פּאַנעל־דיסקוסיע: וואָס קענען הײַנטיקע קינדער זיך לערנען פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור?Panel discussion: What can today’s kids learn from Yiddish children’s literature?
מע וועט אַרומרעדן די אונטערשיידן צווישן דערציילונגען אויף מאַמע־לשון און מעשׂיות אויף אַנדערע שפּראַכן.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דער נײַער אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישער קינדער־ליטעראַטור אין דער ענגלישער איבערזעצונג, „האָניק אויף דער זײַט“, פֿון ד״ר מרים יודל, אָרדנט דער ייִוואָ אײַן אַ פּאַנעל־דיסקוסיע אויף דער טעמע מיטוואָך, דעם 7טן אָקטאָבער.
די פּאַנעליסטן וועלן אַרומרעדן די פֿראַגע, וואָס קענען די הײַנטיקע קינדער זיך אָפּלערנען פֿון ייִדישע דערציילונגען, וואָס זענען, בדרך־כּלל, כּמעט הונדערט יאָר אַלט. מע וועט אויך דיסקוטירן ווי אַזוי די ייִדישע קינדער־ליטעראַטור איז סײַ ענלעך, סײַ אַנדערש, פֿון דער ליטעראַטור פֿאַר קינדער אויף אַנדערע שפּראַכן.
עס וועלן אָנטייל נעמען די ווײַטערדיקע עקספּערטן:
מרים יודל, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין „עמאָרי־אוניווערסיטעט“ אין אַטלאַנטע, איז אַ מומחה אין דער פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור. איר בוך וועגן דער ליטעראַרישער שיטה „פּיקאַרעסק“ בײַ די ווערק פֿון די ייִדישע קלאַסיקער האָט געוווּנען אַ נאַציאָנאַלע ייִדישע ביכער־פּרעמיע אין 2017. אַחוץ אירע אַקאַדעמישע טעטיקייטן האָט זי פֿאַראַיאָרן באַקומען סמיכה פֿון דער „ישיבֿת מהר׳׳ת“.
נעמי זײַדמאַן, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון רעליגיע און גלות־שטודיעס בײַם טאָראָנטער אוניווערסיטעט, האָט הײַיאָר באַקומען אַ נאַציאָנאַלע ייִדישע ביכער־פּרעמיע פֿאַר איר בוך „שׂרה שענירער און די בית־יעקבֿ־באַוועגונג“. זי פֿירט אָן מיטן „בית־יעקבֿ־פּראָיעקט“, וווּ זי פֿאָרשט די געשיכטע פֿון דער פֿרומער שול־באַוועגונג, וואָס האָט סײַ באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט, סײַ געשאַפֿן אַ מאָדערנע ליטעראַטור אויף ייִדיש, איבערהויפּט מעשׂיות, דערציילונגען און לידער פֿאַר מיידלעך.
דזשעניפֿער יאָנג, אַ געוועזענע דערציִונג־דירעקטאָרין בײַם ייִוואָ, פֿאָרשט די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע. זי איז אויך אַן עקספּערטין אין קינדער־ליטעראַטור בכלל און פֿירט אַ רובריק אינעם זשורנאַל Publisher’s Weekly, וווּ זי רעצענזירט קינדערביכער וועגן אַקטיוויזם און פּאָליטישן ווידערשטאַנד. איר פֿאָרשאַרטיקל וועגן דער ראַדיקאַלער פּעדאַגאָגיק אין דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור איז אַרויס אין 2015 אין אַ וויסנשאַפֿטלעכער זאַמלונג.
רחל קפֿריסן איז אַ זשורנאַליסטקע וואָס פֿירט אַ רובריק וועגן דער ייִדישער קולטור בײַם זשורנאַל „טאַבלעט“. זי האָט אויך געשריבן צוויי פּיעסעס וואָס רופֿן זיך אָפּ אויף דער אַמעריקאַנער ייִדישער באַציִונג צו ייִדיש און צו דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור־ירושה.
די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען מיטוואָך, איינס אַ זייגער, נאָכמיטאָג. דער אײַנטריט איז בחינם, אָבער מע מוז זיך רעגיסטרירן פֿון פֿריִער. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO