דוד שניר, פּראָפֿעסאָר וואָס האָט געבראַכט סטודענטן צו דער „אַלטער היים‟, איז אַוועק צו 48 יאָרDavid Shneer, professor who led student visits to prewar Yiddishland, dies at 48
צווישן זײַנע אָריגינעלע פֿאָרשונגען פֿון סאָוועטיש־ייִדישער קולטור: פֿאַר וואָס זײַנען אַזױ פֿיל סאָװעטישע פֿאָטאָגראַפֿן געװען ייִדן?
ד״ר דוד שניר, אַ באַליבטער פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע און דירעקטאָר פֿון יודאַיִסטיק בײַם קאָלאָראַדער אונווערסיטעט, איז געשטאָרבן דעם 4טן נאָוועמבער אין דענווער, נאָך אַ לאַנגער קראַנקייט. ער איז געווען 48 יאָר אַלט.
דוד איז געװען אײנער פֿון די לעבעדיקסטע מענטשן װאָס איך האָב געקענט. בײַ מיר האָט ער פֿאַרקערפּערט דעם יונגן דור ייִדישע פֿאָרשער, װאָס קווענקלען זיך ניט זיך אַנטקעגנצושטעלן די אָנגענומענע באַגריפֿן װעגן ייִדן אונטער דער קאָמוניסטישער שליטה. און דערפֿאַר װעט זײַן ליכטיקע געשטאַלט פֿאַרבלײַבן אױף אײביק יונג אין מײַן זכּרון, פֿול מיט חיות און ענערגיע.
דוד איז געקומען צו ייִדיש דורך דעם אַקאַדעמישן דרך, װען ער האָט זיך גענומען שטודירן רוסישע געשיכטע אינעם אוניװערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע אין בערקלי. זײַנע באָבע־זײדעס שטאַמען פֿון רוסלאַנד, אָבער זײ זײַנען געװען אין גאַנצן אַמעריקאַניש אין זײער קולטור און „ניט געהאַט קײן שפּור פֿון אַ ייִדישן אַקצענט אין זײער ענגליש‟, װי דוד האָט דערצײלט אינעם אינטערװיו פֿאַר דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. זײַן דיסערטאַציע־טעזע, װאָס איז שפּעטער אַרױס װי אַ בוך, „ייִדיש און דאָס שאַפֿן פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור‟ (2004), באַהאַנדלט די בלי־תּקופֿה פֿון דער ייִדישער קולטור אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד פֿאַר די סטאַליניסטישע רדיפֿות פֿון די 1930ער יאָרן.
שניר איז געװען צװישן די ערשטע פֿאָרשער, װאָס האָבן געהאַט צוטריט צו סאָװעטישע אַרכיװן, בפֿרט צו דעם אַרכיװ פֿון דער מאָסקװער קאָמוניסטישער צײַטונג, „דער עמעס‟. דער דאָזיקער רײַכער מאַטעריאַל האָט אים דערמעגלעכט צו פֿאָרשן די סאָװעטישע ייִדישע געשיכטע דורך אַ נײַעם מעטאָדאָלאָגישן צוגאַנג. אים האָט אינטערעסירט די אינעװײניקע דינאַמיק פֿון דער ייִדישער קולטורעלער טעטיקײט, אירע צילן און מעטאָדן. דאָס בוך איז געװען רעװיזיאָניסטיש אין איר קוקװינקל. שניר האָט זיך באַפֿרײַט פֿון דער אידעאָלאָגיע פֿון דער קאַלטער מלחמה, װאָס האָט געהאַלטן די סאָװעטישע ייִדישע קולטור פֿאַר אַ פּראָדוקט פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטײ, אָן קײן שום אײגענע אינטערעסן און אַמביציעס.
שניר האָט געהאַלטן, אַז „ייִדיש איז קײן מאָל ניט סתּם ייִדיש‟. פֿאַר אים איז דער אינטערעס צו ייִדיש געװען אַ מין זוכעניש נאָך אַן אַלטערנאַטיװער ייִדישקײט, װאָס איז דעמאָלט געװען פּאָפּולער אין בערקלי. סוף–1990ער יאָרן האָט ער אַ װײַלע געאַרבעט װי אַ דירעקטאָר פֿאַר קולטור און דערציִונג אין דער האָמאָסעקסואַליסטן־שיל אין סאַן־פֿראַנסיסקאָ. דאָרט האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז מען קאָן באַטראַכטן ייִדישע קולטור אונטער דעם דאָזיקן „קװירן‟ װינקל כּדי „אַרױסצובאַקומען פֿאַר זיך אַ שטיקל פּלאַץ אין דער ייִדישער קולטור‟. פֿון דער דאָזיקער דערפֿאַרונג איז אַרױסגעװאַקסן זײַן בוך „קװירע ייִדן‟ (מיט קערין אָבֿיבֿ, 2002).
שניר האָט ליב געהאַט אַ „גוטע מעשׂה‟, וואָס האָט אים צומאָל געשטױסן צו נײַע ערנסטע פֿאָרשערישע אונטערזוכונגען. אין בערלין האָט ער זיך באַקענט מיט דער דײַטשיש־ייִדישער קינסטלערין ילדה רעבלינג. זי האָט אים דערצײלט די געשיכטע פֿון איר מאַמע, דער ייִדישער זינגערין און אַקטריסע לין ילדתי, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין נאַציסטישע טױט־לאַגערן און האָט זיך נאָך דער מלחמה באַזעצט אין מיזרח־בערלין. אין דעם קאָמוניסטישן מיזרח־דײַטשלאַנד האָט ילדתי געגעבן קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער, אַרױסגעגעבן רעקאָרדירונגען און ביכער. אַזױ װי אין דער פֿאָרשונג פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור, איז שניר פֿאַרכאַפּט געװאָרן דורך דעם אײגנאַרטיקן כאַראַקטער פֿון אַן אַקטיװער שעפֿערישער פּערזענלעכקײט, װאָס האָט געשאַפֿן פֿאַר זיך אַ פּראָמינענטע ראָלע װי אַ ייִד אין דער קאָמוניסטישער געזעלשאַפֿט.
אַ נײַער פֿאָרשערישער אינטערעס האָט װידער געבראַכט שנירן קײן רוסלאַנד. װען ער האָט באַזוכט אַן אױסשטעלונג פֿון מלחמה־פֿאָטאָגראַפֿיעס אין מאָסקװע, האָט ער זיך געחידושט, הלמאַי זײַנען אַזױ פֿיל סאָװעטישע פֿאָטאָגראַפֿן פֿון יענער צײַט געװען ייִדן. די דאָזיקע פֿראַגע האָט ער געפּרוּװט צו פֿאַרענטפֿערן אין זײַן בוך „דורך סאָװעטישע ייִדישע אױגן: פֿאָטאָגראַפֿיע, מלחמה און דער חורבן‟ (2011). אין דעם סאַמע נײַסטן בוך זײַנעם „טרױער: די ביאָגראַפֿיע פֿון אַ חורבן־פֿאָטאָגראַפֿיע‟, װאָס איז אַרױס הײַיאָר אין אױגוסט, דערצײלט שניר די געשיכטע פֿון אײן פֿאָטאָגראַפֿישן בילד פֿונעם סאָװעטישן ייִדישן פֿאָטאָגראַף דמיטרי באַלטערמאַנץ. דאָס דאָזיקע בילד פֿון אַ פֿרױ וואָס שטייט לעבן אַ גרוב מיט דערמאָרדעטע קרבנות פֿונעם מאַסן־מאָרד איז גענומען געװאָרן לעבן דער שטאָט קערטש גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג דורך דער רױטער אַרמײ אין יאַנואַר 1942. די דאָזיקע געשטאַלט איז געװאָרן אײנער פֿון די סאַמע ערשטע סימבאָלישע אימאַזשן פֿונעם חורבן. אַזױ װי אין אַנדערע װערק פֿון דוד שניר, ברענגט דאָס דאָזיקע בוך צונױף פּאָליטיק, געשיכטע און ייִדישקײט.
שניר איז געװען זײער אַ ברײטהאַרציקער מענטש, װאָס האָט געװידמעט אַ סך צײַט און כּוחות דער ייִדישער קולטור. אין אײנעם מיט פּראָפֿעסאָר אַנאַ שטערנשיס האָט ער רעדאַגירט דעם װיכטיקן אַקאַדעמישן זשורנאַל „מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדישע ענינים‟. ער איז געװען אַ באַליבטער לערער אין דער זומער־פּראָגראַם פֿון דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. ער האָט ליב געהאַט אַרומצופֿאָרן איבער דער װעלט, און װי דער אַקאַדעמישער עצה־געבער פֿאַרן פּראָיעקט „ייִדישקײט‟, האָט ער געפֿירט גרופּעס יונגע אַמעריקאַנער אױף רײַזעס איבער מיזרח־אײראָפּע, כּדי צו באַקענען זײ מיט דער ייִדישער „אַלטער הײם‟ אין ליטע און רײַסן.
דוד שנירס פֿאַרצײַטיקע און אומגעריכטע פּטירה איז אַ גרױסע אַבֿדה פֿאַר דער ייִדישער װיסנשאַפֿט און קולטור, פֿאַר אַלע זײַנע חבֿרים און קאָלעגעס, און קודם־כּל פֿאַר זײַן משפּחה: גרעג, קערין און זייער טאָכטער סאַשע. זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor