ליד: אַ בחור איז אַזוי פֿאַרליבט, אַז ער קען ניט לערנען תּורהA song about a guy who’s so in love he can’t learn Torah
דאָס ליד, „אין אַ קליין שטיבעלע“, איז פֿונעם 1922־מיוזיקל, „דער רבי האָט געהייסן פֿריילעך זײַן‟.
אין דער פֿרומער וועלט, געוויינטלעך, באַרימט זיך דער חתן, אַז ער איז אַ מתמיד און אַ תּלמיד־חכם. אין אָט־דעם ווידעאָ זינגט דער באַקאַנטער טענאָר־זינגער וויליאַם שוואַרץ — אַז קיין תּורה קען ער מער נישט לערנען, ווײַל ער איז פֿאַרליבט.
שוואַרץ (1894 – 1964) איז געבוירן געוואָרן אין יאַס, רומעניע. באַרימט איז ער געוואָרן אין אַמעריקע. אָנהייבנדיק פֿון 1917, האָט ער רעקאָרדירט אַ סך ייִדישע לידער פֿאַר אַ ריי פּלאַטע־פֿירמעס, וואָס זענען אין יענער צײַט געווען פּאָפּולער: „וויקטאָר‟, „קאָלומביע‟ און אַנדערע. די מוזיק פֿונעם ליד האָט געשאַפֿן יוסף רומשינסקי, איינער פֿון די גרעסטע אַמעריקאַנער־ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט; די ווערטער — איזידאָר ליליען, אַ מחבר פֿון הונדערטער לידער, וואָס זענען אַמאָל געווען פּאָפּולער אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער. אָט־די פּלאַטע מיטן ליד האָט „קאָלומביע‟ אַרויסגעלאָזט אין 1922, אויפֿן סמך פֿון רומשינסקיס מיוזיקל, „דער רבי האָט געהייסן פֿריילעך זײַן‟, אויפֿגעפֿירט אין 1921.
אַגבֿ, דער נאָמען פֿון דער דאָזיקער אָפּערעטע שטאַמט, ווײַזט אויס, פֿון די בראַצלעווער חסידים; רבי נחמן „האָט געהייסן פֿריילעך זײַן ביזן ווײַסן טאָג אַרײַן‟ – דהײַנו, ביזן סאַמע לעצטן טאָג אינעם לעבן. שלום־עליכם ציטירט אָט־די ווערטער אין זײַן דערציילונג „די רויטע ייִדעלעך‟. עס קאָן אָבער זײַן, אַז די דאָזיקע ווערטער זענען געווען באַקאַנט פֿאַרשיידענע אוקראַיִנישע חסידים, לאַוו־דווקא רבי נחמנס נאָכפֿאָלגער, הגם הײַנט ווערן זיי באַטראַכט ווי ספּעציפֿיש בראַצלעווער.
אינעם ליד ווערן עטלעכע מאָל איבערגעחזרט די זעלבע פֿראַזעס מיט כּמעט פּרימיטיווע גראַמען: „שטיבעלע – ליבעלע‟. פֿאָרט, קלינגען זיי חנעוודיק, אונטערשטרײַכנדיק די ליבע פֿונעם זינגער צו אַ פֿרוי, דיאַנע. דאָ גייען די שאַפֿער פֿונעם ליד אַ ביסל אַוועק פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער טראַדיציע; דיאַנע איז דאָך אַן אַמעריקאַנער נאָמען.
„דיאַנע, לערנען קען איך מער ניט, ניין – זינט דאַן, ווען איך האָב דיך דערזען‟. אָט דאָס איז, אַוודאי, זייער שטעטלדיק און אַ ביסל נאַיִוו. אַ ייִד זאָגט אויס זײַן סוד, אַז קיין תּורה גייט נישט מער אַרײַן אין זײַן קאָפּ, ווײַל ער וויל מיט זײַן געליבטער „וווינען אין אַ קליין שטיבעלע, נאָר איך און דו מיט אונדזער ליבעלע‟. אינעם ליד שטעקט אַ באַזונדערער ראָמאַנטישער חן, וווּ אַ ייִדישער טעם ווערט אויסגעמישט מיטן אַלטן אַמעריקאַנער משפּחה־אידעאַל וועגן אַ קליין שטיבעלע ערגעץ ווײַט פֿון דער גרויסער וועלט.
שוואַרץ איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע אין 1905, זײַענדיק נאָך אַ קליין קינד. צו ערשט האָט ער געמאַכט אַן אָרעמע חיונה, פֿאַרקויפֿנדיק צײַטונגען אויף די גאַסן פֿון ניו־יאָרק. דערנאָך האָט ער אַ פּרוּוו געטאָן צו ווערן אַן אַקטיאָר און גענומען וואַנדערן פֿון שטאָט צו שטאָט. ווען ער האָט זיך אומגעקערט קיין ניו־יאָרק אין 1914, איז ער גלײַך אויפֿגענומען געוואָרן ווי אַ געניטער אַרטיסט. ער האָט געשפּילט צוזאַמען מיט אַזעלכע שטערן, ווי באָריס טאָמאַשעווסקי, יעקבֿ אַדלער, בתיה (בעסי) ווײַסמאַן און ביילע פֿינקעל.
רומשינסקי, אַ געבוירענער אין אַ קליין שטעטל לעבן ווילנע, האָט געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון די ניו־יאָרקער ייִדישע טעאַטראַלע קרײַזן. למשל, אין 1923, זײַענדיק שוין אַ באַרימטער רעזשיסאָר, האָט ער צום ערשטן מאָל געבראַכט אויף דער בינע מאָלי פּיקאָן, דעמאָלט אַ יונגע אַקטריסע. רומשינסקי האָט אויך ליב געהאַט חזנות; אין שוואַרצעס ליד שפּירט זיך עפּעס אַ חזנישער טעם.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO