אַ זום־שמועס אויף ייִדיש מיט איציק האָרן, טאַטע פֿון צוויי ערבֿניקעס אין עזהOnline chat in Yiddish with Itsik Horn, father of two hostages in Gaza
איתן און יאיר האָרן זענען פֿאַרכאַפּט געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער פֿון קיבוץ ניר עוז
שוין מער ווי אַ יאָר וואָס דער אַרגענטינע־געבוירענער ישׂראלי איציק האָרן מאָנט אַז מע זאָל אומקערן זײַנע צװיי זין, איתן און יאיר, פֿון עזה. די ברידער זענען דורך כאַמאַס פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון קיבוץ ניר עוז דעם 7טן אָקטאָבער 2023.
זינט דעמאָלט האָט האָרן זיך באַטייליקט אין כּלערליי אונטערנעמונגען און מאַניפֿעסטאַציעס, אויסדריקנדיק דעם גרויסן װייטיק, װאָס ער און אַנדערע קרובֿים פֿון די געפֿאַנגענע לעבן דורך. מיט אַ יאָר צוריק האָט דער פֿאָרווערטס אַרויסגעלאָזט אַ ווידעאָ, וווּ די ישׂראל־קאָרעספּאָנדענטקע עטל ניבאָרסקי אינטערוויויִרט דעם טאַטן אויף ייִדיש.
זונטיק, דעם 12טן יאַנואַר, װעט בית לייװיק דורכפֿירן אַ זום־אונטערנעמונג: „לאָמיר כאַפּן אַ שמועס אויף מאַמע־לשון מיט איציק האָרן,“ װוּ דער פֿאָרזיצער פֿון בית לייװיק, דנאיל גלאי, װעט אינטערװיויִרן האָרנען אויף ייִדיש.
יעדע וואָך פֿירט גלאַי אָן מיט אַזוינע זום־שמועסן כּדי צו געבן דעם עולם אַ געלעגנהייט צו רעדן אויף ייִדיש און זיך באַקענען מיט מענטשן פֿון איבער דער װעלט. וואָס שייך דער סעסיע מיט איציק האָרן האָט גלאי געזאָגט אַז „דאָס ברענגען אַ חשובֿן גאַסט און באַהאַנדלען אַן עקסטרעם װייטיקדיקע טעמע דערנענטערט און פֿאַרשטאַרקט אונדז.“
די אונטערנעמונג קומט פֿאָר 11:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט, 6:00 אַ זייגער אין אָוונט ישׂראלדיקע צײַט. כּדי זיך צו באַטייליקן פֿאַרשרײַבט זיך דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO