Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די לעצטע ידיעות וועגן קאָוויד־19 אין די חרדישע געגנטן (מיט אוידיאָ)The latest on Covid-19 in Haredi neighborhoods (with audio)

בעת די רעגירונג בעט דעם עולם צו לאָזן זיך טעסטירן, פּרובירן געוויסע חסידים איבערצורעדן זייערע שכנים ניט צו גיין זיך מאַכן אַ טעסט. 

מע קען זיך צוהערן צו אַנדערע אַרטיקלען פֿונעם פֿאָרווערטס פֿאָרגעלייענט דורך שׂרה־רחל שעכטער, ווי אויך אַנדערע פֿאָרווערטס־רעקאָרדירונגען, דורכן קוועטשן דאָ.

הגם דער פּראָצענט אָנגעשטעקטע מיטן קאָראָנאַ־ווירוס איז במשך פֿון דער לעצטער וואָך אַ היפּש ביסל געפֿאַלן אין ניו־יאָרק, האָט דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ נעכטן איבערגעגעבן בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ, אַז ס׳רובֿ פֿרומע געגנטן אין ניו־יאָרק וועלן ווײַטער באַצייכנט ווערן ווי „רויטע זאָנעס“ — דאָס הייסט, מע דאַרף דאָרט ווײַטער היטן די שטרענגע תּקנות קעגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער מגפֿה. 

אין אָט די „רויטע זאָנעס“, וווּ מער ווי דרײַ פּראָצענט פֿון די אײַנווינער וואָס ווערן טעסטירט זענען אָנגעשטעקט מיטן קאָראָנאַ־ווירוס, טאָרן די ישיבֿות נאָך אַלץ נישט פֿירן קיין קלאַסן פּנים־אל־פּנים און ס׳רובֿ געשעפֿטן מוזן בלײַבן פֿאַרמאַכט. מע קען נאָך אַלץ מאַכן אַ מנין — אָבער נאָר מיט צען מתפּללים. 

אַ טאָג פֿאַר קואָמאָס פּרעסע־קאָנפֿערענץ האָט דער ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער ביל דע־בלאַזיאָ געבעטן מחילה בײַ די פֿרומע ייִדן, זאָגנדיק אַז ער האָט געדאַרפֿט בעסער צוזאַמענאַרבעטן מיטן פֿרומען ציבור כּדי צו באַקעמפֿן דעם קאָראָנאַ־ווירוס. ער האָט געזאָגט אַז ער האָט חרטה, וואָס אַ סך פֿרומע ייִדן האַלטן, אַז ער רודפֿט זייערע געגנטן. 

ווען אַ רעפּאָרטער האָט נעכטן געפֿרעגט דעם גובערנאַטאָר צי ער וויל אויך בעטן מחילה, האָט קואָמאָ דערקלערט, אַז ס׳איז ניטאָ קיין סיבה דערפֿאַר.„איך באַדויער, וואָס די תּקנות זענען פֿאַר זיי אַ שטער און וואָס מע קען ניט מתפּלל זײַן ווי עס באַדאַרף צו זײַן אָדער מאַכן גרויסע חתונות אָדער לערנען זיך אין די מסודות־התּורה — האָט דער גובערנאַטאָר געזאָגט — פּונקט ווי איך באַדויער, וואָס די קאַטאָליקן און די מוסולמענער און אַלע אַנדערע ניו־יאָרקער אײַנוווינער ווערן געשטערט דערפֿון. עס טוט מיר באַנג אַז דאָס געשעט בכלל, און בפֿרט אַז מענטשן שטאַרבן דערפֿון.“

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַ סך פֿרומע ייִדן זענען ניט צופֿרידן מיט קואָמאָס באַשלוסן, וואָס זיי האַלטן פֿאַר ביטערע גזירות. זונטיק האָט שׂימחה אײַכענשטיין, וואָס פֿאַרטרעט באָראָ־פּאַרק אין דער ניו־יאָרקער שטאַט־אַסעמבלעע, דערקלערט, אַז דער גובערנאַטאָר „העצט אויף קעגן די ייִדן אָן קיין שום בושה“. אַזעלכע רייד האָט מען אויך געהערט לעצטנס אויף עטלעכע גרויסע דעמאָנסטראַציעס אין די באָראָ־פּאַרקער גאַסן, וואָס האָבן דערפֿירט צו אומרוען. דער Forward־זשורנאַליסט אַרי פֿעלדמאַן האָט באַמערקט אַן אינטערעסאַנטן אונטערשייד צווישן באָראָ־פּאַרק און וויליאַמסבורג. כאָטש די וויליאַמסבורגער ייִדן זענען ווײַט ניט צופֿרידן מיטן מצבֿ, בפֿרט נאָך דעם וואָס קואָמאָ האָט געפֿאָדערט, אַז די חתונה פֿונעם סאַטמערער רבי זלמן טײַטלבוימס אַן אייניקל, וואָס איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק, טאָר ניט צוציִען אַ ריזיקן עולם, זעט מען דאָרטן ניט קיין שטורמישע דעמאָנסטראַציעס ווי מע האָט געזען אין באָראָ־פּאַרק. 

לויט אַן עסקן וואָס האָט גערעדט מיט פֿעלדמאַנען, שטרעבן די סאַטמערער אין ווילאַנסבורג אָנצוהאַלטן גוטע באַציִונגען מיט דער רעגירונג, בעת אַנדערע חסידישע קרײַזן, וואָס וווינען בדרך־כּלל אין באָראָ־פּאַרק, זענען ניט תּמיד אַזוי פֿרײַנדלעך געשטימט צו די פּאָליטיקער. עס העלפֿט אויך וואָס וויליאַמסבורג איז כּמעט אין גאַנצן אַ סאַטמערער געגנט, קענען די סאַטמערער רבנים און עסקנים רעדן אין נאָמען פֿונעם כּלל. אין באָראָ־פּאַרק וווינען אָבער ייִדן פֿון אַ סך חסידישע הויפֿן, קען קיין איין רבי אָדער עסקן ניט רעדן אין נאָמען פֿון דער גאַנצער פֿרומער באַפֿעלקערונג. 

במשך פֿון דער לעצטער וואָך האָט קואָמאָ טאַקע גערעדט טעלעפֿאָניש מיט ביידע סאַטמערער רביים, ווי אויך מיט אַ צאָל עסקנים און פּראָמינענטע געשעפֿטסלײַט אין וויליאַמסבורג.  

אַפֿילו אויב ווייניקער ווי דרײַ פּראָצענט פֿון די טעסט־רעזולטאַטן אין די פֿרומע געגנטן וואָלטן געהאַט אַ פּאָזיטיוון רעזולטאַט, איז בכלל ניט קלאָר, אַז דאָס וואָלט געמיינט, אַז דער פּראָצענט אָנגעשטעקטע איז באמת אַזוי נידעריק. לויט אַן אויספֿאָרשונג פֿון מאָלי בויגען וואָס איז מאָנטיק דערשינען אינעם Forward, איז זייער מעגלעך, אַז דער פּראָצענט אָנגעשטעקטע איז באמת העכער ווי מע מיינט, ווײַל ניט גענוג אײַנוווינער אין די פֿרומע געגנטן לאָזן זיך טעסטירן. אין באָראָ־פּאַרק האָבן אײַנוווינער באַקומען אויטאָמאַזירטע טעלעפֿאָן־קלונגען („ראָבאָקאָלס“ בלע׳׳ז) אויף ייִדיש, וואָרענענדיק, אַז כּדי צו ראַטעווען דעם געגנט, טאָר מען „בשום־אין־אופֿן נישט גיין טעסטן“. פֿון קרית־יואל הערט מען לעצטנס די ידיעה, אַז געוויסע ייִדן וואָס זענען קראַנק זאָגן זיך בכלל אָפּ פֿון לאָזן זיך טעסטירן

אַחוץ דעם, האָבן עקספּערטן אין פֿאָלקסגעזונט איבערגעגעבן דעם Forward, אַז אַ סך ניו־יאָרקער אײַנוווינער פֿאַרשטייען ניט, ווער זאָל זיך איצט לאָזן טעסטירן. לכתּחילה האָט מען געזאָגט, אַז בלויז די מענטשן מיט קלאָרע סימפּטאָמען זאָלן טעסטירט ווערן; דערנאָך, אַז די מיט סימפּטאָמען זאָלן לאַוו־דווקא טעסטירט ווערן. איצט וויל מען, אַז וואָס מער מענטשן זאָלן טעסטירט ווערן, די שטאָט זאָל בעסער פֿאַרשטיין וויפֿל מענטשן זענען אָנגעשטעקט געוואָרן אין יעדער געגנט און אַזוי אַרום קענען מאַכן בעסערע באַשלוסן. די חסידים וואָס אָרגאַניזירן די טעלעפֿאָן־קלונגען, זאָגנדיק אַז מע זאָל ניט טעסטירט ווערן, האָבן מורא, אַז די רעזולטאַטן וועלן ווײַזן אַ הויכע צאָל אָנגעשטעקטע אין זייערע קרײַזן און מע וועט דערפֿאַר ווײַטער פֿאַרשפּאַרן דעם געגנט. די שטאָט־באַאַמטע טענהן אָבער, אַז וואָס גיכער מע וועט פֿאַרשטיין דעם מצבֿ, אַלץ גיכער וועט מען קענען אָפּשוואַכן דעם כּוח פֿון דער מגפֿה און ווידער עפֿענען דעם געגנט. 

דערפֿאַר ווענדט מען זיך איצט  צום  עולם צו גיין אויף די טעסטן. אין באָראָ־פּאַרק און אומגעגנט קען מען באַקומען אַ טעסט אין די פֿאָלגנדיקע ערטער:

 4002 פֿאָרט־העמילטאָן־פּאַרקוויי
דאָס „דיגליאָ־שפּילפּלאַץ” אויף מאַקדאָנאַלד עוועניו און עוועניו F
בײַם „ברוקלין־אַרמי־טערמינעל“ — 140 58סטע גאַס. 
אין וויליאַמסבורג און אומגעגנט:
 וווּדהאָל־שפּיטאָל — 760 בראָדוויי
בײַ „גאָטעם־העלט“ — 333 ראָבלינג־גאַס.  

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version