ייִדן פֿאַרברענען מאַסקעס, אַטאַקירן זשורנאַליסטן בשעת פּראָטעסטן אין באָראָ־פּאַרק קעגן נײַע קאָוויד־שריטHaredi Jews burn masks, attack journalists in Boro Park protests against new Covid-19 measures
אַ חסיד וואָס האָט קריטיקירט די דעמאָנסטראַנטן האָט מען אַזוי שטאַרק אָנגעשלאָגן אַז מע האָט אים געבראַכט אין שפּיטאָל.
נעכטן בײַנאַכט האָבן הונדערטער ייִדן זיך פֿאַרזאַמלט אין באָראָ־פּאַרק אויסצודריקן זייער כּעס אויף די נײַע שריט, וואָס די ניו־יאָרקער שטאַט־רעגירונג האָט לעצטנס אָנגענומען כּדי צו באַקעמפֿן דעם קאָראָנאַ־ווירוס אין די פֿרומע געגנטן.
HAPPENING NOW: Orthodox Jews in Brooklyn, New York, set fire to a pile of face masks in protest of lockdown restrictions by @NYGovCuomo pic.twitter.com/acMjG25lcX
— SV News ? (@SVNewsAlerts) October 7, 2020
דער פּראָטעסט איז באַלד פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ מהומה. מע האָט פֿאַרברענט מאַסקעס אין מיטן פֿון דער גאַס, אַטאַקירט זשורנאַליסטן און שטאַרק אָנגעשלאָגן בעריש גענץ, נאָך דעם וואָס ער האָט קריטיקירט די דעמאָנסטראַנטן. בעריש גענץ, אַ ברודער פֿון מרדכי גענץ, דער אייגנטימער פֿונעם ספֿרים־געשעפֿט „אײַכלערס“, איז געבראַכט געוואָרן אין „מײַמאָנידעס“־שפּיטאָל אין אַ קריטישן צושטאַנד.
פֿריִער אין יאָר איז מרדכי גענץ געוואָרן אַ פּראָמינענטע פֿיגור אין באָראָ־פּאַרק וואָס שייך קאָוויד־19, בעטנדיק דעם עולם זיך צו באַשיצן מיט מאַסקעס, נאָך דעם וואָס ער איז אַליין שווער קראַנק געוואָרן מיטן ווירוס. בשעת די דעמנסטראַנטן האָבן געשלאָגן בעריש גענץ, האָט דער עולם אים גערופֿן אַ מסור.
This is my best brother. Critically injured by anti mask hasidic rioters . NOT RESPONSIVE!@NYPD66Pct @NYPDShea @NYPDnews @NYCMayor @NYGovCuomo @NYCGreenfield
We want full investigation and prosecution.
Machers already trying to shut the story
Any videos dm me https://t.co/iD4NaXGkXD— Mordy Getz (@MordyGetz) October 7, 2020
פראטעסט אין בארא פארק pic.twitter.com/KxraoiroSl
— Hasidic2 (@hasidic_1) October 7, 2020
ניט בלויז אויפֿגערעגטע יונגע־לײַט האָבן אָנטייל גענומען אין דער מאַניפֿעסטאַציע. צווישן די פֿאַרזאַמלטע איז געווען דער ניו־יאָרקער ראָטגעבער, קלמן יעגער. יעגער האָט באַצייכנט די דעמאָנסטראַציע ווי אַ טייל פֿון אַ קאַמף לטובֿת די רעליגיעזע רעכט פֿון די אָרטיקע ייִדן.
Flying around WhatsApp tonight: Impromptu chasidic protest in heart of Boro Park, Brooklyn. Democratic Council Member @KalmanYeger furious about lockdown of Jewish communities during Sukkos holiday. pic.twitter.com/dqBlreb2Cb
— David G. Greenfield (@NYCGreenfield) October 7, 2020
ס׳איז אויך בײַגעווען העשי טישלער, אַ פֿרומער ראַדיאָ־קאָמענטאַטאָר און קאַנדידאַט פֿאַרן ניו־יאָרקער שטאָטראָט, וואָס פֿירט שוין אָן חדשים לאַנג מיט אַ קאַמפּאַניע קעגן דער רעגירונגס קאָראָנאַ־ווירוס־תּקנות. בײַ געוויסע חסידים איז ער לעצטנס געוואָרן אַ מין פֿאָלקהעלד פֿאַרן האָבן אָפּגעהאַקט די שלעסער אויף די טויערן פֿון שפּילפּלעצער, פֿאַרן פֿאַרשפּרייטן ווידעאָס אין וועלכע ער פֿאַרדאַמט מיט קללות די ניו־יאָרקער פּאָליטיקער ווי אַנטיסעמיטן, און פֿאַרן בכלל פּרובירן אויפֿצוהעצן דעם עולם. אויפֿן פּראָטעסט האָט ער גערופֿן די פֿאַרזאַמלטע זײַנע „סאָלדאַטן“ און געזאָגט אַז „מיר גייען מלחמה האַלטן“.
Community resident Heshy Tischler tells protesters in the presence of an NYPD inspector: “You are my soldiers. We are at war.” pic.twitter.com/9sneRVxrf3
— Jacob Kornbluh (@jacobkornbluh) October 7, 2020
טישלער האָט אויך געזאָגט אַז די פֿרוי פֿונעם ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער ביל דע־בלאַזיאָ, שירלאַן מעקריי, איז „צוריקגעשטאַנען“ און האָט דערבײַ זי אָנגערופֿן מיט זייער אַ מיאוסן זידלוואָרט פֿאַר אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער, אַרויסרופֿנדיק אַ געלעכער בײַ דערבײַיִקע יונגע לײַט.
Last night, neighborhood agitator Heshy Tischler called @Chirlane a “retard woman, coon, whatever you are.” This is a guy running for city council. pic.twitter.com/RLaTXexOUB
— ????? ?. ?????? (@MylesMill) October 7, 2020
צוליב דעם הויכן פּראָצענט פֿאַלן פֿון קאָראָנאַ־ווירוס אין אַ ריי ניו־יאָרקער געגנטן, האָט די שטאָט באַשלאָסן צו פֿאַרשליסן אַלע שולן און ישיבֿות, שילן, און ס׳רובֿ געשעפֿטן. צווישן אָט די געגנטן זענען באָראָ־פּאַרק און וויליאַמסבורג, וואָס זענען מערסטנס באַפֿעלקערט פֿון פֿרומע ייִדן, ווי אויך עטלעכע געגנטן, וווּ ס׳זענען בכלל ניטאָ קיין פֿרומע ייִדן. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מע פֿאַרמאַכט אויך די שולן, קלויסטערס און געשעפֿטן אין אַנדערע געגנטן וואָס לײַדן פֿון אַ הויכער צאָל קאָראָנאַ־ווירוס־פֿאַלן, האַלטן אַ סך חרדישע ייִדן, אַז זיי ווערן ספּעציעל גערודפֿט דורך דער רעגירונג.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO