Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מע לעבט אויף פֿאָלקס־ניגונים וואָס זענען שיִער נישט פֿאַרלוירן געגאַנגעןReviving Jewish folk melodies that were nearly lost 

דער מוזיק־פֿאָרשער זיסל סלעפּאָוויטש ברענגט צוריק לידער רעקאָרדירט אין הײַנטיקן בעלאַרוס און אוקראַיִנע אין די 1930ער יאָרן.

אָט איז דער צװײטער אין אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע אַלײן איז אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען דעם ערשטן אַרטיקל אין דער סעריע.

ערשט לעצטנס האָב איך אױסגעפֿונען אַז צװישן 1928 און 1938 האָט סאָפֿיאַ מגיד — אַ ייִדיש־סאָװעטישע מוזיקאָלאָגין, עטנאָגראַפֿין און מומחה פֿון פֿאָלקלאָר — געשאָנקען דער ייִדישער װעלט אַ פּרעכטיקע מתּנה.

מיטשלעפּנדיק אַ שװערע אויסשטאַטונג איז מגיד געפֿאָרן איבער אַ ראַיאָן אין הײַנטיקן בעלאַרוס און אוקראַיִנע (דעמאָלט טײלן פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד) כּדי צו רעקאָרדירן טראַדיציאָנעלע ייִדישע פֿאָלקסמוזיק — אַלטע ניגונים װאָס זײַנען דורות לאַנג געווען אַ טײל פֿונעם ייִדישן לעבן. אױף „װאַקס צילינדערס“ האָט זי אױפֿגעהיט מוזיק אױסגעשפּילט און געזונגען פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע מענער און פֿרױען אין די שטעטלעך.

סאָפֿיאַ מגיד שטייט לעבן אַ שאַנק מיט וואַקס־צילינדערס Courtesy of Pushkin House

די דאָזיקע רײַכע מוזיקאַלישע קולטור איז אָבער צעשטערט געװאָרן אינעם חורבן.

אַ דאַנק דעם מוזיקער און פֿאָרשער זיסל סלעפּאָװיטשן װײס איך איצט פֿון מגידס אַרבעט. סלעפּאָװיטש — װאָס איז געבױרן געװאָרן אין מינסק, בעלאַרוס — איז אַ חשובֿער עטנאָמוזיקאָלאָג, כּלי־⁠זמר (אױף קלאַרינעט, סאַקסאָפֿאָן, פֿלייט און פּיאַנע), זינגער, קאָמפּאָזיטאָר און לערער פֿון ייִדישער מוזיק־געשיכטע. שפּעט אין 2024 האָט ער פּובליקירט אַ באַנד נאָטן װאָס ער האָט טראַנסקריבירט פֿון מגידס רעקאָרדירונגען — „מוזיקאַלישע אוצרות פֿון סאָפֿיאַ מגידס ייִדישער זאַמלונג.“

מיט אַזאַ באַנד נאָטן קענען הײַנטיקע כּלי־⁠זמרים און כּלי־⁠זמר־⁠קאַפּעליעס געניסן פֿון, און פֿאַרשפּרײטן ייִדישע מעלאָדיעס װאָס זײַנען שיִער נישט פֿאַרלױרן געגאַנגען.

סלעפּאָװיטש קען די דאָזיקע מוזיק זינט 2002. דעמאָלט איז ער מיט זײַן מענטאָרשע און קאָלעגין, די מוזיקאָלאָגין נינאַ סטעפּאַנסקײַאַ ז״ל, צוגעקומען צו מגידס רעקאָרדירונגען אינעם אַרכיװ פֿון „פּושקין־הױז“ אין פּעטערבורג.

„דאָס ׳פּושקין־הױז׳ פֿאַרמאָגט אַ ריזיקע זאַמלונג היסטאָרישע רעקאָרדירונגען פֿון כּלערלײ מינים מוזיק און שפּראַך,“ האָט ער דערקלערט. „ס׳איז נישט גרינג אָנצוקומען צו זײ. אָבער דער דירעקטאָר, יורי מאַרטשענקאָ, וואָס איז געװען אַן אַלומנוס פֿון דער ספּעציעלער מוזיק־שול אין מינסק, פּונקט װי סטעפּאַנסקײַאַ און איך, האָט אונדז געהאָלפֿן.“

זײ האָבן זיך אָבער נישט געדאַרפֿט צוהערן צו די אַלטע װאַקס־צילינדערס, װאָס וואָלט געפֿאָדערט אַ קאָמפּליצירטע אויסשטאַטונג. אין די 1970ער יאָרן האָט דער אַרכיװ אַריבערגעפֿירט די רעקאָרדירונגען אױף טאַשמעס, און אין 1999 זײַנען זײ דיגיטאַליזירט געװאָרן.

זינט דעמאָלט אַרבעט סלעפּאָװיטש אױפֿן דעשיפֿרירן און טראַנסקריבירן די מעלאָדיעס. װי מען קען הערן דאָ, איז שווער אָפּצושאַצן די לידער צוליב דער שוואַכער קוואַליטעט פֿון די אַלטע רעקאָרדירונגען.

„איך ניץ קלאַנגפֿילטערס אױפֿן קאָמפּיוטער, אָבער מײַן עיקר־מכשיר איז די אײגענע אױערן,“ האָט ער געזאָגט. „אַלץ גײט אין געדולד. איך הער זיך צו צו יעדן שטיק מוזיק צענדליקער מאָל. מיט דער צײַט האָב איך אַנטװיקלט אופֿנים טראַכטן און הערן, װאָס העלפֿן מיר בײַצוקומען די שװעריקײטן.“

אַ טייל פֿון די לידער אין סאָפֿיאַ מגידס ייִדישער זאַמלונג Photo by D. Zisl Slepovitch

און די דאָזיקע האָרעװאַניע האָט זיך געלוינט. שױן עטלעכע יאָרן שפּילט סלעפּאָװיטשס כּלי־⁠זמר־⁠קאַפּעליע, ליטװאַקוס, די מוזיק פֿון מגידס רעקאָרדירונגען. װי דער נאָמען װײַזט אָן, גיט זיך די גרופּע אָפּ מיט ליטװישער מוזיק — דאָס הײסט פֿון הײַנטיקן בעלאַרוס, ליטע, לעטלאַנד, און טײלן פֿון פּױלן, רוסלאַנד און אוקראַיִנע. מגיד האָט געאַרבעט פּונקט אין יענעם ראַיאָן, זײַנען די ניגונים פֿון אירע רעקאָרדירונגען געװאָרן אַ װיכטיקער טײל פֿון דער קאַפּעליעס רעפּערטואַר.

אין 2007 האָט סלעפּאָװיטש געהאַט אַ געלעגנהײט צו שפּילן מוזיק פֿון מגידס זאַמלונג אינעם פֿילם „צו להכעיס,“ באַזירט אױף אַ בוך װעגן די ביעלסקי פּאַרטיזאַנער בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה. סלעפּאָװיטש האָט אַראַנזשירט און אױסגעשפּילט מוזיק מיט דער קאַפּעליע אין אַ מערקװירדיקער סצענע װאָס פֿלעכט צונױף אַ ייִדישע חתונה אין די װעלדער מיט די פּאַרטיזאַנער װאָס אַטאַקירן אַ גרופּע נאַציס.

דעם ערשטן באַנד נאָטן װאָס סלעפּאָװיטש האָט לעצטנס פּובליקירט באַשטײט פֿון 40 אינסטרומענטאַלע מעלאָדיעס. אינעם קומעדיקן באַנד (אָדער בענד) װעט ער אַרײַננעמען די איבעריקע כּלי־זמר שטיקלעך צוזאַמען מיט די חסידישע ניגונים און רעליגיעזע געזאַנגען. די לעצטע זײַנען געװען אומלעגאַל אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, זײַנען מגידס רעקאָרדירונגען פֿון זײ טאַקע טײַער.

נאָכן חורבן האָט מגיד געפּרוּװט געפֿינען כּלי־⁠זמרים און פֿאָלקזינגערס אינעם זעלביקן ראַיאָן כּדי צו מאַכן צוגאָב־רעקאָדירונגען. צום באַדוירן האָט זי דאָרט נישט געפֿונען קײן ייִדן.

„אַלע זײַנען דערהרגעט אָדער פֿאַרװאָגלט געװאָרן. קײנער איז נישט געבליבן,“ האָט סלעפּאָװיטש געזאָגט. איצט קענען כּלי־⁠זמרים ניצן די אַרױסגעגעבענע נאָטן כּדי אױפֿצולעבן זײער מוזיק.

„אפֿשר איז טאַקע באַשערט, וואָס מיר האָבן געשפּילט די דאָזיקע מוזיק דווקא אין אַ פֿילם וואָס הייסט ׳צו להכעיס׳.“

דאָ געפֿינט זיך אַן אינטערװיו מיט סלעפּאָװיטשן װעגן זײַן פּראָיעקט.

דאָ קען מען קױפֿן „מוזיקאַלישע אוצרות פֿון סאָפֿיאַ מגידס ייִדישער זאַמלונג“.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.