Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חסידים דאַרפֿן בײַטן אופֿן פֿון רעדן מיט קינדער נאָך אַ טראַוומעWhat Hasidim May Need To Unlearn When Speaking To Kids After Trauma

אויב עלטערן ווילן מוטיקן זייערע קינדער אויסצודריקן זייער מורא, וועלן זיי דאַרפֿן ממשותדיק בײַטן ווי זיי רעדן וועגן טראַגעדיעס בכלל.

דעם טאָג נאָכן מוראדיקן שיסערײַ אין דער כּשרער שפּײַזקראָם אין דזשערזי־סיטי, האָב איך אומגעדולדיק געוואַרט צו הערן די לעצטע נײַעס, בפֿרט ווער ס׳זענען געווען די ייִדישע קרבנות און ווי אַזוי האָבן די לעבן געבליבענע פֿונעם אָרטיקן חסידישן ייִשובֿ זיך אַן עצה געגעבן נאָך דער טראַגעדיע.

דער בעסטער מקור פֿון אַזאַ אינפֿאָרמאַציע איז געווען די ייִדיש־שפּראַכיקע אַפּ „אידיש24‟. דאָרט האָט מען במשך פֿונעם טאָג רעגלמעסיק אַרויסגעלאָזט בולעטינען פֿון די לעצטע נײַעס און טראַנסמיטירט אינטערוויוען מיט יחידים וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער טראַגעדיע.

איין מערקווירדיקער אינטערוויו איז געווען מיט סרולי פֿריד, אַ סאָציאַלן אַרבעטער בײַם קריזיס־אָפּטייל פֿון דער אָרגאַניזאַציע „חי לײַפֿלײַן‟. פֿריד, אַן אײַנוווינער פֿון לייקוווּד, ניו־דזשערזי, איז יענעם פֿרימאָרגן געפֿאָרן קיין דזשערזי סיטי כּדי זיך צו טרעפֿן מיט די קינדער, לערער און מנהלים פֿונעם חדר בשכנות מיט דער שפּײַזקראָם און העלפֿן זיי איבערקומען די פּסיכאָלאָגישע נאָכווייען פֿון האָבן בײַגעווען דעם אַטאַק.

ווי עס האָבן איבערגעגעבן די נײַעסקוואַלן, זענען די בערך פֿופֿציק ייִנגלעך אינעם חדר „קהל עדת גרינוויל בית זאבֿ דובֿ‟, במשך פֿונעם דרײַ־שעהיקן שיסערײַ, אַלע געלעגן אויף ד׳רערד, פּונקט אַזוי ווי די פּאָליציי האָט זיי געהייסן. אַ ווידעאָ פֿילמירט דורך איינעם פֿון די מלמדים, ווי ער שטייט בײַם פֿענצטער פֿון חדר, ווײַזט ווי נאָענט איז דער אַטאַק טאַקע געווען צום חדר.

סרולי פֿריד האָט, אויף ייִדיש, באַטאָנט ווי וויכטיק עס איז אַז די טאַטעס און מאַמעס פֿון יענע קינדער זאָלן במשך פֿון די קומעדיקע וואָכן און חדשים זיי געבן עמאָציאָנעלן חיזוק. ווענדנדיק זיך צו יענע עלטערן — און צו אַלע עלטערן פֿון קינדער וואָס האָבן איבערגעלעבט אַ טראַוומאַטישע זאַך — זאָגט ער אַז מע דאַרף „לאָזן די קינדער רעדן און דערציילן וואָס זיי האָבן געהערט און געזען, אַפֿילו אויב זיי זאָגן עס צען, צוואַנציק מאָל.‟

אין די חסידישע קרײַזן מיינען ס׳רובֿ עלטערן אַז אויב די קינדער וועלן רעדן אַ סך וועגן אַן אומגליק וועט עס בײַ זיי אַרויסרופֿן נאָך מער פּחד, האָט פֿריד דערקלערט, אָבער אין דער אמתן איז פּונקט פֿאַרקערט: דאָס קענען זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרצן מיט אייגענע מענטשן, זאָגט ער, איז ממש „דער וועג ווי דער אייבערשטער גיט מענטשן כּוח צו קענען באַהאַנדלען אַ טראַוומאַטיש געשעעניש וואָס זיי האָבן אַליין איבערגעלעבט.‟

„די קינדער וועלן נישט אויסדריקן זייער מורא מיט זייערע חבֿרים; בלויז מיט די מענטשן וואָס זיי האָבן ליב צום מערסטן, מיט זייערע נאָענטסטע מענטשן. ווי שווער עס זאָל זײַן פֿאַר אונדז, דאַרפֿן מיר לאָזן דאָס קינד רעדן פֿון זײַנע געפֿילן. אויב ער זאָגט אַז ער האָט מורא צו גיין שלאָפֿן, זאָג נישט: ׳דאַרפֿסט נישט מורא האָבן׳, נאָר גיכער: ׳יאָ, איך ווייס, ס׳כאַפּט אַ פּחד. געדענק אָבער אַז טאַטי און מאַמי זענען דאָ פֿאַר דיר׳.‟

פֿריד האָט צוגעגעבן אַז דאָס קינד וועט לכתּחילה אפֿשר נישט וועלן רעדן וועגן דעם אומגליק „אָבער אין 2־3 וואָכן אַרום וועט ער פּלוצלינג זאָגן אַז ער וויל שלאָפֿן מיט טאַטי און מאַמי. דעמאָלט דאַרפֿן זיי דיך מער ווי תּמיד.‟

בײַ ס׳רובֿ עלטערן וואָס לעבן אין דער סעקולערער וועלט זענען פֿרידס עצות פֿאַרשטענדלעך. יעדער אַרטיקל אָדער ביכל מיט עצות פֿאַר טאַטע־מאַמע באַטאָנט די וויכטיקייט פֿון באַשטעטיקן אַ קינדס געפֿילן, ווי אומלאָגיש אָדער איבערגעטריבן זיי זאָלן נישט זײַן — בפֿרט נאָך אַ טראַוומאַטישן געשעעניש.

דאָ רעדט זיך אָבער וועגן חרדישע משפּחות וווּ יעדער שמועס וועגן אַן אומגליק ווערט אָפֿט באַגלייט מיט אויסדרוקן ווי „רחמנא לצלן‟, „חס ושלום‟ אָדער „חס וחלילה‟. די טראַדיציאָנעלע אויסדרוקן זענען נישט סתּם ווערטער; זיי נעמען אַרײַן אַ גאַנצן וועלטבאַנעם וואָס איז בײַגעשטאַנען דאָס ייִדישע פֿאָלק שוין טויזנטער יאָרן. די פֿראַזע „רחמא לצלן‟, למשל, שטאַמט נאָך פֿון דער גמרא (ברכות 60ב און תענית 9ב).

ווען אַ ייִד זאָגט „רחמנא לצלן‟ איז עס בײַ אים אָדער איר אַן אופֿן פֿון גײַסטיק באַשיצן דעם עולם פֿון צוקונפֿטדיקע טראַגעדיעס.

אין דעם פֿאַל אָבער, ווען דער ציל איז צו מוטיקן דאָס קינד פֿרײַ צו רעדן וועגן דעם אומגליק, קען דער אויסדרוק „רחמנא לצלן‟ אים אפֿשר אָפּשרעקן פֿון ווײַטער רעדן וועגן דעם ווײַל ער קאָן דאָס אויסטײַטשן ווי „טאַטי און מאַמי ווילן נישט הערן וועגן דעם‟.

שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע: צי וועלן די עלטערן פֿון די טראַוומאַטיזירטע קינדער קענען ממש בײַטן זייער אופֿן פֿון רעדן וועגן שלעכטע געשעענישן? איז מעגלעך זיך אײַנצוהאַלטן פֿון זאָגן אַ זאַך וואָס איז אַ מענטשן אַזוי נאַטירלעך ווי אָטעמען? פּונקט אַזוי ווי ס׳רובֿ מענטשן זאָגן אויטאָמאַטיש „אַ דאַנק‟ ווען מע עפֿנט זיי די טיר, אָדער „אַנטשולדיקט!‟ אויב זיי טרעטן על־פּי־טעות אויפֿן פֿוס פֿון אַ צווייטן פּאַסאַזשיר אויף דער באַן, וועט די עלטערן פֿון די טראַוומאַטיזירטע קינדער מסתּמא אָנקומען שווער זיך אײַנצוהאַלטן פֿון צוגעבן „רחמנא לצלן‟ בײַם הערן די מוראדיקע פּרטים. טאַקע דערפֿאַר איז אַזוי וויכטיק וואָס עקספּערטן ווי סרולי פֿריד העלפֿן נישט בלויז די געליטענע קינדער פֿונעם אַטאַק, נאָר אויך זייערע עלטערן — און טאַקע אויף מאַמע־לשון — אין דער גאָר אָנגעווייטיקטער צײַט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version