Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: „לחיים, חבֿר סטאַלין!‟VIDEO: “L’chaim, Comrade Stalin!”

לויט דעם מחבר פֿון דעם ליד, האָבן ייִדן אין דעם געטאָ אין רומעניע געזונגען אָפּטימיסטישע פּראָ־סאָוועטישע לידער.

לויט דעם ליד, האָבן ייִדן אין דעם נאַצי־געטאָ געזונגען פֿריילעכע לידער, געמאַכט אַ לחיים און געוווּנטשן דעם „חבֿר סטאַלין‟ אַריכות־ימים. ווי עס האָבן באַמערקט אַ צאָל אינטערנעץ־קאָמענטאַטאָרן, קלינגט דאָס הײַנט אַ ביסל מאָדנע און איראָניש. ד״ר אַנאַ שטערנשיס, וועלכע האָט אַנטדעקט דאָס ליד, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז בשעת דער מלחמה זענען אַזעלכע פּראָ־סאָוועטישע לידער טאַקע געווען פּאָפּולער צווישן די געטאָ־אַסירים.

צום באַדויערן, ווייסן מיר ווייניק וועגן דער געשיכטע פֿונעם ליד. אויף יוטוב שטייט געשריבן, אַז ס׳איז געשאַפֿן געוואָרן אין 1947. ווי ס׳איז באַשײַמפּערלעך פֿונעם טעקסט, איז דאָס נישט ריכטיק. וואָס יאָ — נאָך דער מלחמה האָבן די סאָוועטישע זאַמלער זי פֿאַרשריבן.

שטערנשיס האָט אַנטדעקט דעם טעקסט בעת זי האָט געאַרבעט אין דער קיִעווער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון ווערנאַדסקי. דער טעקסט איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ נאָטיץ, אַז דער מחבר האָט געהייסן ח. אורינצאָוו און אַז ער האָט געשאַפֿן דאָס ליד מיט עטלעכע יאָר פֿאַרן נצחון איבער די נאַציס, בעת ער איז געווען פֿאַרשפּאַרט אין אַ געטאָ ערגעץ אין טראַנסניסטריע – דעם באַזונדערן ראַיאָן אויפֿן שטח פֿון דער הײַנטיקער אוקראַיִנע און מאָלדאָווע, וואָס די רומענישע רעגירונג האָט פֿאָרמירט בהסכּם מיט די נאַציס אין אויגוסט 1941.

ווי באַלד די אָריגינעלע מעלאָדיע פֿונעם ליד איז אומבאַקאַנט, האָט דער באַקאַנטער מוזיקער און פֿילאָלאָג פּסאָי קאָראָלענקאָ געשאַפֿן אַן אייגענע, אויפֿן סמך פֿון קאַזאַקישע לידער, בשותּפֿות מיטן קאָמפּאָזיטאָר סערגיי ערדענקאָ, וואָס פֿירט אָן מיטן מאָסקווער ציגײַנערישן אַנסאַמבל „לויקאָ‟. קאָראָלענקאָ האָט צוגעטראַכט דעם ניגון, און ערדענקאָ האָט אים אַראַנזשירט און אַ ביסל געביטן. שטערנשיס האָט דערקלערט, אַז אַ סך געטאָ־לידער פֿלעגט מען זינגען דווקא מיט אַ מיליטאַנטיש־אָפּטימיסטישן קאַזאַקישן טעם. פֿונעם טעקסט זעט מען קלאָר, אַז דער אָריגינעלער ניגון איז געווען טאַקע אַ פֿריילעכער, אַן אָפּטימיסטיש־נצחונדיקער.

דאָס ליד איז אַ טייל פֿונעם אַלבאָם Yiddish Glory, וואָס איז נאָמינירט געוואָרן אויף אַ „גרעמי‟־פּרעמיע מיט צוויי יאָר צוריק.

די פֿאָרשערין האָט צוגעגעבן, אַז אַזעלכע פּראָ־סאָוועטישע געטאָ־לידער האָבן געוויינטלעך געהאַט אַ שײַכות צו די פּאַרטיזאַנער פֿאַרבונדן מיט דער סאָוועטישער אַרמיי און האָבן געגלייבט אין איר גרויסן כּוח. די טעקסטן פֿלעגן די געטאָ־פֿאַרשפּאַרטע פֿאַרגעדענקען אויף אויסווייניק, ווײַל פֿאַר אַ צעטל מיט אַזאַ אויסגעשפּראָכער פּראָ־סטאַלינישער פּראָפּאַגאַנדע וואָלטן די נאַציס דערשאָסן אויפֿן אָרט אָדער צוערשט אויסגעפּײַניקט, כּדי אויסצוזוכן דעם מחבר. אינעם ביטערן געטאָ־לעבן האָט אַזאַ געהיימע „תּורה שבעל־פּה‟ געשפּילט אַ גרויסע דערמוטיקנדיקע ראָלע.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version