ווידעאָ: 1945 — אַ ייִד חלומט פֿון אַ יום־כּיפּור אָן פֿאַשיסטןVIDEO: 1945 – A Jew dreams of a Yom Kippur without fascists
פּסאָי קאָראָלענקאָ זינגט אַ ליד וואָס באַשרײַבט ווי ייִדן האָבן געשלאָגן כּפּרות אינעם סאָוועטישן קאַזאַכסטאַן
ווי אַזוי האָבן די סאָוועטישע ייִדן געשלאָגן כּפּרות אין 1945, אינעם סאָוועטישן קאַזאַכסטאַן, נאָך דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה? ווײַזט אויס, זיי האָבן געזונגען: „זה כּפּרתי, זה חליפֿתי, זה הפֿאַשיסטל ילך למיתה – און מיר – צו לאַנגע יאָרן, גליקלעכע און זיסע‟.
דער באַקאַנטער מוזיקער און פֿילאָלאָג פּסאָי קאָראָלענקאָ זינגט עס הײַנט מיט אַ גאַנצער פּרעכטיקער קאַפּעליע: די פֿילדערין רבֿקה וואָלקשטיין, דער קלאַרנעטיסט דרו דזשורעסקאַ, דער באַסיסט — דזשאָ פֿיליפּס און דער פּיאַניסט — ראָבאַרט האָרוואַט.
אַנאַ שטערנשיס, אַ מאָסקווער געבוירענע פּראָפֿעסאָרין בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז זי האָט אַנטדעקט דאָס ליד בערך מיט 20 יאָר. דעמאָלט האָט זי געאַרבעט אין דער קיִעווער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אויפֿן נאָמען פֿון ווערנאַדסקי. צום באַדויערן, איז דער טעקסט נישט געווען באַגלייט מיט נאָטן; קאָראָלענקאָ האָט צוגעטראַכט אַן אייגענע מעלאָדיע.
אַן אַלבאָם פֿון אַנדערע אַנטדעקטע סאָוועטיש־ייִדישע לידער, Yiddish Glory, אויך געשאַפֿן דורך קאָראָלענקאָ און שטערנשיס, איז אין 2019 נאָמינירט געוואָרן אויף דער „גרעמי‟־פּרעמיע. דאָס נײַע ליד איז אַ המשך פֿונעם פֿונעם זעלבן פּראָיעקט.
צום באַדויערן, ווייסן מיר גאָרנישט וועגן דעם מחבר פֿונעם ליד. שטערנשיס האָט אינעם שמועס מיט מיר באַטאָנט, אַז אין געוויסע קרײַזן האָט מען עס טאַקע געזונגען. דער לידער־זאַמלער יעקבֿ מערזאָן האָט עס פֿאַרשריבן בײַ אַן אומבאַקאַנטן ייִד אין 1945, זײַענדיק דעמאָלט אין קאַזאַכסטאַן, וווּ טויזנטער ייִדן האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם חורבן. מערזאָן אַליין איז, נעבעך, אָפּגעזעסן אינעם סאָוועטישן גולאַג און געשטאָרבן אין 1946.
שטערנשיס האָט באַמערקט, אַז דער מחבר האָט געקאָנט, אין פּרינציפּ, אָנשרײַבן זײַן ליד אַפֿילו ווען די מלחמה איז נאָך אָנגעגאַנגען. אָנהייב 1945 האָבן אָבער אַ סך סאָוועטישע לײַט פֿאַרשטאַנען, אַז היטלער איז נישט ווײַט פֿון זײַן ביטערן סוף און אים שוין באַטראַכט ווי אַ „באַגראָבענעם‟.
פּסאָי קאָראָלענקאָ (זײַן אמתער נאָמען איז פּאַוועל לעאָן) איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, אינעם יאָר 1967. אין זײַן מוזיקאַלישער שעפֿערישקייט, אַפֿילו אויף גאַנץ ערנסטע טעמעס, שפּילן אַ גרויסע ראָלע איראָניע, ווערטערשפּילן און פּאַראַדאָקסן. דאָס ליד האָט אַ סאַטירישן טעם, מאַכנדיק חוזק פֿון די פֿאַשיסטן, און דער זינגער מאַכט אים מײַסטעריש נאָך בולטער.
אַ פּיקאַנטער פּרט: אינעם אָריגינעלן טעקסט שטייט געשריבן נישט אַ „פֿאַשיסטל‟, נאָר אַ „דײַטשל‟. אינעם קאָנטעקסט פֿונעם ליד זעט מען קלאָר, אַז די רייד גייט וועגן אַ קאָנקרעטן דײַטש – היטלער ימח־שמו. פֿאָרט, קאָן מען זאָגן, אַז קאָראָלענקאָס ווערסיע איז אַ ביסל שאַרפֿער.
ליבהאָבער פֿון זײַנע לידער, און איך בתוכם, ווייסן גאַנץ גוט, אַז ער שעמט זיך נישט – ווען ס׳איז באַטעמט פֿון דער עסטעטישער פּערספּעקטיוו – פֿון געוויסע גרעבלעכע ווערטער. פּערזענלעך, גלייב איך, אַז ס׳איז נישט אַ פּעדאַנטישע פּאָליטישע קאָרעקציע, נאָר אַ זשעסט פֿון אוניווערסאַליזם. דער גרויסער קאַמף בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דאָך נישט געווען סתּם צווישן פֿעלקער און לענדער, נאָר דווקא קעגן פֿאַשיזם. נישט אומזיסט, דאַכט זיך מיר, האָט קאָראָלענקאָ אָנגערופֿן זײַן ליד „יום־כּיפּור אָן פֿאַשיזם‟; אָן וועלכן־ניט איז פֿאַשיזם בכלל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO