Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װי די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ האָט נאָכגעשפּירט די ייִדישע ליטעראַטןHow the Soviet secret police kept surveillance on Yiddish writers

נײַע אַרכיװאַלע דאָקומענטן אַנטפּלעקן אַ ים מיט מסירות, װאָס אײניקע ייִדישע ליטעראַטן האָבן געשריבן אױף זײערע קאָלעגעס.

ס׳איז גוט באַקאַנט, אַז דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז געװען אַ טאָטאַליטאַרישע מלוכה, װאָס האָט קאָנטראָלירט דאָס לעבן פֿון אירע בירגער. די קולטורעלע טעטיקײט איז געװען ספּעציעל װיכטיק פֿאַר דער סאָװעטישער מאַכט, װײַל קולטור איז געװען אַ טײל פֿון דער קאָמוניסטישער אידעאָלאָגיע. די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ, די ען־קאַ־װע־דע (פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט פֿאַר אינערלעכע ענינים) און שפּעטער די קאַ־גע־בע (קאָמיטעט פֿאַר מלוכישער זיכערקײט), האָט פֿאַרמאָגט אַ נעצװערק פֿון אַגענטן, װאָס האָבן נאָכגעשפּירט ליטעראַטן און כּלל־טוער. די ייִדישע קולטור איז ניט געװען קײן אױסנאַם.

 אַ נײַ בוך „דאָס האַלטן אַן אויג אויף דער ייִדישער ליטעראַטור: דער פֿאַל פֿון דער סאָװעטישער אוקראַיִנע“, אַנטפּלעקט די מעכאַניק פֿון דער דאָזיקער אַקטיװיטעט. דער װיכטיקסטער מקור, ווי עס שרײַבט דער מחבר גענאַדי עסטרײַך, דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָר בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, זײַנען די דאָקומענטן, װאָס האָבן זיך אָפּגעהיט אינעם אַרכיװ פֿון דער אוקראַיִנער זיכערקײט־דיסנט. צװישן זײ געפֿינען זיך טױזנטער מסירות, װאָס אַגענטן האָבן צוגעשטעלט אָפֿיצירן פֿון דעם קיִעװער אָפּטײל פֿון ען־קאַ־װע־דע אין די 1930ער און 1940ער יאָרן. די דאָזיקע דאָקומענטן אַנטהאַלטן אַ היפּשע צאָל אינטערעסאַנטע פּרטים װעגן דעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון ייִדישע ליטעראַטן אין קיִעװ, װעגן זײערע שטימונגען און שמועסן, װאָס זײ האָבן געפֿירט צװישן זיך. אַװדאי זײַנען די דאָזיקע ידיעות ניט קײן פֿאַרלאָזלעכע, אָבער זײ לאָזן אונדז שפּירן די אומהײמלעכע אַטמאָספֿער פֿון יענער תּקופֿה.

אװדאי האָט די ענ־קאַ־װע־דע געהאַלטן די דאָזיקע אַקטיװיטעט בסוד. יעדער אַגענט האָט באַקומען אַ צונאָמען פֿאַר אונטערשרײַבן זײַנע מסירות. די באַריכטן האָט מען געלײענט און צונױפֿגעזאַמלט אין ספּעציעלע טעקעס. עס האָט געקאָנט דױערן יאָרן לאַנג ביז מען האָט באַשלאָסן צו נוצן זיי װי באַשולדיקונג־מאַטעריאַלן פֿאַרן געריכט. דער סאַמע באַקאַנטער פֿאַל אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז געװען דער משפּט איבער די מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין 1952, װען 13 מענטשן, צװישן זײ פֿינף פֿון די גרעסטע סאָװעטישע ייִדישע ליטעראַטן, זײַנען פֿאַרמישפּט געװאָרן צום טױט. די מאַטעריאַלן, װאָס מען האָט גענוצט פֿאַרן דאָזיקן משפּט, האָט מען אָנגעהױבן זאַמלען מיט יאָרן פֿריער.

װער זײַנען געװען די דאָזיקע אַגענטן? דאָס רובֿ זײַנען זײ געװען ייִדישע ליטעראַטן, אָבער ניט אַלע אמתע נעמען לאָזן זיך דערקענען הינטער די צונעמענישן. בלױז אין אײניקע פֿאַלן קען מען זײ אידענטיפֿיצירן אױפֿן סמך פֿון פּרטים, װאָס דער אַגענט האָט איבערגעלאָזט אין זײנע באַריכטן. עסטרײַך דערצײלט װעגן פֿינף קיִעװער ליטעראַטן. פֿיר פֿון זײ, אַבֿרהם אַבטשוק, חיים גילדין, איציק קיפּניס און ריװע באַליאַסנע, האָט די ען־קאַ־װע־דע נאָכגעשפּירט. אײנער, דער דיכטער הירש בלאָשטײן, איז אַלײן געװען אַן אַקטיװער אַגענט, װאָס האָט צוגעשטעלט אַ היפּשע צאָל מסירות אױף זײַנע קאָלעגעס. אַבטשוק איז אַרעסטירט געווואָרן און צעשאָסן אין 1937; גילדין האָט מען אַרעסטירט אין 1940 און ער איז געשטאָרבן אין תּפֿיסה־לאַגער אין 1943; קיפּניס האָט מען אַרעסטירט אין 1949 און באַפֿרײַט אין 1955; באַליאַסנע האָט מען אַרעסטירט אין 1952 און באַפֿרײַט אין 1955. בלויז בלאָשטײן האָט אױסגעמיטן אַרעסט.

יעדער אײנער פֿון די קרבנות פֿון די סאָװעטישע רדיפֿות האָט געהאַט אײגענע „חטאים“, װאָס האָבן גורם געװען זײַן אַרעסט. אַבטשוק איז געװען אַ געטרײַער קאָמוניסט און דער מחבר פֿונעם עכט־פּראָלעטאַרישן ראָמאַן „הערשל שאַמאַי“ (1929). אין 1922 האָט ער „געשװאַרצט“ די פּױליש־סאָװעטישע גרענעץ כּדי צו בױען דאָס נײַע לעבן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. ער האָט זיך באַזעצט אין קיִעװ, װוּ ער איז פֿאַרטאָן געװאָרן אין דער ליטעראַרישער אַרבעט. אָבער די סיבה פֿאַר זײַן אַרעסט האָט גאָר ניט צו טאָן מיט זײַן שאַפֿונג אָדער זײַן אידעאָלאָגיע, אָדער מיט זײַן האָבן געווען אַ ייִד. אַזױ װי צענדליקער טױזנטער מענטשן פֿונעם פּױלישן אָפּשטאַם, איז ער באַשולדקיט געװאָרן אין זײַן אַ פּױלישער שפּיאָן און פֿאַרמשפּט געוואָרן צום טױט.

אַזױ װי אַבטשוק, איז דער דיכטער בלאָשטײן, דער געטרײַער אַגענט פֿון ען־קאַ־װע־דע מיטן צונאָמען „קאַנט“, אױך געװען אַן עמיגראַנט. אַ געבוירענער אין דער ליטע, האָט ער אימיגרירט קײן אַרגענטינע, אָבער אין 1931 האָט מען אים אַרױסגעשיקט פֿון דאָרטן צוליב זײַנע קאָמוניסטישע אַקטיװיטעטן, און ער האָט זיך באַזעצט אין דער סאָװעטישער אוקראַיִנע. בלאָשטײן איז געװען אַ מיטגליד פֿונעם סאָװעטישן שרײַבער־פֿאַרבאַנד, אָבער מען האָט אים געהאַלטן פֿאַר אַ צווייט־ראַנגיקן דיכטער. מעג זײַן, האַלט עסטרײַך, אַז דער פֿאַרדראָס אױף זײַנע מער הצלחהדיקע קאָלעגעס איז געװען אַ מאָטיװ צו װערן אַ מוסר. אַן אַנדערערער מאָטיװ איז געװען זײַן פּחד פֿאַר אַרעסט. װי אַן עמיגראַנט איז ער געװען ספּעציעל גענײגט צו אַ באַשולדיונג אין שפּיאָנאַזש.

 בלאָשטײן האָט צוגעשטעלט הונדערטער פּרטימדיקע באַריכטן װעגן קיִעװער ייִדישע ליטעראַטן, אַזעלכע װי נוח לוריע, דוד װאָלקענשטײן, ליפּע רעזניק, איציק קיפּניס און אַנדערע. ער האָט זײ באַשולדיקט אין די פֿאַרשײדענע אידעאָלאָגישע חטאים: טראָצקיזם, נאַציאָנאַליזם און בונדיזם. עס איז ניט קלאָר, װי װײַט  זײַנע מסירות האָבן טאַקע אָפּגעשפּיגלט די אמתדיקע שמועסן, װאָס ער האָט אונטערגעהערט, אָבער געװיסע פּרטים זײַנען גאַנץ גלױבװערטיק.

למשל, אין 1939 האָט „קאַנט“־בלאָשטײן מיטגעטײלט, אַז דער שרײַבער דער נסתּר איז געװען ניט צופֿרידן מיט דעם, װאָס מען האָט בהדרגה פֿאַרמאַכט ייִדישע שולן אין אוקראַיִנע. דער נסתּר האָט כּלומרשט געהאַט געזאָגט, אַז ער האָט דאָס פֿאָרױסגעזאָגט שױן פֿריִער, אָבער „ער האָט ניט געקאָנט פֿאָרױסזען, אַז עס װעט נעמען קנאַפּע צװאַנציק יאָר צו באַרױבן אַ גאַנץ פֿאָלק פֿון זײַן שפּראַך און קולטור.“ עס איז מערקװירדיק, װאָס דער נסתּר האָט געהאַלטן פֿאַר שולדיקע די מאָסקװער ייִדישע ליטעראַטן, װאָס האָבן מורא געהאַט אָנצונעמען די קריװדע פֿון דער ייִדישער קולטור.

אױפֿן סמך פֿון מסירות האָט די ען־קאַ־װע־דע אױסגעטראַכט אַ גאַנץ נעצװערק פֿון אונטערערדישע אַנטיסאָװעטישע אָרגאַניזאַציעס צװישן די ייִדישע ליטעראַטן. דערבײַ, באַטאָנט עסטרײַך, האָט דער אַנטיסעמיטיזם ניט געהאַט קײן ראָלע אין די רדיפֿות פֿון די 1930ער יאָרן. אין אַ געװיסן זינען זײַנען דעמאָלט דװקא די ייִדישע ליטעראַטן געװען אין אַ זיכערער לאַגע אײדער די אוקראַיִנער, װאָס האָבן שטאַרק געליטן פֿון די רדיפֿות. אַרום די יאָרן 1930־1931 האָט מען אַרעסטירט און שפּעטער צעשאָסן די סאַמע סמעטענע פֿון דער אוקראַיִנער מאָדערניסטישער קולטור. דעמאָלט האָט סטאַלין באַטראַכט דאָס אױפֿלעבן פֿון דער אוקראַיִנער קולטור װי אַ סכּנה פֿאַר זײַן מאַכט, בעת די ייִדן זײַנען ניט געװען פּאָליטיש מעכטיק אין זײַנע אױגן.

עסטרײַכס בוך אַנטפּלעקט געהײמע זײַטן אין דער געשיכטע פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור. אַ דאַנק עסטרײַכס גרונטיקער פֿאָרשונג קריגט מען אַ קלאָר בילד פֿונעם מצבֿ הינטער די קוליסן פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור. מסירות, נאָכשפּירונגען און רדיפֿות זײַנען געװען אַ באַשטאַנדטײל פֿונעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון אַלע סאָװעטישע בירגער אונטער סטאַלינס רעזשים. אין דעם זינען איז דאָס לעבן פֿון די ייִדישע ליטעראַטן ניט געװען אַזוי אַנדערש פֿון אַנדערע מענטשן. אָבער סטאַלינס באַציִונג לגבי די ייִדן האָט זיך געביטן נאָך דער מלחמה, װען די סאָװעטישע ייִדן, און צװישן זײ — אַ צאָל ייִדישע שרײַבער און כּלל־טוער, זײַנען שטאַרק נתפּעל געװאָרן איבער דעם אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל. דעמאָלט זײַנען דער סאָוועטישער רעגירונג צו נוץ געקומען יענע מסירות, װאָס מען האָט געהאַלטן אין אָנזאַמלען במשך פֿון די יאָרן.

צום באַדױערן, בלײַבט די דאָזיקע געשיכטע עד־היום קוראַנט. די הײַנטיקע רוסישע מאַכט באַנוצט די אַלטע סטאַליניסטישע מעטאָדן כּדי צו דערשטיקן װאָסער ניט איז פּראָטעסט קעגן דער מלחמה אין אוקראַיִנע. מסירות זײַנען װידער געװאָרן אַ פּאָפּולערער „זשאַנער“ אין רוסלאַנד. די מאָדערנע דיגיטאַלע טעכנאָלאָגיעס דערמעגלעכן דעם „עפֿ־עס־בע“, די פֿעדעראַלע זיכערקײט־דינסט און אין תּוך דעם יורש פֿון דער ען־קאַ־װע־דע און קאַ־גע־בע, צו זײַן אַ סך עפֿעקטיװער בײַם האַלטן אַן אױג איבער דער באַפֿעלעקרונג. אַזױ אַרום בלײַבט די טעמע פֿון נאָכשפּירונגען גאַנץ צײַטיק.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.