Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַער נומער „ייִדישלאַנד“ איז פֿאָקוסירט אויף ישׂראלס קאַמף קעגן אַראַבישן טעראָרLatest issue of ‘Yiddishland’ magazine is focused on Israel’s struggle against Arab terror

אינעם נומער געפֿינט זיך אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון אַ קאַפּיטל אין יואבֿ חייקס ראָמאַן „שאָטנס־הויז“ וועגן אַן אַראַבישן פּאָגראָם אין 1941

דער 21סטער נומער פֿונעם ליטעראַרישן זשורנאַל „ייִדישלאַנד“ ווערט געווידמעט ישׂראלס קאַמף קעגן דעם אַראַבישן טעראָר זינט די שוידערלעכע אַטאַקן פֿון כאַמאַס דעם 7טן אָקטאָבער 2023. אַ באַווײַז דערפֿון זעט מען גלײַך אויף דער הילע — אַ בילד פֿון דער פֿאָן פֿון מדינת־ישׂראל.

אין דער הקדמה פֿון דעם נומער געפֿינט מען די שורות פֿון יוסף פּאַפּיערניקאָווס אַ ליד, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן אין די 1930ער יאָרן בעת דער כוואַליע פֿונעם אַנטי־ייִדישן טעראָר אין ארץ־ישׂראל:

מיר וועלן פֿון אָרט זיך ניט רירן,
מיר וועלן פֿון דאַנען ניט גיין,
איר זאָלט אונדז אפֿילו ניט לאָזן
אַ שטיין אויף אַ שטיין! –

אַזוי האָבן יונגע, אַזוי האָבן אַלטע באַשלאָסן,
ווען ס’האָט זיי דער שכן, דער שׂונא,
די הײַזער באַשאָסן;
ווען ס’האָט זיי דער שכן
די פּלויטן און טירן געבראָכן,
דעם גאָרטן, דאָס פֿעלד און דעם שײַער
געלאָזט מיטן פֿײַער.

אָפּמערקנדיק די שוידערלעכע געשעענישן פֿונעם „שוואַרצן שבת“ אין ישׂראל דעם 7טן אָקטאָבער, געפֿינט זיך אינעם נומער וועלוול טשערנינס ייִדישע איבערזעצונג פֿון אַ קאַפּיטל פֿונעם העברעיִשן פּראָזאַיִקער יואבֿ חײַק, אַ געבוירענעם אין באַגדאַד. דער ראָמאַן, „שאָטנס־הויז“, איז געווידמעט דעם פּאָגראָם, וועלכן אַראַבער האָבן אײַנגעאָרדנט אין 1941 בעתן פּראָ־נאַציסטישן אויפֿשטאַנד אין דער איראַקישער הויפּטשטאָט.

וואָס איז שייך אָריגינעל־ייִדישער קינסטלערישער פּראָזע, קען מען לייענען אַ קאַפּיטל פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס נײַעם ראָמאַן „ווען דער זייגער שלאָגט טיק-טאַק“. דער נומער אַנטהאַלט אויך אַן עסיי פֿון דער באַוווּסטער העברעיִשער דיכטערין רבֿקה מרים, „ייִדיש פֿאָרויס און אויף צוריק“. (אין 1989 האָט זי גענומען אַן אָנטייל אין דער קאָלעקטיווער זאַמלונג „ווידערוווּקס: אַ נײַער דור ייִדישער שרײַבערס“.)

אין דעם נומער קען מען אויך לייענען דעם ערשטן טייל פֿונעם פּאַרטיזאַנישן טאָגבוך וואָס דער פּראָזאַיִקער הירש דאָבין (1905 – 2001) האָט געפֿירט בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה אין די ווײַסרוסישע וועלדער. דאָס טאָגבוך האָט זיך אָפּגעהיט אינעם פּריוואַטן אַרכיוו פֿון דעם שרײַבערס טאָכטער אין ישׂראל. מיט יעדן נומער „ייִדישלאַנד“ וועט מען אַרײַנשטעלן נאָך אַ קאַפּיטל.

ליבהאָבער פֿון פּאָעזיע וועלן דאָ געפֿינען נײַע לידער פֿון קאַטעריאַנאַ קוזנעצאָוואַ, פֿעליקס חיימאָוויטש, באָריס קאַרלאָוו, וועלוול טשערנין און מיכאל פֿעלזענבאַום, ווי אויך אַ ליד פֿון דער רוסישער דיכטערין נאָוועלאַ מאַטווייעוואַ (1934 – 2016) אין לייבו לעווינס (1914 – 1983) איבערזעצונג אויף ייִדיש, וועלכע ווערט דאָ פֿאַרעפֿנטלעכט צום ערשטן מאָל.

בײַ ס׳רובֿ נומערן פֿונעם זשורנאַל געפֿינען זיך פֿאָרש־אַרטיקלען אין געביט פֿון דער ליטעראַטור־ און קולטור־געשיכטע. דאָס מאָל ברענגט „ייִדישלאַנד“ אַן אַרטיקל פֿון דער ליטעראַטור־פֿאָרשערין אַלכּסנדרה פּאָליאַן וועגן פּרץ מאַרקישעס מלחמה־ליריק. אין תּוך איז דאָס אַ רעפֿעראַט, וואָס די פֿאָרשערין האָט אָפּגעהאַלטן דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט אויפֿן 26סטן סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד.

דובֿ־בער קערלער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין דעם נומער אַ רעצענזיע פֿון מאַיאַ עווראָנאַס נײַער זאַמלונג לידער פֿון זײַן פֿאָטער יוסף קערלער (1918 – 2000). דער ייִדישער טעקסט ווערט באַגלייט מיט אַ פּאַראַלעלער ענגלישער איבערזעצונג.

אין דער רובריק „מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21סטן יאָרהונדערט“ קען מען לייענען אינפֿאָרמאַציעס וועגן יענע זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן, וועלכע זײַנען דערשינען אין גאַנצן אָדער טיילווײַז אויף ייִדיש נאָך 2000: „אויפֿן שוועל“ (ניו־יאָרק), „ביראָבידזשאַן“ (די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט), „גילגולים“ (פּאַריז), „גרינע מדינה“ (אַמסטערדאַם), „דאָס ייִדישע וואָרט“ (וואַרשע), „דווקא“ (תּל־אָבֿיבֿ), „דער ייִדישער טעם־טעם“ (פּאַריז), „דער נײַער פֿרײַנד“ (פּעטערבורג), „חוליות“ (חיפֿה), „טאָפּלפּונקט“ (תּל־אָבֿיבֿ), „ירושלימער אַלמאַנאַך“ און „נײַע וועגן“ (תּל־אָבֿיבֿ).

אין דער רובריק „אַ נײַ זינגליד“ ווערט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם ספֿרדישן פֿאָלקסליד „שיינע מאַנדלביימעלעך“. לעבן דער איבערזעצונג איז אָפּגעדרוקט אויך דער אָריגינאַל אויף לאַדינאָ.

ואַחרון אַחרון חבֿיבֿ קען מען לייענען די באַשטענדיקע רובריק „נײַע ביכער“, וועלכע רעכנט אויס אַלע נײַע ביכער, וואָס זײַנען דערשינען אויף ייִדיש; איבערזעצונגען פֿון ייִדישע ווערק אָדער געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version