Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אומגעריכט געכאַפּט אַ שמועס אױף ייִדיש – אין דרעזדען, דײַטשלאַנדAn unexpected encounter in Yiddish – in Dresden, Germany

אַ יונג פּאָרל לעבט איבער אַ ייִדיש־מאָמענט אין דער אָרטיקער נעאָ־חסידישער בעש״ט־ישיבֿה.

שבת־קודש פּרשת עקבֿ האָבן מיר (איך און מײַן פֿרײַנדינע, ליאור) פֿאַרבראַכט אין דרעזדען – געװען פֿאַר אונדז די ערשטע רײַזע אין אױסלאַנד נאָך לאַנגע חדשים, װאָס מיר האָבן פֿאַרבראַכט נאָר און בלױז בײַ זיך אין דער הײם, אין װראָצלאַװ, פּױלן.

על־פּי צופֿאַל האָב איך זיך דערװוּסט, אַז דװקא דעם שבת װעט קומען קײן דרעזדען דער נעאָ־חסידישער כּמו־רבי און באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון חסידות, אַרט (אבֿרהם) גרין. דאָס איז שױן אײן מאָל אַ חידוש. נאָר אַ דאַנק דער ידיעה װעגן פּראָפֿעסאָר אַרט גרינס באַזוך אין מיזרח־דײַטשלאַנד בין איך געוואָר געװאָרן װעגן אַן ענין, װאָס איז אפֿשר אַ נאָך גרעסערער סורפּריז: די טרעפֿונג מיט אַרט גרינען איז פֿאָרגעקומען אין אַ מין נעאָ־חסידישן מוסד אױפֿן נאָמען „בעש״ט־ישיבֿה”.

פּראָפֿעסאָר אַרט (אַבֿרהם) גרין, רעכטס, מיט הרבֿ עקיבֿא װײַנגאָרטן בעת זייער באַגעגעניש אין דער בעש״ט־ישיבֿה Image by Besht Yeschiva Dresden

דער הײליקער ר׳ ישׂראל בעל־שם איז באַקאַנט אומעטום װי דער „סבא־קדישא” פֿון מזרח־אײראָפּעיִשן חסידיזם כּולו, ד״ה מע האַלט, אַז ער האָט אױפֿגעשטעלט די יסודות פֿון נײַצײַטיקן חסידות און גײַסטיק אױפֿגעהאָדעװעט דעם ערשטן דור חסידישע מנהיגים גוטע־ייִדן. אפֿילו נישט־ייִדן קענען דעם בעל־שם־טובֿ, אין דײַטשלאַנד בעיקר, אַ דאַנק די װערק פֿון פּראָפֿעסאָר גרינס באַרימטן פֿאָרױסגײער, מרדכי מאַרטין בובער. װי עטלעכע פֿריִערדיקע מעסיקע משׂכּילים, האָט דער זעלביקער מאַרטין בובער געטענהט, אַז דעם בעש״טס לכתּחילהדיקע שיטה איז דאָס אמתע חסידות, און צוליב ירידת־הדורות איז שפּעטער גאָר װינציק פֿאַרבליבן פֿון אָט אָ דעם בראשיתדיקן חסידישן פֿײַער, װאָס ס׳האָט צעלײגט דער בעש״ט.

הײַנטצוטאָג איז עס אין בעסטן פֿאַל בנמצא נאָר אין דער בחינה פֿון צמצום און העלם, באַהאַלטנקייט. אָנהענגער פֿונעם אַזױ־גערופֿענעם נעאָ־חסידות פּרוּװן אָפֿט מאָל אױפֿצולעבן חסידות כּלומרשט על־פּי נוסח הבעש״ט. נאָר ס׳בלײַבט דאָך פֿאָרט אַ קשיא, װי אַזױ און פֿאַרװאָס דװקא אין דרעזדען איז אַװעקגעשטעלט געװאָרן אַזאַ מין ישיבֿה. אָבער לאָמיר טאַקע דערצײלן לױטן כראָנאָלאָגישן סדר, אײדער מיר פֿאַרענטפֿערן אָט אָ די פֿראַגע.

שחרית־של־שבת האָט זיך צונױפֿגעקליבן אין דער דרעזדנער שול (דער נײַער סינאַגאָגע) אַ קנאַפּער מנין ייִדן (אַז מע רעכנט אַרײַן ניט בלױז די מאַנצבילן), קײן עין־הרע, כּן ירבו. נאָך קריאת־התּורה האָט דער רבֿ, [הרבֿ עקיבֿא װײַנגאָרטן]) , (https://rabbiweingarten.com/en/akiva-weingarten-en/)געהאַלטן אַ קורצע דרשה אױף דײַטש װעגן דעם „באַפֿעל” צו דינען דעם אײבערשטן מיט ליבשאַפֿט (אַהבֿת־השם) און מיט יראת־שמים. אין דער דרשה זײַנער האָט ר׳ עקיבֿא אַרומגערעדט די שװעריקײטן פֿון פֿירן אַ לעבן לױטן הײַנטצײַטיקן „מערבֿדיקן” שטײגער, נאָר ציִענדיק בבת־אחת אַ רוחניותדיקע יניקה פֿון דער דור־דורותדיקער ירושה אונדזערער.

דער בעל־דרשן, אַ יונגער מאַן אין אַ זילבערנער, חסידיש־שבתדיקער בעקעשע, האָט אָגעװיזן, אַז בײַ שטאַרק פֿרומע ייִדן, למשל בײַ סאַטמאַרער חסידים אין מאָנסי, װוּ ער אַלײן איז אױסגעהאָדעװעט געװאָרן, האַלט מען, אַז מע קען טאַקע לערנען ליב צו האָבן עמעצן און צו האָבן מורא צי יראת־הכּבֿוד פֿאַר עמעצן. און בײַ חסידים לעבט מען אַפֿילו לױט אַזאַ מין װעלטבאַנעם – אַזױ אַז ס׳קען אַמאָל זײַן אַ מין בײַשפּיל און אַן אינספּיראַציע פֿאַר אונדז אױכעט.

געענדיקט האָט דער דרעזדנער מרא־דאַתרא די דרשה מיט אַ ברכה, װינטשנדיק אַלעמען, אַז מיר זאָלן טאַקע געפֿינען אַ װעג אױף צו פֿאַרשטײן דאָס, װאָס ס׳װילן אונדז איבערגעבן די מקורים פֿון אונדזער טראַדיציע – למשל, די מצװה פֿון ליב האָבן און פֿאָרכטן דעם רבונו־של־עולם.

רעדנדיק אין אַלגעמײן, האָט דער רבֿ געװוּנטשן פֿאַר אַלעמען, אַז מיר זאָלן קענען װערן פֿאַרקניפּט און אױסגעבונדן מיט דעם, װאָס איז גוט און װיכטיק פֿאַר אונדז. אױב מע האָט אין זינען דװקא חמישה חומשי תּורה: אַז מיר טונקען זיך טאַקע אײַן אין דער תּורה און זאַפּן זיך אָן מיט אָט אַזאַ מין ליבשאַפֿט צום באַשעפֿער און יראת־הרוממות, װי ס׳שטײט אין ספֿר דבֿרים, פּרשת עקבֿ. פֿון דעם סך־הכּל באַקומט זיך שױן, אַז ניט בלױז די בעקעשע האָט זיך געהאַלטן בײַם יונגן רבֿ ר׳ עקיבֿאן, זאָל לעבן (ער איז אַלט 36 יאָר, קײן עין־הרע). נאָר װאָדען, דער דאָזיקער ראַבינער האָט אױך אױפֿגעהיט עפּעס פֿונעם פּנימיות פֿון חסידות. נישט נאָר דאָס חסידישע גשמיות, נאָר אױך פֿון חסידישן רוחניות איז עפּעס געבליבן בײַ אים.

נאָכן אָפּדאַװנען מוסף האָבן מיר באַלד געכאַפּט אַ שמועס מיטן רבֿ — פֿאַרשטײט זיך, אױף ייִדיש — און מע האָט אונדז אײַנגעלאַדן אױף טשאָלנט אין דער ישיבֿה גופֿא. דאָרט איז מען אין גיכן װײַטער אָנגעגאַנגען מיט שמועסן אױף מאַמע־לשון. פּראָפֿעסאָר גרין האָט אונדז דערצײלט פֿון זײַנע באַגעגענישן מיט ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין קיִעװ און קישינעװ בשעת זײַנע נסיעות קײן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1970ער יאָרן. אָבער ניט נאָר דער חשובֿער פּראָפֿעסאָר האָט מיט אונדז גערעדט אויף ייִדיש. דערצו זײַנען מיר זוכה געװען צו פֿאַרציִען אַ לײַטישן שמועס מיט יונגע לײַט אין די צװאַנציקער, זײ צו לאַנגע יאָרן.

אָט איז למשל אַ חנעװדיקע מעשׂה, װאָס ס׳האָט אונדז איבערגעגעבן אײנער פֿון די יונגע חבֿרים. װען ער איז שױן געהאַט זיך איבערגעצױגן פֿון בני־ברק קײן תּל־אַבֿיבֿ, האָט ער דאָרטן געאַרבעט װי אַ „מלצר” (אַ קעלנער) און גאַנץ אָפֿט באַדינט עלטערע ייִדן, װאָס האָבן זיך געפֿרײט מיט אַ געלעגנהײט זיך דורכצורעדן מיט עמעצן אױף מאַמע־לשון. געװען אַ מעשׂה מיט אַ קונה, אַ ייִד אין די הױכע יאָרן, װאָס האָט באַשטעלט בײַ אים אַ „פֿאַרקערטע קאַװע” (פֿון העברעיִש „קפֿה הפֿוך” – בלע״ז „קאַפּוטשינאָ”). אָבער ניט ער, ניט זײַן קעלנער האָבן זיך ניט געקענט דערמאָנען, װי אַזױ מע זאָגט אױף ייִדיש „קצפֿת” (אױף ענגליש „קרים” – אין דער אמתן איז אונדזער דערצײלער מסתּמא אױסן געװען „חלבֿ מוקצף” – אױף ענגליש „milk foam”). עטלעכע טעג שפּעטער האָט זיך אָבער דער קונה װידער געיאַװעט אין קאַפֿע, כּדי מודיע צו זײַן, אַז ער האָט זיך שױן יאָ דערמאָנט. דהײנו, ער האָט געדענקט, װי דער טאַטע ע״ה פֿלעג טאָן אַ פֿרעג, „װי אַזױ װײסט מען, אַז אַ ייִנגל איז דערװאַקסן?”, ענטפֿערנדיק, „אַז ער פּישט שױן מיט אַ שױמל!” – „איז, זײַט זשע אַזױ גוט, אַ קאַװע מיט אַ שױמל!”

אַקיצור, מחיה־נפֿשות: צעשמועסט זיך און זיך פֿאַרװײַלט אױף אַ הײמישן ייִדיש – אין אַן אָרט, װוּ מע דאַרף אָפֿטמאָל פֿאָרן לפּחות הונדערט קילאָמעטער אױף אױסצוגעפֿינען אַ פֿולן מנין, קײן עין־הרע, אױף צו דאַװנען, לײענען תּורה, פּראַװענען יום־טובֿ און דאָס גלײַכן.

אין דער לעצטער באַמערקונג האָבן מיר פֿאַקטיש שױן די האַלבע דערקלערונג און כאָטש אַן אָפֿיציעלע סיבה, פאַר װאָס און פֿאַר װען ס׳געפֿינט זיך דאָ אַ גרופּע יונגע תּלמידים און סטודענטן װאָס רעדן ייִדיש פֿון דער הײם. (כ׳שרײַב דאָ „אָפֿיציעל” איבער דעם, װאָס די ישיבֿה באַקומט שטיצע פֿון דער דײַטשישער רעגירונג און פֿאַרשײדענע מלוכישע און ניט־מלוכישע אינסטיטוציעס.) מיר װײסן שױן, אַז די דאָזיקע תּלמידים לערנען זיך אין דער דרעזדנער בעש״ט־ישיבֿה. ס׳איז כּדאי צו באַמערקן, אַז די־אָ ישיבֿה איז ניט חלילה קײן געװײנטלעכע אָרטאָדאָקסיש־חסידישע ישיבֿה. נאָר װעגן דעם לימוד גופֿא װעלן מיר רעדן מיט אַלע פּיטשעװקעס אַ ביסל שפּעטער.

געפֿינען געפֿינט זיך די ישיבֿה דװקא אין דרעזדען, כּדי די אָרטיקע קהילה זאָל באַקומען עטלעכע נײַע, און דער עיקר — ייִנגערע מיטגלידער. אָט האָבן מיר שױן אײנמאָל אַן ענטפֿער אױף דער פֿראַגע, פֿאַרװאָס זשע דװקא אין דרעזדען.

װי אין אַלע קהילות אין דײַטשלאַנד זײַנען ס׳רוב ייִדישע אײַנוווינער געװעזענע פּליטים פֿון אַמאָליקן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אָנגעקומענע קײן דײַטשלאַנד סוף 1980ער, אָנהײב 1990ער יאָרן. אָבער על־פּי רובֿ זײַנען די דאָזיקע ייִדן ניט איבעריקס בעלנים אױף צו באַטײליקן זיך אין טראַדיציאָנעלן קהילה־לעבן, דהײנו תּפֿילה טאָן וכּדומה – אַחוץ געצײלטע זקנים און זקנות, קײן עין־הרע. לאָזט זיך אַרױס, אַז די ישיבֿה איז אַן אופֿן אױף צו ברענגען ייִדן אין אַזאַ שטאָט, װאָס איז לגבי ייִדישקײט דאָך אין אמתן אַ מין פֿאַרװאָרפֿן װינקל.

געװיס, ס׳איז ניט אױף יענער זײַט סמבטיון. פֿאַרקערט, מע געדענקט נאָך גאַנץ גוט דאָס ייִדישע לעבן, װאָס האָט דאָרטן אַ מאָל, פֿאַרן חורבן, געבליט און געשפּרודלט נאָר בײַם הײַנטיקן טאָג, נאָכן חורבן, רחמנא לצלן, און נאָך יאָרצענדליקער פֿון מלוכישן סאָציאַליזם, איז איבערגעבליבן זײער װינציק. איז טאַקע אַ נס און אַ ברכה, װאָס דער יונגער ליבעראַל־חסידישער ראַבינער ר׳ עקיבֿא האָט זיך דאָ באַזעצט. שטעלט ער דאָך צו אַ פּלײצע כּדי אונטערצוהעלפֿן פֿונסנײַ אױפֿצולעבן ייִדישקײט אױף אַ פֿרישן און אָריגינעלן, אי פֿרײַען, אי טראַדיציאָנעלן אופֿן.

מיר דאַרפֿן אָבער נאָך אַלץ פֿאַרענטפֿערן די פֿראַגע, װי אַזױ ס׳האָבן גענומען איבערקלײַבן זיך אַהער דװקא ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן. אמת, ניט איטלעכער תּלמיד און ניט יעדערע תּלמידה פֿונעם דרעזדנער ליבעראַל־חסידישן מוסד רעדט אַ פֿליסיקן ייִדיש. אָבער אַלע קומען זײ פֿון אַ חרדישער הײם און כּמעט אַלע זײַנען זײ אונטערגעװאַקסן אין מדינת־ישׂראל, מערסטנטײל אין בני־ברק, אַזױ אַז עבֿריתּ הערט זיך דאָ טאַקע עפֿטער פֿון ייִדיש. אַ קוק אױפֿן ראש־ישיבֿהס ביאָגראַפֿיע װעט אונדז העלפֿן באַנעמען די אױפֿגאַבע פֿון דער ישיבֿה און די טעמים, פֿאַרװאָס דװקא געװעזענע חרדים פֿון בני־ברק.

דער דרעזדנער ראַבינער, הרבֿ ר׳ עקיבֿא, װאָס פֿירט אָן מיט דער ישיבֿה, האָט אַלײן געלעבט אין בני־ברק אין משך פֿון אַ יאָרצענדליק בערך, אײדער ער האָט „פּורץ־גדר” געװען און זיך אָפּגעזאָגט פֿון אָנגײן מיטן חרדישן שטײגער לעבן על־פּי הלכה. נאָכדעם װי ער האָט שױן פֿריִער געקראָגן סמיכה פֿון חסידישע רבנים און אױך פֿון אַ „ליטװישן” בית־דין אין ארץ־ישׂראל, האָט ער װי אַ צוגאָב באַקומען סמיכה פֿון ר׳ זלמן שעכטער־שלומי זצ״ל, אַ װיכטיקן מנהיג פֿון דער באַװעגונג פֿון התחדשות. „התחדשות” מײנט באַנײַונג (פֿון ליבעראַלן ייִדנטום) דורך ציִען אַ יניקה פֿון קבלה און חסידות.

שפּעטער, װען עקיבֿה װײַנגאָרן האָט שױן – לכל־הפּחות פֿון טראַדיציאָנעל־פֿרומען קוקװינקל – אין גאַנצן פּורק־עול געװען און זיך אַריבערגעקליבן קײן דײַטשלאַנד, האָט ער צו די פֿריִערדיקע לימודים אין ישיבֿות דערצו נאָך שטודירט יודאַיִסטיק בײַם פּאָטסדאַמער אוניװערסיטעט און לסוף געװאָרן אַ מאָדערן־ליבעראַלער ראַבינער.

די בעש״ט־ישיבֿה זײַנע זאָל באַהילפֿיק זײַן אַזױנע יונגע לײַט װי ער, ד״ה אַזױנע װאָס װילן ניט ממשיך זײַן לעבן אױפֿן חרדישן שטײגער. ניט געקוקט אױף די פּאָזיטיװע װערטער אין זײַן דרשה האָט ר׳ עקיבֿא ניט װײניקע טענות צו די הײַנטצײַטיקע חסידים. שמועסנדיק מיט אונדז האָט ער למשל פֿאַרגליכן די אולטראַ־אָרטאָדאָקסיע מיטן מצבֿ אין צפֿון־קאָרעאַ, װוּ ער איז אַמאָל געװען אױף װאַקאַציע. איצט פֿאַרשטײען מיר שױן בעסער, פֿאַרװאָס ס׳קומען דװקא אַמאָליקע חרדים קײן דרעזדען אױף צו לערנען. די ישיבֿה דערמעגלעכט זײ אַ װעלטלעכע בילדונג. אַחוץ לימודי־חול און די דײַטשישע שפּראַך לערנט מען אין דער בעש״ט־ישיבֿה אױך ייִדישע לימודים און חסידות.

צװישן די לערער געפֿינט זיך צום בײַשפּיל הרבֿ ד״ר שלמה טיקאָטשינסקי, אַ מומחה אין דער געשיכטע פֿון ליטװישע ישיבֿות בכלל און פֿון דער מוסר־באַװעגונג בפֿרט. די ישיבֿת־הבעש״ט איז אָבער ניט בלױז אַן אָרט פֿאַרן לערנען און צוגרײטן יונגעלײַט צום אוניװערסיטעט. נאָר װאָדען, ס׳איז אױך אַ קהילה בזעיר־אַנפּין — אין מיניאַטור, הייסט עס — אַ צװײטע משפּחה מיט אַ הײם, װאָס אין איר פּראַװעט מען טישן, מ׳עסט ייִדישע מאכלים און מ׳זינגט זמירות – אַלץ לױטן טראַדיציאָנעלן שטײגער. און ניט זעלטן איז מען מכניס־אורח אום שבת חשובֿע געסט, װאָס זאָגן װען־ניט־װען אַ געשמאַק דבֿר־תּורה בײַם טיש.

אױף אָט אַזאַ מין אופֿן האָבן מיר געהאַט דאָס אומגעריכטע גליק צו פֿאַרפֿירן ניט אײן שמועס אױף ייִדיש בעת אונדזער באַזוך אין דרעזדען. װאָס נאָך, מיר האָבן אַפֿילו געהערט מורנו הרבֿ ר׳ אַבֿרהם גרינס אַ װאָרט חסידות בײַ אַ ליבעראַל־חסידישן טיש.

זאָל הרבֿ ר׳ עקיבֿא װײַנגאָרטנס שטאַרק טשיקאַװען און װוּנדערלעכן פּראָיעקט, דער בעש״ט־ישיבֿה, באַשערט זײַן אַ סך הצלחה! מיר האָפֿן, אַז דאָס ייִדישע לשון װעט אױף להבא, אם־ירצה־השם, פֿאַרנעמען אַ נאָך מער בכּבֿודיקן אָרט אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג! יעדנפֿאַלס אָבער זאָלן זיך אײַנגעבן דעם ראש־ישיבֿהס באַמיִונגען לטובת גײַסטיקער באַנײַונג; זאָל זײַן אין אַ מזלדיקער שעה, סײַ אין ארץ־הקודש און סײַ אין די תּפֿוצות!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version