ייִדישע ליטעראַטור פֿאָרגעלייענט און אַרומגערעדט אויף נײַעם יוטוב־קאַנאַלYiddish literature read aloud and discussed on new YouTube channel
נח באַרעראַ לערנט וועגן חוה ראָזענפֿאַרבס „דער בוים פֿון לעבן“ און חיים גראַדעס „צמח אַטלאַס — די ישיבֿה“.
נח באַרעראַ, אַ ייִדיש־לערער, שרײַבער און איבערזעצער, האָט מיט אַ פּאָר חדשים צוריק לאַנצירט אַ יוטוב־קאַנאַל, דורך וועלכן ער האָט שוין אַרויסגעגעבן צענדליקער שעהען ווידעאָס אויף מאַמע־לשון.
בײַ ס׳רובֿ פֿון די ווידעאָס, לייענט ער פֿאָר, צוזאַמען מיט זײַן קאָלעגע גוסטאַוואָ עמאָס, די ראָמאַנען „דער בוים פֿון לעבן“ פֿון חוה ראָזענפֿאַרב און „צמח אַטלאַס — די ישיבֿה“ פֿון חיים גראַדע. בשעת־מעשׂה ווײַזן זיי דעם פֿולן טעקסט אויפֿן עקראַן און רעדן אַרום דעם סיפּור־המעשׂה.
אַחוץ די געוויינטלעכע קאַפּיטלען פֿון דער סעריע פֿאַרבעטן זיי אַמאָל ספּעציעלע געסט. דער לינגוויסט דוד קאַץ, למשל, האָט זיך באַטייליקט אין זייער לייענען „צמח אַטלאַס — די ישיבֿה“.
אויפֿן קאַנאַל קען מען אויך געפֿינען עטלעכע אַנדערע סעריעס. אין דער פּראָגראַם „דו האָסט דאָס וואָרט“, שמועסן באַרעראַ און עמאָס מיט דרײַ דערוואַקסענע קינדער פֿון ייִדישע שרײַבער: דוד קאַץ (דער זון פֿונעם פּאָעט מעינקע קאַץ) דובֿ־בער קערלער (דער זון פֿונעם פּאָעסט יוסף קערלער) און בעלאַ בריקס־קלײַן (די טאָכטער פֿונעם שרײַבער ירחמיאל בריקס).
אין דער סעריע „מײַן לעקסיקאָן“, לייענט מען פֿאָר מלך ראַוויטשעס ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿון באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער, באַגלייט מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך און זעלטענע פֿאָטאָגראַפֿיעס.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO