Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך בין שוין „אויסגעזומט!“Help, I’m completely “oysgezoomt”!

דאָס צוגעוויינען זיך צו לערנען ייִדיש דורך „זום‟ האָט געדויערט אַ ביסל צײַט אָבער איצט אַז זי קען עס שוין טאָן איז צוגעקומען אַ נײַע צרה.

ווען איך האָב דעם נעאָלאָגיזם דערזען אויף דער אינטערנעץ האָב איך זיך געלעקט די פֿינגער. כאָטש איך אַליין האָב שוין געהאַט צוגעטראַכט אַן אַנדער וואָרט— „זומיד“ (מיטן אַקצענט אויפֿן ערשטן טראַף) — אַ צוזאַמענהעפֿט פֿון „זום“ און „מיד“ — געפֿעלט מיר דווקא בעסער „אויסגעזומט!“  ס׳איז קאָמישער.

נו, וואָס מיינט עס טאַקע? דאָס איז דער נײַער מצבֿ פֿון זײַן פֿיל פֿאַרטיפֿט אין זיצונגען און שמועסן דורך „זום“ (אָדער סקײַפּ, אָדער „פֿייסטײַם“ אויף דער מאָבילקע). ווען מ׳האָט זיך גוט דערשראָקן פֿאַרן שרעקלעכן קאָרנאָ־ווירוס־פּאַנדעמיע און מען האָט אונדז אַלע געעצהט בלײַבן אין דער היים, זיך אַליין קאַראַנטירן, האָב איך זיך דווקא נישט דערשראָקן. כ׳האָב געטראַכט: יעצט וועל איך האָבן צײַט צו לייענען אַלע ביכער וואָס איך האָב זיך תּמיד באַקלאָגט אַז איך האָב פֿאַר זיי נישט גענוג שעה אין טאָג. אָבער כ׳האָב זייער גיך אויסגעפֿונען, אַז ס׳ווערט נימאס לייענען ראָמאַנען און עסן באָנבאָנעס אַ גאַנצן טאָג. האָט ג־ט געהאָלפֿן און ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן אויסצוראַמען אַלע מײַנע אַלמערס. דאָס קען מען אָבער אויך נישט טאָן אַ גאַנצן מעת־לעת.

האָט זיך געטראָפֿן אַז באַלד נאָך פּסח הייבן מײַנע געטרײַע סטודענטן מיר אָנגעקלונגען און געבעטן קלאַסן אויף דער אינטערנעץ. וואָס טו איך יעצט? כ׳האָב אַלע מאָל אויסגעמײַדט זיך באַווײַזן אויף דער אינטערנעץ. כ׳האָב איין מאָל דערזען ווי איך זע אויס אויפֿן עקראַן, האָב איך באַשלאָסן לא מיט אַן אַלף! מ׳האָט געקענט מיינען אַז אַ מת איז אויפֿגעשטאַנען תּחית־המתים. די אויגן זענען מיר געווען אונטערגעהאַקט, די באַקן אײַנגעפֿאַלן, די הויט גרוילעך. אַפֿילו ווען איך האָב זיך פֿריִער געהאַט באַשמירט די ליפּן מיט אַ ביסל שמינקע, און די לעדלעך — מיט אויגנפֿאַרב, האָט געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס.

וואָס טוט מען אָבער ווען סטודענטן ווילן זיך לערנען ייִדיש? האָב איך אָנגעהויבן צו ביסלעך מיט אַ בציבור־קלונג אויפֿן טעלעפֿאָן; ווי מע זאָגט בלע״ז ־ conference call. אַפֿילו מיט נאָר דרײַ סטודענטן האָט מיר דאָס משוגע געמאַכט. אַלע דרײַ האָבן גערעדט פֿאַר איין מאָל און ווען איך האָב געבעטן אָרדענונג האָבן זיי מיך אַפֿילו נישט געהערט. ס׳איז געווען אַזאַ בהלה, אַז נאָך אַנדערטהאַלבן שעה האָב איך שוין געפֿילט ווי אַ ליאַדע מינוט באַקום איך אַ מיגרענע. די סטודענטן האָבן מיר אויך געזאָגט אַז ס׳איז געווען הפֿקר־וועלט. האָט איינע פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל זיך טרעפֿן דורך „זום“. זי האָט אונדז דערקלערט אַז דאָס איז אַ ווידעאָ־זיצונג. כ׳האָב געהערט ווידעאָ־זיצונג האָב איך באַלד אָנגעהויבן ציטערן. איך ווייס אַז איך טויג נישט צו די זאַכן, אָבער זי האָט מיך באַרויִקט אַז זי וועט אַלץ אָרגאַניזירן און מיר צושיקן אַ פֿאַרבינדונג, וואָס איך דאַרף בלויז געבן אַ קוועטש דערויף. אַזוי האָט זי טאַקע געטאָן און איך בין געוואָרן אַ לערערקע אויף „זום“.

דער ערשטער קלאַס איז געווען וווּנדערלעך. איך האָב זיך געזען אין מיטן עקראַן און די סטודענטן זענען געווען אין קליינע רעמלעך אַרום מיר. יעדעס מאָל וואָס אַ סטודענט האָט עפּעס געזאָגט האָט זײַן בילד אויפֿגעלויכטן. זייער גוט! אַלע האָבן געקענט זען ווער ס׳רעדט און ווען. איז דער קלאַס געגאַנגען מיט מער אָרדענונג.

כ׳האָב נאָך אַלץ אויסגעזען מיד מיט טיפֿע קנייטשן אַרומען מויל, אָבער קיינער איז נישט אַרויס פֿונעם קלאַס, הייסט עס אַז אַזוי זע איך טאַקע אויס. כ׳בין צופֿרידן וואָס מיר האָבן באַוויזן ממשיך צו זײַן מיט דעם קלאַס, ווײַל מיר טרעפֿט זיך שוין אַכצן יאָר און ס׳וואָלט טאַקע געווען אַ שאָד ווען ער וואָלט זיך געמוזט ענדיקן.

מיט דער צײַט איז מיר צוגעקומען אַן אַנדער „זום“־קלאַס און נאָך עטלעכע מענטשן האָבן זיך געוואָלט מיט מיר לערנען דורך „זום“. אַ פּאָרפֿאָלק, ביידע סאַניטאַרן וואָס מע האָט געשלאָסן זייער קליניק, זענען געוואָרן מײַנע סטודענטן און ס׳איז לעבעדיק פֿריילעך. מיר איז גוט, איך מוז זיך נישט אויספּוצן, איך מוז אין ערגעץ נישט פֿאָרן. אין דער באַשטימטער צײַט עפֿן איך אויף דעם קאָמפּיוטער, גיב אַ קוועטש די פֿאַרבינדונג און דער קלאַס הייבט זיך אָן.

אָבער וווּ עס זענען דאָ מעלות זענען אויך דאָ חסרונות. נאָכן ערשטן קלאַס האָב איך זיך געפֿילט מלא־שׂימחה, אָבער מיט דער צײַט האָב איך געמיינט אַז איך ווער קראַנק. די אויגן האָבן מיר געברענט און כ׳האָב זיך געפֿילט זייער שוואַך, ביז כ׳האָב זיך געכאַפּט אַז איך זיץ אַ גאַנצן טאָג בײַם קאָמפּיוטער. איך שרײַב מײַנע דערציילונגען אויפֿן קאָמפּיוטער, כ׳ענטפֿער אויף בליצבריוולעך אויפֿן קאָמפּיוטער, כ׳טרעף זיך מיט מײַנע פֿרײַנד דורך „זום“ און יאָגאַ און פּילאַטיס. איך בין שוין ממש אויסגעזומט!

די קלאַסן, אָבער, קומען מיר אָן צום שווערסטן. ווײַזט אויס אַז בײַ אַ לערער איז דאָס שווערער ווי לערנען פּנים־אל־פּנים ווײַל מע קען נישט אַוועקקוקן פֿונעם עקראַן. מע מוז קוקן דעם מיט וועמען מע רעדט גלײַך אין די אויגן אַרײַן, נישט אַרויסקוקן דורכן פֿענצטער, נישט אַוועקקוקן אין אַ זײַט אויף אַ מינוט, נישט חלילה זיך רײַבן די אויגן — אַניט מיינט דער מענטש מיט וועמען דו רעדסט אַז מע גיט איר/אים נישט אָפּ דעם פֿולן אַכט. און אַזוי שטאַרק פֿאָקוסירן זיך אויף איין פּונקט אַזוי לאַנג איז אַ גרויסער אָנשטרענגונג פֿאַרן מוח. ווען איך האָב מיט אַ פֿרײַנד גערעדט וועגן דעם האָט ער געזאָגט, „נאַרישקייט. רעדסט זיך אײַן אַזוי. זאָל דיר טראַכטן אַז דו קוקסט טעלעוויזיע.“ האָב איך געוווּסט אַז ער ווייסט נישט וואָס ער רעדט. מ׳קען קאָכן און קוקן טעלעוויזיע. מע קען לייענען אַ בוך בעת מע קוקט טעלעוויזיע, און עס אַרט קיינעם נישט ווײַל דער טעלעוויזאָר זעט דיך נישט.

אַפֿילו פּסיכאָלאָגן זענען יעצט מסכּם אַז „אויסגעזומטקייט“ איז אַ פּראָבלעם. לעצטנס טראָג איך אָראַנזשענע ברילן וואָס לאָזן נישט צו צו די אויגן די בלויע ליכט וואָס שטראַלן אַרויס פֿון עלעקטרישע ליכט, אַרײַגערעכט אַ קאָמפּיוטער. גאָט צו דאַנקען געפֿונען אַ רפֿואה פֿאַר מײַן „אויסגעזומטקייט‟!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version