Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ פֿריִערדיקער גילגול פֿון בינעם העלערס באַרימט ליד „מײַן שוועסטער חיה“A previous version of Binem Heller’s iconic poem, ‘My Sister Khaye’

דעם ערשטן נוסח האָט ער געשריבן אין 1934 אונטער אַ פּסעוודאָנים, צוליב פּאָליטישע סיבות.

אין זײַן ליד „קערנדלעך ווייץ“, וואָס אַבֿרהם סוצקעווער האָט געשריבן אין ווילנער געטאָ אין מערץ 1943, שרײַבט ער וועגן די באַרימטע „פּאַפּירענע בריגאַדע“ — אַ גרופּע אינטעלעקטואַלן אין געטאָ וואָס האָבן באַהאַלטן כּתבֿ-ידן און ביכער פֿון די דײַטשן. די באַהאַלטענע כּתבֿים זײַנען, אין די ווערטער פֿון סוצקעווערן, ווי אַלטע קערנדלעך ווייץ, וואָס וועלן זיך צעבליִען אַפֿילו נאָך טויזנטער יאָרן:

אפֿשר אױך װעלן די װערטער
דערװאַרטן זיך װען אױף דעם ליכט —
װעלן אין שעה אין באַשערטער
צעבליִען זיך אױך אומגעריכט?

אַזאַ געפֿיל האָב איך לגבי די גײַסטיקע אוצרות וואָס זײַנען פֿאַרבאָרגן אין די אַלטע ייִדישע צײַטונגען. איצט, ווען אַ סך פֿון זיי זײַנען שוין סקאַנירט און געפֿינען זיך אויף דער וועבזײַט „עיתונות יהודית היסטורית“ (Historical Jewish Press) פֿון דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין ירושלים, קאָנען מיר געפֿינען יענע אַלטע קערנדלעך ווייץ — ד״ה די אַלטע ווערטער אין די צײַטונגען — און זען ווי זיי צעבליִען זיך פֿון דאָס נײַ.

אָט למשל האָב איך לעצטנס געהאַט אַ טשיקאַווע אַנטדעקונג, לייענענדיק די צײַטונג „דער פֿרײַנד“. די צײַטונג איז דערשינען אין וואַרשע במשך פֿון אַ קורצער צײַט, צווישן אַפּריל 1934 און מערץ 1935. עס איז געווען דער אָרגאַן פֿון די ייִדישע קאָמוניסטן, אין אַ צײַט ווען די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אין פּוילן איז געווען אומלעגאַל. „דער פֿרײַנד“ איז אָבער געווען גאָר אַ וויכטיקע צײַטשריפֿט, און אַ סך אינטערעסאַנטע שרײַבערס האָבן דאָרטן געשריבן, צווישן זיי — אַלטער קאַצזינע און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי.

אין דער ליטעראַרירישער בײַלאַגע פֿונעם 1טן יוני 1934 האָב איך געפֿונען אַ ליד פֿון ב. העלין. ווער איז אָט דער העלין? האָב איך אַ טראַכט געטאָן, און אָנגעהויבן לייענען דאָס ליד:

מאַכט זיך אַמאָל — אין אַ שעה אַ פֿאַרנאַכטיקער,
אַ פֿאַרלאָשענער זיץ איך אין אייגענעם שאָטן.

און שטיל איז אַרום מיר, נאָר מײַן דמיון איז וואַכעדיק,
דערמאָנט מיך געשטאַלטן, פֿון עבֿר פֿאַרבלאַטע.

דערמאָנט מיך אין סמאָטשע, דער גאַס פֿון געבוירן —
פֿאַרלוירענע יאָרן אויף הילצערנע טרעפּ;
מײַן שוועסטערל חיה, דעם קאָפּ נישט געשוירן,
מײַן שוועסטערל חיה מיט די טונקעלע צעפּ. 

איך הער אין דער שטילקייט, ווי ס’לויפֿן פֿאַרבײַ מיר
גרינגע צעשאָטענע, קינדערישע טריט.
און ס’ווײַזט זיך גאָר אויס מיר, אַז כ’לויף איצט אַליין אום
מיט קינדישע פֿיסלעך אין שטילן געמיט.

שוין אין דער צווייטער סטראָפֿע האָב איך באַקומען אַן ענטפֿער, און איך מיין אַז אַ סך פֿון די לייענערס וועלן עס אויך טרעפֿן: ב. העלין איז נישט קיין אַנדערער ווי דער גרויסער פּאָעט בינעם העלער, און דאָס ליד איז אַ פֿריִערדיקער גלגול פֿון זײַן באַרימטן ליד „מײַן שוועסטער חיה“, וואָס העלער האָט געשריבן כּמעט מיט פֿופֿציק יאָר שפּעטער. נישט נאָר די טעמע פֿון דער צווייטער סטראָפֿע איז די זעלבע, נאָר אויך די גראַמען — צעפּ / טרעפּ — און אַנדערע מאָטיוון:

מײַן שװעסטער חיה מיט די גרינע אױגן,
מײַן שװעסטער חיה מיט די שװאַרצע צעפּ.
די שװעסטער חיה, װאָס האָט מיך דערצױגן,
אױף סמאָטשע-גאַס, אין הױז מיט קרומע טרעפּ. […]

אָבער פֿאַר וואָס העלין און נישט העלער? אין די דרײַסיקער יאָרן איז דער נאָמען „בינעם העלער“ שוין געווען באַקאַנט אין די ייִדישע לינקע קרײַזן. אָט למשל, אין דער קאָמוניסטישער צײַטשריפֿט „ליטעראַרישע טריבונע“, וואָס איז דערשינען אין לאָדזש עטלעכע יאָר פֿריִער, האָט מען דעם 1טן סעפּטעמבער 1931 פּובליקירט אַ ליד פֿונעם 22-יעריקן בינעם  העלער. די רעדאַקציע האָט צוגעגעבן אַ באַמערקונג, אַז דער פּאָעט האָט זיך „איבערגעריסן מיט דער בונדישער פּרעסע, און צוגעטראָטן צו דער ׳ליטעראַרישע טריבונע׳. די לידער, וואָס מיר דרוקן דאָ, זײַנען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר דעם איבערגאַנג… צום פּראָלעטאַרישן לאַגער“.

דערפֿאַר גלויב איך אַז בינעם העלער אַליין האָט פֿאַרביטן די יוצרות און געוואָלט מע זאָל שרײַבן „העלין“ אַנשטאָט „העלער“. לויט מײַן סבֿרא האָט ער אויסגעקליבן דעם נאָמען „העלין“ ווײַל אין 1934 איז די קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פּוילן געוואָרן אומלעגאַל. דער פּוילישער מאַכט האָט פֿאַרפֿאָלגט די קאָמוניסטן, און די ייִדישע קאָמוניסטן בתּוכם. העלער האָט מסתּמא מורא געהאַט צו פּובליקירן אין אַ “רויטע” צײַטונג, און צוגעטראַכט אַ פּסעוודאָנים (שפּעטער איז ער טאַקע אַנטלאָפֿן פֿון פּוילן און  עטלעכע יאָר געבליבן אין בעלגיע און פֿראַנקרײַך).

סײַ ווי סײַ זעען מיר אַז „מײַן שוועסטער חיה“, וואָס איז אין די לעצטע יאָרן  געוואָרן איינס פֿון די באַקאַנסטע לידער וועגן חורבן, איז לכתּחילה געשריבן געוואָרן ווי אַ נאָסטאַלגיש ליד. העלער, דער יונגער קאָמוניסט, זעט זײַן עבֿר אין דער חסידישער היים ווי אין אַ פֿינצטערניש, אָבער פֿון דעסט וועגן איז דאָס אַ זיסער זכּרון. עס איז קלאָר אַז אויך דעמאָלט, אין 1934, איז די שוועסטער חיה געווען פֿאַר בינעם אַ וויכטיקע פֿיגור, ווײַל ווי די עלטסטע שוועסטער האָט זי דערצויגן די ברידער ווען „די מאַמע איז אַװעק פֿון שטוב באַגינען, / װען אױפֿן הימל האָט ערשט קױם געהעלט“.

וואָס איז געשען נאָך דעם מיט חיהן? עטלעכע פּרטים וועגן איר האָב איך זיך דערוווּסט פֿון בינעם העלערס אַרכיוו (וועגן דעם האָב איך געשריבן אין פֿאָרווערטס אין 2019). צווישן די אַלע מאַנוסקריפּטן האָב איך אַנטדעקט אַן אומבאַקאַנטן כּתבֿ-יד אונטערן טיטל „טאָגבוך אויף צוריק“, וואָס העלער האָט אָנגעשריבן אין יאָר 1984 ווי אַן אויטאָביאָגראַפֿיע (עס וואַרט נאָך אַלץ צו דערשינען; די איבערזעצונג אויף עבֿרית קאָן מען לייענען אין „פרויקט בן יהודה“). אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע דערציילט העלער אַז חיה, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1902, האָט חתונה געהאַט און געהאַט אַ טאָכטער: מאַשעלע. חיה, איר מאַן שעיה און מאַשעלע זײַנען געווען אין וואַרשעווער געטאָ און אומגעקומען, מסתּמא אין טרעבלינקע. איך זאָג „מסתּמא“ ווײַל אין וואַרשעווער געטאָ האָט מען נישט דאָקומנעטירט די פֿאַרשטאָרבענע און די דעפּאָרטירטע.

בינעם העלער האָט אַליין נישט געוווּסט קיין סך פּרטים וועגן חיהס גורל, אָבער ער האָט געזאָגט אַז ער האָט אויפֿן גאַנצן לעבן איר תּמיד געהאַט אין זינען, ווי אויך די שורות וואָס ער האָט געשריבן וועגן איר אין יאָר 1934. „אין אַ שעה אַ פֿאַרנאַכטיקער“ איז נישט געדרוקט געוואָרן אין קיינעם פֿון זײַנע ביכער, אָבער עס איז געווען ווי אַ קערנדל ווייץ וואָס האָט זיך צעבליט נאָך צענדליקער יאָרן. העלער האָט געקענט די ווערט פֿון „מײַן שוועסטער חיה“, און אין זײַן אויטאָביאָגראַפֿיע שרײַבט ער: „איך אַליין האַלט דאָס אויך פֿאַרן שטאַרקסטן ליד אין דעם בוך“. אין 1984 האָט בינעם העלער פּובליקירט דאָס ליד „מײַן שוועסטער חיה“ אינעם בוך „זיי וועלן אויפֿשטיין“. אַ פּאָר יאָר שפּעטער האָט חוה אַלבערשטיין געשריבן אַ הערלעכע מעלאָדיע צום טעקסט, און עס רעקאָרדירט צוזאַמען מיט די „קלעזמאַטיקס“.

„דאָס ליד איז געבליבן“ — אַזוי הייסט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון די ייִדישע דיכטערס וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן, און אין דעם פֿאַל איז דאָס טאַקע דער עיקר. „מײַן שוועסטער חיה“ איז געבליבן און האָט אויפֿגעלעבט פֿון ס׳נײַ. דאָס ליד האָט מיך מאָטיווירט צו פֿאָרשן די גאַס פֿון חיה העלער — סמאָטשע גאַס אין וואַרשע, און שרײַבן אַ בוך וועגן איר און וועגן די אַנדערע „חיהס“, די אַנאָנימע אײַנוויינערס פֿון יענער גאַס. און עס ווײַזט זיך אַרויס אַז איך בין נישט דער איינציקער וועמען דאָס ליד האָט אים באַרירט. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט מיר אַ חבֿרטע אַן איבערזעצערין דערציילט, בשעת מיר זײַנען ביידע אַרויסגעגאַנגען פֿון בית שלום עליכם אין תּל-אָבֿיבֿ, אַז „מײַן שוועסטער חיה“ האָט געמאַכט אויף איר אַזאַ אײַנדרוק, אַז טאַקע דערפֿאַר האָט זי אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.