פֿון צײַטלינען, אָבער דאָס מאָל פֿון אהרון צײַטלינס טאַטן, הלל צײַטלינען.

הלל צײַטלין איז אָנערקענט ווי דער פֿאָטער פֿון דער ״נעאָ־חסידות״ באַװעגונג. ער איז אויפֿגעװאַקסן אין ליובאַװיטש חסידות אין רײַסן, האָט זיך געװענדט צו דער װעלטלעכער פֿילאָסאָפֿיע, און האָט זיך צוריקגעקערט צו חסידות, אָבער צו אַ מין אומאָפּהענגיקן חסידות. ער, גלײַך װי זײַן זון, האָט געשריבן פּאָעזיע און עסײען אויף ייִדיש און העברעיִש, װאָס פּראָבירן צו שאַפֿן אַ סינטעז פֿון פֿילאָסאָפֿיע און מיסטיציזם. 

הלל און זײַן זון, דער אַװאַנגאַרדיסטישער שרײַבער אלחנן, זענען דערמאָדערט געװאָרן אין װאַרשאַװער געטאָ אין 1942. מע זאָגט אַז הלל האָט בשעת־מעשׂה געטראָגן זײַן טלית און תפֿילין און געהאַלטן אין דער האַנט אַ זוהר.

געזאַנגען צום אין־סוף“ איז דער נאָמען פֿונעם בוך לידער װאָס הלל צײַטלין האָט אַרויסגעגעבן אין 1931, און איז פֿון װאַנעט עס קומט סײַ דער נאָמען פֿונעם אַלבאָם סײַ דער אינהאַלט.

דער אַלבאָם איז אַ מײַסטערװערק, װײַל די קאַפּעליע ברענגט די אָריגינעלע טענער פֿונעם ערשטן אַלבאָם און זינגט אויס די עקסטאַטישע װערטער מיט אַ צאַרטן קלאַנג װאָס רירט אָן די נשמה. די לידער דריקן זיך אויס מיט אַן אינעװעניקן כּוח, נישט קיין קראַפֿטיקן אויסרוף. עס שפּילט װי אַ מעדיטאַציע.

יחזקאל גאַװענדאַ האָט ליב געהאַט די לידער װײַל זיי האָבן אים געװיזן אַ װעג זיך צו דערנענטערן צו דער שכינה און זיך צו ראַנגלען מיטן געדאַנק פֿון גאָט. די לידער „האָבן שטענדיק צו טאָן מיט בענקשאַפֿט, און װיגן זיך צװישן צװײפֿל און צעשטערונג פֿון אײן זײַט, און גאָטהײט און עקסטאַז פֿון דער אַנדערער,“ האָט ער געזאָגט. „ס׳איז דאָס ערשטע מאָל װאָס איך פֿיל זיך באַקװעם צו קלערן װעגן דעם באַגריף פֿון גאָט.“

דעם 29סטן פֿעברואַר האָבן די באַשעװיס זינגערס דעביוטירט דעם אַלבאָם אין מעלבורן צו אַן אויספֿאַרקויפֿטן זאַל אינעם „טשאַפּעל אָף טשאַפּעל“ טעאַטער. „שטייענדיק אויף דער בינע האָב איך געהאַט אַ זייער יענעװעלטיקע איבערלעבונג,״ האָט חוהלע געזאָגט. „איך בין זיכער אַז אַ זייער קליינע צאָל פֿון די צוקוקערס רעדן ייִדיש, אָבער זיי אַלע פֿילן אַ שייכות צו דעם.״

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version