ווידעאָ: אויף דוד שנירס הזכּרה האָט מען געהערט געזאַנג און וואַרעמע זכרונותWATCH: At David Shneer’s memorial – lots of singing and sharing of memories
קאָלעגעס און חבֿרים פֿונעם היסטאָריקער האָבן דערציילט ווי אַזוי ער האָט געווירקט אויף זייער לעבן.
זונטיק האָט מען דורכגעפֿירט אַ רירנדיקע הזכּרה נאָכן פֿריצײַטיק פֿאַרשטאָרבענעם פּראָפֿעסאָר דוד שניר צו זײַנע שלושים.
אין דער פּראָגראַם, אָרגאַניזירט דורכן פֿאַרוואַלטער פֿון „ייִדישקייט לאָס־אַנדזשעלעס“, ראָב אַדלער־פּעקעראַר, האָבן חבֿרים און קאָלעגעס זיך געטיילט מיט זייערע זכרונות פֿון אים. דוד שניר האָט אָפֿט מיטגעאַרבעט מיט אַדלער־פּעקעראַר.
אַדלער־פּעקעראַר און שניר האָבן זיך באַקענט מיט 22 יאָר צוריק ווי סטודענטן אין בערקלי־אוניווערסיטעט, וווּ זיי זענען געווען דער קערן פֿון אַ קרײַז ייִדיש־סטודענטן וואָס האָבן זיך געלערנט בײַ חנה קראָנפֿעלד. ער האָט דערציילט אַז ניט געקוקט אויף דעם וואָס שניר איז מיט 15 יאָר צוריק דיאַגנאָזירט געוואָרן מיטן מוח־ראַק וואָס האָט אַזוי טראַגיש פֿאַרקירצט זײַנע יאָרן, האָט זײַן קראַנקייט קיינמאָל ניט געווירקט אויף זײַן שטימונג. פֿאַרקערט, ער איז געווען פּשוט אומדערמידלעך.
שניר האָט פֿאַרשטאַנען, אַז די שיינהייט און די טראַגעדיע קענען עקסיסטירן זײַט בײַ זײַט, האָט אַדלער־פּעקעראַר געזאָגט..דערפֿאַר האָט שניר געהאַלטן, אַז די אַרבעט פֿון אַ היסטאָריקער מוז אַרײַננעמען דעם גאַנצן תּחום פֿון דעם וואָס מענטשן לעבן איבער — סײַ טרויעריקע מאָמענטן, סײַ פֿריילעכע. אַזוי איז געווען מיט זײַנע אַרטיקלען און ביכער געווידמעט די סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער. שניר האָט איבערגעגעבן די קולטורעלע אוצרות וואָס זיי האָבן געשאַפֿן אָבער האָט זיך ניט געקווענקלט צו באַשרײַבן זייער ביטערן גורל.
קראָנפֿעלד האָט פֿאָרגעלייענט אַן אויסצוג פֿון שנירס בוך וועגן פּרץ מאַרקישן, אין וועלכן ער באַשרײַבט ווי אַזוי ער האָט בײַ איר אין הויז אַנטדעקט דעם פּאָעט און זיך פֿאַרליבט אין זײַנע לידער. אויפֿן זעלביקן דיוואַן וווּ זי האָט מיט 22 יאָר צוריק פֿאָרגעלייענט פֿאַר שנירן דאָס ליד, האָט קראָנפֿעלד איצט פֿאָרגעלייענט מאַרקישעס „ווייס איך נישט“ פֿאַרן עולם.
אַהרן לאַנסקי, דער גרינדער און פּרעזידענט פֿונעם ”ייִדישן ביכער־צענטער“ האָט דערציילט וועגן דער גרויסער ווירקונג, וואָס שניר האָט געהאַט אויף דער אָרטיקער זומער־פּראָגראַם, וווּ ער האָט געלערנט סטודענטן במשך פֿון 15 יאָר. מינדל כּהן, די דערציִונג־דירעקטאָרין בײַם ”ייִדישן ביכער־צענטער“ האָט איבערגעגעבן ווי אַזוי שניר האָט איר געלערנט וועגן דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור ווען זי איז אַליין געווען אַ סטודענטקע אין דער זומער־פּראָגראַם. שפּעטער איז זי געוואָרן איינער פֿון זײַנע מיטלערער אין דער „העליקס־פּראָגראַם“, וואָס ברענגט ייִדיש־סטודענטן קיין מיזרח־אייראָפּע זיך צו באַקענען מיט די היסטאָרישע ערטער פֿאַרבונדן מיט דער ייִדיש־שפּראַכיקער קולטור. אין מינסק האָט ער פֿאָרגעלייענט איזי כאַריקס „מינסקער בלאָטעס“, וואָס זי האָט פֿאָרגעלייענט פֿאַר די צוקוקער אין איר אייגענער ענגלישער איבערזעצונג.
ווי עטלעכע רעדנער האָבן דערמאָנט, איז געזאַנג געווען אַ גרויסער טייל פֿון שנירס לעבן און פֿאָרש־אינטערעס. דזשוליאַ אײַזענבערג, מיט וועמען שניר האָט געשאַפֿן די קאַבאַרעט־פּראָגראַם „די קונסט איז מײַן וואָפֿן“ אויפֿן סמך פֿון לין ילדתיס לעבן און געזאַנג, האָט געזונגען צוויי לידער — מרדכי געבירטיגס „עס ברענט“ און ”ברידער מיר האָבן געשלאָסן“ — וואָס זי פֿלעג זינגען מיט שנירן. פּסוי קאָרעלענקאָ האָט געזונגען דוד עדעלשטאַטס „מײַן צוואָה“, אַ ליד וואָס איז געווען שייך, קודם, ווײַל עס שפּיגלט אָפּ שנירס ליבשאַפֿט צו דער ראַדיקאַלער פּאָליטיק, און ווײַל עס רעדט בעצם פֿון אַ מענטשנס פֿעיִקייט צו אינספּירירן אַנדערע, אַפֿילו נאָכן טויט.
דאָס לעצטע ליד האָט געזונגען שניר אַליין. בײַם סוף פֿון דער פּראָגראַם האָט מען טראַנסמיטירט אַ ווידעאָ, וווּ ער זינגט מאַרק וואַרשאַווסקיס ”דעם מילנערס טרערן“, שטייענדיק לעבן אַן אמתן מיל אין מיזרח־אייראָפּע. די הזכּרה האָט זיך געענדיקט מיט שנירס קול, זינגענדיק: „די רעדער דרײען זיך, די יאָרן גייען זיך און אויך מיט זיי גייט אויס דער ייִד.”
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO