Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי באַציִען זיך אומאַנער און בעלזער תּושבֿים צו זייער חסידישער געשיכטע?How do Uman and Belz residents see their town’s Hasidic history?

די סאָציאָלאָגין אַלאַ מאַרטשענקאָ פֿאָרשט ווי תּושבֿים פֿון בעלץ, אומאַן, באָבעוו און לישענסק באַטראַכטן די חסידישע געשיכטע פֿון זייערע שטעט.

[דער אינטערװיו איז דורכגעפֿירט געװאָרן ספּעציעל פֿאַרן פֿאָרווערטס, אױף ייִדיש.]

אַלאַ מאַרטשענקאָ איז אַן אוקראַיִנישע סאָציאָלאָגין, װאָס לעבט הײַנט אין װאַרשע. זי פֿאָרשט װעגן די זכרונות און היסטאָרישער באַװוּסטזיניקײט פֿונעם אָרטיקן עולם אין אַזעלכע שטעט, װוּ ס׳פֿאָרן חסידים אױף קבֿרי־צדיקים. ד״ר מאַרטשענקאָ האָט זיך אױך באַטײליקט אין אַן אינטערנאַציאָנאַלן פּראָיעקט אין אומאַן, װאָס װיל שאַפֿן אַ נײַעם, אַלגעמײנעם אופֿן צו שילדערן די געשיכטע פֿון דער שטאָט און בײַקומען די סתּירותדיקע, צו פּשוטע נאַראַטיװן װעגן „אַ שטאָט פֿון קאָזאַקן‟ אָדער „אַ שטאָט פֿון חסידים ‟.

אַ גרופּע אומאַנער קולטור־קענער לערנען זיך וועגן דער אָרטיקער חסידישער געשיכטע בעת אַ וואַרשטאַט געפֿירט פֿון אַלאַ מאַרטשענקאָ, אומאַן 2019

פֿאָרווערטס: אַלאַ, פֿון װאַנען קומט איר און װי אַזױ זענט איר צוגעקומען צו אײַער איצטיקער פֿאָרש־טעמע?

אַלאַ מאַרטשענקאָ: איך בין געבױרן געװאָרן און אױפֿגעװאַקסן אין דער אוקראַיִנישער שטאָט אומאַן. דאָס איז אפֿשר אױך די הױפּט־סיבה, פֿאַר װאָס כ׳האָב זיך פֿאַראינטערעסירט מיט די חסידים װאָס האָבן אָנגעהױבן פֿאָרן אין אומאַן, אױף ר׳ נחמן בראַצלעװערס קבֿר, אין די לעצטע יאָרן פֿון ראַטן־פֿאַרבאַנד. נאָכן איבערציִען זיך קײן קיִעװ און שטודירן דאָרט, האָב איך זיך פֿאַרנומען מיט סאָציאָלאָגיש־סטאַטיסטישע פֿאָרשונגען, למשל, װעגן פּראָטעסטן און די שטימונגען צװישן פֿאַרשײדענע פֿעלקער אין אוקראַיִנע. געענדיקט דעם ערשטן דאָקטאָראַט און געװאָרן אַ פּראָפֿעסאָרשע. דעמאָלט האָב איך פֿונסנײַ געהאַט אַ ישובֿ־הדעת און איבערגעקלערט, װאָס צו טאָן אין מײַן לעבן.

דערגאַנגען צום אױספֿיר, אַז איך דאַרף זיך פֿאַרנעמען מיט דעם, װאָס ציט מיך צו שױן אַ גאַנץ לעבן, דהײַנו די באַהאַלטענע ייִדישע געשיכטע פֿון רובֿ שטעט אין אוקראַיִנע. עטלעכע יאָר געלערנט זיך ייִדיש און העברעיִש, ייִדישע געשיכטע. כ׳בין געפֿאָרן אין אַזעלכע שטעט װי מעזשביזש, באַרדיטשעװ, האַדיטש, אַנעפּאָליע און געמאַכט דאָרטן קלענערע פֿאָרשונגען, פֿאַר זיך, אױף אַ זשורנאַליסטישן שטײגער. אַ מאָל איז מיר אױסגעקומען הערן אַ לעקציע װעגן דער געשיכטע פֿון חסידים אין פּױלן, האָב איך זיך געכאַפּט, פֿאַר װאָס האָב איך קײנמאָל ניט געטראַכט װעגן פּױלן?

פּונקט דעמאָלט האָב איך באַקומען אַ בריװ פֿון אַ גוטער פֿרײַנדין, װאָס פֿרעגט, צי איך װיל ניט מאַכן אַ דאָקטאָראַט בײַ זײ אין װאַרשע, ס׳איז דאָ זײער אַ גוטע געלעגנהײט איצט. אין 2017 האָב איך טאַקע אָנגעהױבן אַ צװײטן דאָקטאָראַט בײַ דער פּױלישער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע. אין פּױלן איז דאָס פֿאָרשן מיט קװאַליטאַטיװע מעטאָדעס מער אַנטװיקלט, און אױף דערװײַל איז דאָ טאַקע אַ גוט אָרט צו פֿאָרשן ייִדישע טעמעס, ניט געקוקט אױף געװיסע אַנדערע פּראָבלעמען.

מײַן טעמע איז אױפֿן גרענעץ צװישן סאָציאָלאָגיע, געשיכטע, אַנטראָפּאָלאָגיע און יודאַיסטיק. דעריבער שאַץ איך שטאַרק אָפּ, װאָס דאָ אין װאַרשע איז דאָ אַן אָפֿענע סבֿיבֿה פֿאַר אַזעלכע פֿאָרשונגען װאָס האָבן אַ שײַכות צו מער װי אײן תּחום.

פֿאָרווערטס: װאָסערע שטעט האָט איר אױסגעקליבן פֿאַר אײַער פֿאָרשונג און פֿאַר װאָס?

אַלאַ מאַרטשענקאָ: פֿון אָנהײב אָן האָב איך געװוּסט, אַז איכ׳ל פֿאָרשן װעגן מײַן הײמשטאָט אומאַן. דערצו האָב איך אױסגעקליבן בעלז — אױך אין אוקראַיִנע — און די פּױלישע שטעטלעך באָבעװ און ליזשענסק.

בעלז האָב איך אױסגעקליבן, װײַל עס איז אַזױ אַנדערש פֿון אומאַן: כאָטש ס׳איז אַ װינציק שטעטעלע, איז דאָ הײַנט אַזאַ גרױסע קהילה פֿון בעלזער חסידים. ליזשענסק איז דאָס סאַמע פּאָפּולערסטע אָרט אין פּױלן, דאָרט פֿאָרט מען אױפֿן קבֿר פֿון רבין ר׳ אלימלך. אױך אין פּױלן האָב איך אױסגעקליבן אַ שטעטל װאָס האָט אַ שײַכות נאָר צו אײן חסידישן הױף, פּונקט װי בעלז, און דאָס איז געװען באָבעװ: אַזאַ קלײנטשיק אָרט — און דאָס חשיבֿותדיקע באָבעװער חסידות.

בעלז איז פֿאָרט אַ יוצא־מן־הכּלל, אַזױ װי אין די סאָװעטישע צײַטן איז עס געװען אַ גרענעץ־שטאָט, װוּ אַפֿילו סאָװעטישע בירגער האָבן ניט געטאָרט אַרײַנפֿאָרן אָן אַ ספּעציעלער דערלױבעניש. אין שטעטל װױנען כּמעט נאָר צוגעקומענע, ניטאָ קײן אַלטגעזעסענע היגע, װײַל אין די יאָרן 1947–1951 האָט מען אַרױסגעטריבן די פֿריִערדיקע אײַנװױנער, צוערשט װען די שטאָט איז געװאָרן אַ פּױלישע און דערנאָך פֿונסנײַ װען די גרענעץ האָט זיך געביטן און זי איז געװאָרן אַ סאָװעטישע.

פֿאָרווערטס: מיט װאָסערע פֿראַגן פֿאַרנעמט זיך אײַער פֿאָרשונג?

אַלאַ מאַרטשענקאָ: מײַן הױפּט־אינטערעס איז געװען, צו דערגײן, װאָס ס׳מײנט דאָס צוריקקומען פֿון ייִדן, דער עיקר פֿון חסידים, אין יענע ערטער אין אוקראַיִנע און פּױלן, װאָס האָבן געהאַט אַ גרױסע געשיכטע, װאָס איז אָפּגעהאַקט געװאָרן צוליבן חורבן. מיך האָט אינטערעסירט דער צונויפֿקום צװישן די זכרונות פֿון די אָנקומענדיקע ייִדן און די זכרונות פֿון די איצטיקע שטעטלדיקע תּושבֿים, אױך צװישן אָפֿיציעלן און ניט־אָפֿיציעלן אָנדענק.

אַ דאַנק דעם אָנקומען פֿון חסידישע עולי־רגל האָבן די הײַנטיקע אײַנװױנער בכלל גענומען רעדן װעגן ייִדישער געשיכטע און דעם חסידישן אָנטײל אין דער געשיכטע. אין באָבעװ און בעלז פֿאַרנעמען די חסידים טאַקע דאָס װיכטיקסטע אָרט אין די דערמאָנונגען װעגן ייִדן. אין אומאַן און ליזשענסק שפּילן די חסידים ניט אַזאַ װיכטיקע ראָלע אין די קאָלעקטיװע זכרונות װעגן ייִדן.

די פּאָזיטיװע מאָמענטן און די צװישנאַנאַנדיקע קאָנטאַקטן צװישן די חסידישע זכרונות און די אָרטיקע זכרונות באַדעקן אַמאָל די נעגאַטיװערע מאָמענטן, פֿון גאָר גרױסע קאָנפֿליקטן אין אומאַן ביז צו באַהאַלטענע, אָבער אױך װיכטיקע שפּאַנונגען אין ליזשענסק.

אין בעלז איז דאָ עפּעס אַ גרױסער „טאַנץ‟ פֿון די לאָקאַלע טוער אַרום דעם ענין פֿון ייִדישער געשיכטע ווי עפּעס אַ קורצע, ניט איבעריק װיכטיקע תּקופֿה אין דער גרױסער געשיכטע פֿון אַלטן בעלז. אין באָבעװ װידער זעען מיר אַ מין שײן דעקאָרירטן אָנדענק נאָכן ייִדישן לעבן, דער עיקר שײנע מאָמענטן, װאָס זײַנען לײדער איבערגעריסן געװאָרן.

אַלאַ מאַרטשעקאָ אין באָבעוו, 2019 Image by Alla Marchenko

פֿאָרווערטס: װאָס זײַנען די פּאָזיטיװע און נעגאַטיװע מאָמענטן?

אַלאַ מאַרטשענקאָ: בדרך־כּלל קען מען זאָגן, אַז די זכרונות װעגן ייִדן זײַנען מער אַנטװיקלט דאָרט, װוּ ס׳זײַנען געבליבן פֿיזישע שפּורן פֿון ייִדישן לעבן, אַזעלכע אָביעקטן װי, אַ שטײגער, די באָבעװער שיל און בית־עולם. אין אומאַן װידער איז אַלצדינג חרובֿ געװאָרן, און גרױסע טײלן פֿונעם אַרכיװ זײַנען פֿאַרברענט געװאָרן אין אַ פֿײַער. הײסט עס, אַז דאָ קען מען אַרױסזאָגן השערות גלאַט אַזױ אין דער װעלט אַרײַן, װאָס דערפֿירט, נאַטירלעך, צו חילוקי־דעות, למשל, װאָס שײך די הײַדאַמאַקישע אױפֿשטאַנדן. בײַ ייִדן זײַנען טרױעריק באַקאַנט די אומאַנער שחיטות פֿון 1768 און 1788. דאָס זײַנען די הײַדאַמאַקעס אָנגעפֿאַלן אױף ייִדן, מיט די אַטאַמאַנען איװאַן גאָנטע און מאַקסים זשעלעזניאַק בראָש, װאָס זײַנען פֿאַררעכנט פֿאַר העלדישע פֿרײַהײטסקעמפֿער בײַ רובֿ אוקראַיִנער. אױב ס׳איז געבליבן עפּעס אַ זכר, איז דאָס אַ װיכטיקער אָנהײבפּונקט כּדי צו אַנטװיקלען דעם אָנדענק נאָך ייִדן.

בעלז איז אַ יוצא־מן־כּלל מיט דעם װאָס די לאָקאַלע היסטאָריקער רעדן דאָרט װעגן „אונדזערע חסידים‟ און טאַקע װעגן „אונדזערע שטילע, אָפּגעהיטע חסידים‟ — להיפּוך צו „די שמוציקע, ניט־אײדעלע חסידים אין דײַן אומאַן‟. אָבער אין דער אמתן זעט מען אין בעלז די חסידים כּמעט גאָרניט צוליב דעם װאָס בעלזער חסידים פֿאָרן אַהין ניט אָפֿט — אַזױ קען זיך פֿונאַנדערװאַקסן אַזאַ מין ראָמאַנטיש בילד.

אין אומאַן קומען אָבער אום ראָש־השנה קרובֿ 35,000 ייִדן מיט אַ מאָל. אַחוץ דעם האָבן זיך באַזעצט דאָרט געצײלטע חסידישע משפּחות װאָס װױנען דאָ אַ גאַנץ יאָר. פֿאַראַנען אַ חדר און בתּי־מדרשים. רובֿ אָרטיקע אײַנװױנער אין אומאַן האָבן אַזױ פֿיל טענות צו די חסידים און ניט־גוטע געדאַנקען װעגן זײ, כאָטש ניט דװקא צוליב זײער אײגענע איבערלעבונגען, נאָר צוליב אַ נאַראַטיװ װאָס איז גלײַך װי אין דער לופֿטן. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די ייִדן װאָס פֿאָרן קײן אומאַן זײַנען ניט נאָר בראַצלעװער חסידים און אַפֿילו ניט נאָר חסידים. דערצו איז צװישן זײ אַ גרױסע צאָל בעלי־תּשובֿה, װאָס זײַנען אַ מאָל אַ ביסל ראַדיקאַליש אָדער רעבעליש געשטימט. פֿון דעם אַלעמען באַקומט זיך אַ גרױסער באַלאַגאַן.

אין ליזשענסק איז דער מצבֿ אױך עפּעס פֿאַרװיקלט, נאָר צוליב אַנדערע סיבות. די לײַט איז ניט געפֿעלן געװאָרן, װאָס די פּאָליצײ קומט אָן אין אײנעם מיט די חסידים. זאָגט מען אַרױס אַזעלכע השערות װי, „אפֿשר זײַנען עס גאָר באַנדיטן, אַז די פּאָליצײ קומט אָן גלײַך צוזאַמען מיט זײ.‟ באָבעװ איז הײַנט אַ שטאַרק קאַטױליש שטעטל, װוּ מע פֿאַרשטײט אין גאַנצן ניט דעם חסידישן שטײגער לעבן און האָט ניט אַזױ ליב די אמתע חסידים, אָבער מע האָט יאָ ליב די גוטע, שײנע מעשׂיות װעגן דעם רבין, װעגן אַ באַקאַנטער גוט־ייִדישער חתונה, װאָס מע האָט געפּראַװעט אין באָבעװ פֿאַר דער מלחמה.

דאָ ניט לאַנג האָט זיך געמאַכט אַ נײַ פֿאַרפּלאָנטערניש, װען אַ באָבעװער ליבהאָבער פֿון געשיכטע האָט געעפֿנט אַ פּריװאַטן מוזײ װעגן באָבעװער ייִדן. דער מוזײ געפֿינט זיך אין אַן אַמאָליקער ייִדישער שטוב. אין אַן אױסשטעלונג א״נ „שערבלעך פֿון אָנדענק‟ װײַזט מען דאָרט ייִדישע חפֿצים פֿון פֿאַר דער מלחמה. צװישן פֿאַרשײדענע שטובזאַכן איז דאָ אױך אַ ספֿר־תּורה און אַ יחוס־בריװ פֿון צאַנזער רבין ר׳ חיים האַלבערשטאַם. ס׳איז אָבער דאָ אין אַמעריקע נאָך אַן אײניקל פֿונעם באָבעװער חסיד ר׳ יעקבֿ מאַרקוס לאַנדאַו, װעמענס זאַכן װײַזט מען דאָרט. פֿרעגט זיך אַ פֿראַגע, צי מע מעג װײַזן יענע אָביעקטן, װאָס געהערן אפֿשר די לעבעדיקע יורשים פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן בעל־הבית. אַזעלכע נײַע פּראָבלעמען באַװײַזן זיך שיִער ניט יעדן חודש. פֿון דעם זעט מען װי פֿאַרפּלאָנטערט און דעליקאַט ס׳איז דער ענין פֿון אָנדענק נאָך ייִדן װאָס זײַנען ניטאָ מער.

אַזױ צי אַזױ, האָט די חסידישע עליה לרגל גורם געװען, אַז אָרטיקע אײַנװױנער פֿאַראינטערעסירן זיך מער מיט ייִדישער געשיכטע. ס׳בלײַבט אַ װיכטיקע אױפֿגאַבע צו אַנטװיקלען די צוזאַמענאַרבעט און װײַטער צו שמועסן װעגן אַזעלכע אָנגעװײטיקטע טעמעס.

פֿאָרװערטס: אַ דאַנק פֿאַרן אינטערװיו. פֿאַר דער פֿאַרטײדיקונג פֿון דער דיסערטאַציע װינטשן מיר, אַז ס׳זאָל זײַן מיט הצלחה און אין אַ מזלדיקער שעה!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version