ווידעאָ: לכּבֿוד יום־העצמאות — התּקוה געזונגען מיט דער אַשכּנזישער הבֿרהWATCH: For Yom Haatzmaut – Hativkah sung in Ashkenazi Hebrew
אַשקע שאַבאַנס נוסח שטימט מיטן זעלבן גראַם און טראָפּ, וואָס נפֿתּלי הערץ אימבער האָט אויסגעקליבן בײַם שאַפֿן דאָס ליד.
לעצטנס האָט דער לינגוויסט דוד כּ׳׳ץ אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ מיטן ליד, „התּקוה“, געזונגען אויף אַן אופֿן, וואָס מע הערט זעלטן ווען הײַנט — מיטן אָריגינעלן אַשכּנזישן אַרויסרייד. כאָטש נפֿתּלי הערץ אימבער האָט טאַקע געשריבן דאָס ליד אַזוי, זינגט מען עס שוין אַכציק יאָר אַזוי ווי אַ סאַברע וואָלט עס געהאַט אָנגעשריבן אין 1950.
אין פֿעברואַר און מאַרץ האָט כּ׳׳ץ געלערנט אַן אַרבעטער־רינג־קורס וועגן דעם אַשכּנזישן אַרויסרייד פֿון העברעיִשע ווערטער — און טאַקע גערעדט עבֿרית מיט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער הבֿרה. ווי אַ טייל פֿונעם קלאַס האָבן די סטודענטן געלייענט באַקאַנטע לידער פֿון דער מאָדערנער העברעיִשער ליטעראַטור, וואָס אַזעלכע פּאָעטן ווי חיים נחמן ביאַליק און שאול טשערניכאָווסי האָבן געשריבן דווקא אויף אַזאַ אופֿן, אַז דער גראַם און טראָפּ שטימען בלויז אויב מע לייענט זיי פֿאָר אויפֿן אַשכּנזישן שטייגער.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם קלאַס האָט די זינגערין אַשקע שאַבאַנס רעקאָרדירט דעם ישׂראלדיקן הימען מיט דער אַשכּנזישער הבֿרה. כּ׳׳ץ און דער יונגער ייִדישיסט גוסטאַוואָ עמאָס האָבן דערנאָך פֿאַרוואַנדלט די רעקאָרדירונג אין דעם פֿילם, וואָס כּ׳׳ץ האָט אַרויסגעלאָזט דורך זײַן יוטוב־קאַנאַל.
דרך־אַגבֿ, די וואָס פֿאַראינטערעסירן זיך אינעם אַשכּניזישן העברעיִש קענען זיך דערוויסן מער וועגן דער טעמע אויף כּ׳׳צס וועבזײַט, וווּ ער האָט פּובליקירט אַ וועגווײַזער צום דיאַלעקט און אַ ווערטערביכל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO