Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אויפֿן טעלעפֿאָן האָט ער געקלונגען פּערפֿעקטHe Sounded Perfect On the Phone

געווען אַן אַלמן, אַזוי ווי זי האָט געבעטן; אַ דאָקטער, און לויטן בילד — נאָך געהאַט אַ קאָפּ מיט האָר.

ווי אַ געניטע שדכנטע האָב איך זיך געפֿרייט מיטן לעצטן שידוך־אײַנפֿאַל מײַנעם. דער מאַן איז געווען אַלצדינג וואָס די פֿרוי האָט געזוכט: אַ מאַן מיט איין פֿוס אין דער פֿרומער וועלט און גלײַכצײַטיק איז דער גראָבער פֿוספֿינגער פֿונעם אַנדערן פֿוס געבליבן אײַנגעטונקען אין דער אַמעריקאַנער וועלטלעכער קולטור.

דאָס הייסט, אַז ער האָט יעדן טאָג זיך אויפֿגעוועקט האַלב זעקס אַ זייגער און האַלב זיבן איז ער, אָנגעטאָן אין זײַן שוואַרצן קאַפּעליוש און נישט קוקנדיק אויפֿן וועטער, שוין געזעסן בײַ אַ דף־יומי שיעור אין בית־מדרש אָבער ער איז נישט געווען אַזוי פֿאַרפֿרומט אַז ער איז נישט צו מאָל געגאַנגען אויף אַ קאָנצערט פֿון בייטאָווענס מוזיק, און אַ מאָל, כאָטש זעלטענער, אין ייִדישן טעאַטער. דאָס איז געווען בלויז מיטן שפּיץ פֿונעם לינקן פֿוס. ער האָט זיך צוגעהערט צו די נײַעס אויפֿן ראַדיאָ אין אויטאָ און צען אַ זייגער אין אָוונט געזען די נײַעס אויף טעלעוויזיע.

כ׳האָב זיך נישט צו פֿיל געגריבלט אין די ווינקלעך פֿון זײַן פֿרומקייט, ווײַל כ׳האָב אים נישט געקענט פּערזענלעך, בלויז טעלעפֿאָניש, און ס׳איז אַ מאָל שווער נישט איבערצוטרעטן אַן אומזעיִקן גרענעץ ווען מען אינטערוויויִרט עמעצן פֿון דער װײַטנס. דער מאַן איז געווען אין די הויכע פֿופֿציקער און די בעסטע זאַך איז אַז ער איז געווען אַן אַלמן. כ׳וואָלט קיינעם נישט געוווּנטשן זיי זאָלן פֿאַרזוכן דעם ביטערן טעם פֿון פֿאַרלירן זייער לאַנג־יעריקן לעבנס־באַגלייטער, אָבער פּונקט דאָס האָט די פֿרוי געוואָלט — אַן אַלמן. די געגטע מענער מיט וועמען זי האָט זיך באַקענט נאָך דער פּטירה פֿון איר מאַן מיט צוויי יאָר פֿריִער זענען אַלע געווען, ווי זי האָט אַליין געזאָגט ”נישט מיט אַלעמען. אַלע מאָל האָט עפּעס געפֿעלט“. איינער האָט גערעדט צו גיך, אַן אַנדערער צו פּאַמעלעך, דער דריטער — נישט צו דער זאַך. איינער איז געווען צו קורץ, אַן אַנדערער צו הויך, דער מיטלמעסיקער צו פֿעט. איינער האָט נישט געהאַט קיין איין הערעלע אויפֿן קאָפּ: אַן אַנדערער איז געווען אַזוי באַוואָקסן מיט האָר אַז ער האָט איר אויסגעזען ווי אַ וואָלקעלאַק, און זי האָט געמיינט אַז ווען ער וואָלט, חס ושלום, געווען איר מאַן וואָלט זי מורא געהאַט אַן אויג צו פֿאַרמאַכן בײַ נאַכט.

איינער איז געווען אַ דאָקטער, אַ קלוגער און האָט טאַקע געהאַט וואָס צו זאָגן, אַ סך צו זאָגן, אָבער נאָר וועגן בלוטראַק, אַלערליי מינים בלוטראַק. צו דעם אַלעס האָט ער אויך געהאַט אַ שוואַרצע בראָדעווקע כּמעט אויפֿן שפּיץ נאָז; נו, אַ ביסל צו איין זײַט, און זי האָט די אויגן נישט געקענט אַוועקרײַסן פֿון איר, פֿון דער בראָדעווקע, הייסט עס. זי האָט מיר דערציילט אַז די בראָדעווקע האָט זי ממש היפּנאָטיזירט און זי האָט נישט געקענט זיך קאָנצענטרירן אויף וואָס ער רעדט. ער האָט דאָס מסתּמא באַמערקט און פֿרי געענדיקט זייער צווייטע ראַנדקע. זיי זענען געקומען אין רעסטאָראַן באַזונדער און זי איז אַהיימגעפֿאָרן אין אַ טאַקסי. דעם גאַנצן וועג האָט זי זיך געפֿילט שולדיק ווײַל זי האָט געווווּסט אַז זי האָט אים פֿאַרשעמט. זי האָט אים געוואָלט אָנקלינגען און זיך אַנטשולדיקן, אָבער וואָס וואָלט זי אים געקענט זאָגן? ”זײַט מיר מוחל וואָס כ׳האָב די גאַנצע צײַט געקוקט אויף דער בראָדעווקע‟? מיט דעם וואָלט זי אים אַ צווייט מאָל פֿאַרשעמט, האָט זי גאָרנישט געטאָן און פֿילט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג שולדיק.

כ׳האָב איר אויסגעהערט און געפֿרעגט: ”איז זאָגט מיר גענוי אַ וואָסער מאַן איר זוכט.“

”איך בין נישט צו איבערקלײַבעריש,‟ האָט זי מיר געענטפֿערט. ”איך וויל וואָס אַלע פֿרויען ווילן: אַ מאַן פֿון דורכשניטלעכן וווּקס וואָס רעדט אויף אַזאַ אופֿן וואָס מאַכט מיר נישט קריצן מיט די ציין. ער זאָל נאָך האָבן כאָטש אַ ביסל האָר אויפֿן קאָפּ, און, פֿאַרשטייט זיך, אָן קיין שום בראָדעווקעס אויפֿן פּנים.‟

דערפֿאַר האָב איך זיך אַזוי געפֿרייט ווען אַ שדכנטע פֿון קליוולאַנד האָט מיר דערציילט וועגן יצחקן. ווײַזט אויס אַז ער איז סײַ אַן אַלמן סײַ אַ דאָקטער, אַ גרויסער ספּעציאַליסט אין באַהאַנדלונגען פֿאַר אַרטריט.

די פֿרוי האָט זיך כּמעט צעשמאָלצן פֿאַר פֿרייד און געמרוקעט ווי אַ קעצעלע.

”נו, וואָס זאָגט איר?“ האָב איך זי געפֿרעגט. געמיינט האָב איך אַז זי וועט וועלן וויסן וווּ ער וווינט, וווּ ער דאַוונט, וויפֿל קינדער ער האָט און אאַז״װ, האָב איך זיך געמאַכט באַקוועם, גענומען דאָס העקלען אין דער האַנט און געמיינט אַז איך וועל סוף־כּל־סוף ענדיקן דעם ברוינעם וואָלענעם שאַל פֿאַרן זון אין ניו־יאָרק. אָבער ניין! זי איז שוין געווען אַזוי דערשלאָגן פֿון אַרויסגיין מיט טשודאַקן, אַז זי איז צוגעפֿאַלן אויף דער לעצטער פֿאָרלייג מײַנעם ווי אויף הייס ברויט.

”קלינגט אים גלײַך אָן און גיט אים דעם נומער פֿון מײַן מאָבילקע. איך וועל זײַן אין דער היים הײַנט אין אָוונט. דער אַרטריט איז בײַ מיר זייער שלעכט אינעם רעכטן אַקסל און איך וואָלט מיט אים געוואָלט רעדן וועגן דעם וואָס גיכער.“

”פֿריידל, איר זענט אַראָפּ פֿון זינען?‟ האָב איך אויסגערופֿן. „ווען איר וועט מיט אים רעדן זאָלט איר למען־השם נישט אָנהייבן צו אויקען און קרעכצן! איר זאָלט אײַערע ווייטיקן אַפֿילו נישט דערמאָנען. וואַרט כאָטש ביז דער צווייטער ראַנטקע.“

בקיצור, כ׳האָב יצחקן באַלד אָנגעקלונגען.

ער, ווידער, האָט מיך געשטעלט אַ סך פֿראַגעס וועגן דער פֿרוי, פֿריידל. אַוודאי איז די ערשטע געווען צי זי איז שיין. האָב איך אים באַלד דורך בליצפּאָסט איבערגעשיקט איר בילד.

”שיין גענוג!“ האָט ער געזאָגט. דערהערנדיק די ווערטער האָב איך געוווּסט אַז איך קען אים שוין אַלץ דערציילן: אַז זי איז אַ צנועה, אַן אַלמנה מיט דרײַ זין, פֿײַנע יונגע לײַט וואָס וווינען נישט בײַ איר אאַז״װ. ער האַט געשטעלט זייער אַ סך פֿראַגעס, וואָס דאָס אַליין איז נישט קיין עוולה, נאָר איין פֿראַגע איז געווען אַ ביסל מאָדנע: צי זי האָט אַ גרויס הויז. כ׳האָב אים געענטפֿערט אַז איך ווייס נישט, אַז מיר דאַכט זיך זי וווינט אין אַ קאַנדאָ און מיר זענען באַלד אַריבער אויף אַן אַנדער טעמע, ווער ווייסט וואָס. כ׳האָב זיך ווידער געמאַכט באַקוועם און ווײַטער געהעקלט. מיר האָבן געשמועסט אַזוי מער ווי אַ שעה לאַנג.

ווען מע האַנדלט מיט שידוכים איז גוט צו וויסן מיט וועמען מע האָט צו טאָן. כ׳האָב אויסגעפֿונען אַז ער איז אַ חבֿרה־מאַן, ער רעדט אַ שיינעם דרומדיקן ייִדיש פֿון דער היים און ער האָט אַ חוש פֿאַר הומאָר, וואָס געפֿינט זיך זעלטן בײַ מײַנע קליִענטן. קליִענטן מישטיינס געזאָגט, ווײַל איך נעם בײַ זיי נישט קיין געלט. אָבער ווען ער האָט מיר אָנגעהויבן דערציילן וויצן וועגן געפֿילטע פֿיש האָב איך אײַנגעפּאַקט דאָס העקלען און צוריק געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע שדכנטע. ”אָט האָט איר פֿריידלס טעלעפֿאָן. זײַט אַזוי גוט און לאָזט מיך וויסן ווי ס׳איז געגאַנגען דער ערשטער שמועס מיט איר.“

צוויי דרײַ טעג זענען אַדורך איידער כ׳האָב זיך דערמאָנט וועגן איציקן, ווי איך האָב אים צו זיך איצט אָנגעהויבן רופֿן. כ׳האָב באַלד אָנגעקלונגען פֿריידלען. ”האָט איר מיט אים שוין גערעדט?“ האָב איך געפֿרעגט.

”יאָ,“ האָט זי געענטפֿערט און באַלד מיך געפֿרעגט: „האָט איר מיט אים אויך גערעדט? וואָס האָט ער געזאָגט?“

„איך האָב פֿון אים נישט געהערט קיין פּיפּס. וואָס איז אײַער מיינונג?“

„געטראָפֿן אין פּינטל… כאָטש טעלעפֿאָניש! דער ערשטער שמועס איז געגאַנגען ווי געשמירט. ער געפֿעלט מיר. אפֿשר בין איך אים נישט געפֿעלן. זײַט אַזוי גוט און קלינגט אים אָן. איך האָב אַלע מאָל די מאָבילקע מיט זיך. איך וואַרט אומגעדולדיק צו הערן אָדער פֿון אים אָדער פֿון אײַך.“

„יאָ, זייער אַ פֿײַנע פֿרוי,“ האָט ער מיר שפּעטער געזאָגט. „איך וויל טאַקע מיט איר ווידער רעדן, וועל איך איר אָנקלינגען מאָרגן. מיר געפֿעלט נישט באַלד צוריקקלינגען װײַל אַ סך פֿרויען ווערן גלײַך אויפֿגעהײַטערט דערפֿון.‟

איידער איך האָב געקענט אַפֿילו טראַכטן ווי עגאָיִסטיש ער קלינגט האָט ער מיר ווידער דערציילט עטלעכע אַלטע, שטעטלדיקע וויצן און מיר האָבן צוזאַמען געלאַכט נאָך פֿינף און פֿערציק מינוט, ביז כ׳האָב זיך געכאַפּט, אַז ער איז נישט מײַן קאַווילער און געזאָגט: „גוט, איך מוז גיין. איך וועל פֿריידלען לאָזן וויסן אַז איר וועט איר מאָרגן קלינגען.“

און אַזוי איז געווען. יעדע עטלעכע טעג האָט ער פֿריידלען געקלונגען, און דערנאָך האָט ער מיך געקלונגען. איך, פֿון מײַן זײַט, האָב זיך יעדעס מאָל דערפֿרייט צו הערן זײַן קול און אַרויסגעקוקט אַויף זײַנע קלונגען.

נאָך עטלעכע וואָכן האָב איך פֿריידלען געזאָגט אַז ס׳איז שוין צײַט זיי זאָלן זיך טרעפֿן פּנים־אל־פּנים.

”אַבי ער האָט האָר, וועט ער מיר געפֿעלן.“

אויף דעם האָב איך גאָרנישט געענטפֿערט. הלוואַי האָט ער טאַקע האָר, האָב איך געבעטן בײַם אייבערשטן. אויף דער פֿאָטאָגראַפֿיע זײַנער האָט ער יאָ אַ שיינעם קאָפּ האָר, אָבער דאָס מיינט גאָרנישט. דאָס בילד קען זײַן ווער ווייסט ווי אַלט און דער מאַן קען הײַנט זײַן גאָל ווי אַ קליאַמקע.

בקיצור, אַלץ איז גוט געגאַנגען. ער איז געפֿאָרן קיין אַריזאָנע זיך מיט איר באַקענען. זיי האָבן דרײַ טעג גוט פֿאַרברענגט און פֿריידל איז פֿון הנאה געוואָרן ברייטער ווי לענגער. זי האָט געזאָגט, אַז ווען זי וועט מיט אים נאָך אַ מאָל רעדן וועט זי אים פֿרעגן צי ער וואָלט אפֿשר געקענט וווינען אין אַריזאָנע. עס זענען דאָרט דאָ אַ סך מענטשן מיט אַרטריט און ער וואָלט דאָרטן געקענט שאַרן געלט!

צוויי טעג זענען פֿאַרבײַ און מ׳הערט גאָרנישט. כ׳בין שיִער נישט אַרויס פֿון די כּלים. דערווײַל וויינט פֿריידל: ”וואָס קען דאָס זײַן? האָט זיך מיט אים עפּעס געטראָפֿן? איך קלינג און קלינג אים און קיינער ענטפֿערט נישט. איך ווער דאָ משוגע. אין רעסטאָראַן האָבן מיר אַפֿילו ביידע באַשטעלט טונפֿיש־סאַלאַט!“

כ׳האָב איר גאָרנישט געוואָלט זאָגן אָבער איך אַליין האָב אים אויך געפּרוּווט קלינגען און שרײַבן בליצבריוולעך. געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס! ער איז מיר שוין געהאַט געוואָרן אַ גוטער פֿרײַנד און איך האָב געבענקט נאָך אים. האָב איך געקלונגען די שדכנטע וואָס האָט אים מיר נאַרײַעט און געפֿרעגט צי אַלץ איז מיט יצחקן אין אָרדענונג.

”יאָ, פֿאַרוואָס פֿרעגסטו? האָסטו עפּעס געהערט?“

”ניין, גאָרנישט געהערט. דאָס איז די צרה. איך וויל מיט אים רעדן.“

אין אַ האַלבער שעה אַרום האָב איך שוין אויסגעפֿונען דעם סוד. די שדכנטע פֿון קליוולאַנד האָט מיר צוריקגעקלונגען און דערציילט אַז אין דער זעלביקער צײַט וואָס ער האָט זיך באַקענט מיט פֿריידלען האָט ער אויך געהאַלטן אַ קאָנטאַקט מיט אַן אַנדער פֿרוי אין ניו־יאָרק. איצט איז ער אין דער ניו־יאָרקער פֿרוי פֿאַרליבט און וויל מיט איר חתונה האָבן.

”קענסטו זי?“ האָב איך איר געפֿרעגט.

”אַוודאי קען איך זי. איך האָב געמאַכט דעם שידוך.“

”פֿאַרשטיי איך נישט.“

”איך האָב געמאַכט דעם שידוך מיט יצחקן און דער ניו־יאָרקער פֿרוי, ביילע, מיט זעקס חדשים צוריק. אַלץ איז געגאַנגען ווי געשמירט ביז ער האָט זיך מיט איר צעגאַנגען. ער האָט נישט געוואָלט וווינען אין ניו־יאָרק און זי האָט נישט געוואָלט פֿאַרלאָזן ניו־יאָרק. ווײַזט אויס אַז זיי האָבן די לעצטע עטלעכע חדשים נאָך אָנגעהאָלטן די פֿאַרבינדונג. פֿריידל איז אים טאַקע געפֿעלן געוואָרן אַבער ער האָט ביילען נישט געקענט פֿאַרגעסן.“

וואָס האָב איך צו דער בשׂורה געקענט ענטפֿערן? ”זאָל זיי זײַן מיט מזל,“ האָב איך איר געזאָגט, און צו זיך אַליין געטראַכט: סאַראַ פּחדן! מיך האָט ער דאָס נישט געקענט זאָגן? געמוזט פֿריידלען צעברעבן דאָס האַרץ? אָבער איך האָב באַלד חרטה געהאַט מײַנע געדאַנקען ווײַל ס׳איז אלול, ס׳גייט צו ראָש־השנה און דער אייבערשטער פֿירט די וועלט. אַוודאי איז אַזוי באַשערט. דער אייבערשטער טרײַבט נישט קאַטאַוועס מיט מענטשן. וואָס איז דאָ דער נמשל? וואָס קען איך פֿון דער איבערלעבונג זיך אויסלערנען און שטאַרקער ווערן? און מיט וואָס קען איך יעצט פֿריידלען טרייסטן?

פֿריידלען האָב איך דערציילט די גאַנצע מעשׂה. בשעת זי האָט שטילערהייט געוויינט האָב איך איר געפּרוּווט טרייסטן אַז יעדער אומגליק איז אַ גליק אויב מע ווייסט עס ווי אָנצונעמען. בעסער זי זאָל אויסגעפֿינען זײַן כאַראַקטער פֿאַר דער חתונה ווי דערנאָך. „עס גייט צו אַ נײַ יאָר און ישועת השם כּהרף עין, די דערלייזונג קען קומען אין איין אויגנבליק, און אַלץ וועט נאָך זײַן גוט,‟ האָב איך געזאָגט.

נאָך די ימים־נוראָים זיץ איך בײַ מײַן זונס שבת־טיש אין ניו־יאָרק. עס זענען אויך דאָ אַנדערע געסט און ווי עס מאַכט זיך זיץ איך לעבן אַ שיינע פֿרוי און זי דערציילט מיר די מעשׂה: זי הייסט ביילע און זי האָט געזאָלט אין אַ חודש אַרום חתונה האָבן, און פּלוצלינג הייבט זי אָן וויינען. איך גיב איר אַ שטיקל זײַדפּאַפּיר און פֿרעג: „וואָס האָט פּאַסירט?‟ זאָגט זי מיר אַז איין טאָג נאָך דעם ווי איר חתן האָט איר געגעבן אַ פֿאַרקנס־פֿינגערל איז ער געשטאָרבן פֿון אַ האַרצאַטאַק. ער איז נאָר געווען זיבן און פֿופֿציק יאָר אַלט.

מײַן גאַנץ לײַב איז מיר געוואָרן קאַלט. איך האָב איר שטילערהייט געפֿרעגט צי דער חתן, זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, האָט געהייסן יצחק? זי האָט מיך אָנגעקוקט מיט גרויסע פֿײַכטע אויגן און געפֿרעגט: ”ווי ווייסט איר?“

כ׳האָב נאָר געענטפֿערט: ”איך האָב נישט געוווּסט אַז ער איז געשטאָרבן אָבער ער איז טאַקע געווען מײַנער אַ פֿרײַנד.“

ווען איך האָב פֿריידלען דערציילט אַז יצחק איז געשטאָרבן האָב איך איר געזאָגט ווי מזלדיק עס איז געווען וואָס זי האָט מיט אים נישט חתונה געהאַט ווײַל זי וואָלט נעבעך געוואָרן אַן אַלמנה צום צווייטן מאָל.

בקיצור, צו אַלע מײַנע לייענערס: זאָלט איר אַלע האָבן אַ גוט, געזונט, געבענטשט יאָר. גמר כתיבֿה וכתימה טובה!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version