נאָך אַ געלעגנהייט צו זען דעם געלויבטן פֿילם וועגן פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער, „ווער וועט בלײַבן?”Another opportunity to watch acclaimed film on poet Abraham Sutzkever, “Who Will Remain?”
הדס קלדרון, דעם פּאָעטס אייניקל וואָס איר רײַזע קיין ווילנע איז אַ פֿאָקוס פֿון פֿילם, וועט ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון עולם.
זונטיק, דעם 21סטן מאַרץ, וועט דער „ייִדישער ביכער־צענטער“ דורכפֿירן אַ ספּעציעלע אָנלײַן־ווײַזונג פֿונעם דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן דעם פּאָעט, אַבֿרהם סוצקעווער, „ווער וועט בלײַבן?“.
דער פֿילם שילדערט ווי אַבֿרהם סוצקעווערס אייניקל, די ישׂראלדיקע אַקטריסע חדס קלדרון, פֿאָרט קיין ווילנע כּדי צו זען די ערטער וווּ דער גרויסער פּאָעט האָט געוווינט און געשאַפֿן.
דער פֿילם איז פּראָדוצירט געוואָרן דורך קלדרון און דעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה“ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער“. קריסטאַ וויטני, דעם פּראָיעקטס דירעקטאָרין, האָט רעזשיסירט דעם פֿילם צוזאַמען מיט איר קאָלעגע, עמילי פֿעדער. דער דאָקומענטאַר נעמט אַרײַן אויסצוגן פֿון אינטערוויוען מיט מענטשן וואָס האָבן סוצקעווערן געקענט פּערזענלעך, ווי אויך פּריוואַטע פֿאָטאָגראַפֿיעס און ווידעאָס פֿון דער משפּחה.
כאָטש מע האָט דעם פֿילם פֿאַרענדיקט מיט כּמעט אַ יאָר צוריק, קען מען אים נאָך אַלץ ניט באַשטעלן אָנלײַן אָדער אויף „די־ווי־די“, ווײַל מע וויל אים צו ערשט ווײַזן אויף די קינאָ־פֿעסטיוואַלן. דערפֿאַר איז די אָנלײַן־ווײַזונג אַ זעלטענע געלעגנהייט צו זען דעם פֿילם, די צווייטע פֿונעם יאָר ביז אַהער, אַחוץ די אָנלײַן־קינאָ־פֿעסטיוואַלן.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער ווײַזונג וועלן הדס קלדרון, קריסטאַ וויטני און עמילי פֿעדער רעדן וועגן דעם פֿילם און ענטפֿערן אויף פֿראַגעס פֿון די צוקוקער. מע בעט, אַז די וואָס ווילן שטעלן אַ פֿראַגע זאָלן זי אַרײַנשיקן פֿון פֿריִער.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען 2:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט. די פֿילם־ווײַזונג איז בחינם אָבער מע מוז זיך פֿאַרשרײַבן פֿון פֿריִער.
כּדי צו באַקומען די לעצטע ידיעות וועגן דעם פֿילם, קען מען נאָכפֿאָלגן זײַן טוויטער־קאָנטע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO