באָריס סאַנדלער און דניאל גלאַי באַקומען דעם רובינליכט־פּריזBoris Sandler and Daniel Galay receive the Rubinlicht Prize
דער רובינליכט־פּריז טיילט מען אויס פֿאַר ליטעראַרישער און קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש און לטובֿת ייִדיש.
דעם 26סטן דעצעמבער וועט מען אינעם תּל־אָבֿיבֿער ייִדיש־צענטער „לייוויק־הויז‟ אויסטיילן דעם יערלעכן פּריז אויפֿן נאָמען פֿון לייב רובינליכט צו צוויי לאַורעאַטן, דעם ייִדישן שרײַבער און געוועזענעם פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און דעם קאָמפּאָזיטאָר און קולטור־טוער דניאל גלאַי.
דער רובינליכט־פּריז טיילט מען אויס יעדעס יאָר פֿאַר ליטעראַרישער און קולטורעלער טעטיקייט אויף ייִדיש און לטובֿת ייִדיש.
באָריס סאַנדלער איז געבוירן געוואָרן אין בעלץ אין 1950. זײַן ערשטע קאַריערע איז געווען ווי אַ פֿידלער בײַ דער מאָלדאַווישער מלוכישער פֿילהאַרמאָניע. מיט דער צײַט איז ער אָבער געוואָרן אַן אָנגעזעענער ייִדישער שרײַבער און אַרויסגעגעבן אַ צאָל ביכער, צווישן זיי „טרעפּלעך אַרויף צו אַ נס“ און „ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן“. ער האָט שוין געוווּנען אַ צאָל חשובֿע פּרעמיעס, אַרײַנגערעכנט דעם דוד האָפֿשטיין־פּריז אין ישׂראל און די י. י. סעגאַל פּרעמיע פֿון דער ייִדישער ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל.
במשך פֿון די יאָרן האָט סאַנדלער אויך פּראָדוצירט אַ שלל מיט ייִדישע ווידעאָס, אַרײַנגערעכנט די ייִדישע שרײַבער מאָנאָלאָגן; „טאָג בײַ טאָג“ און „ראש־חודש מיט ר׳ ליפּא“. הײַנט רעדאַקטירט ער דעם דיגיטאַלישן זשורנאַל „בראַנזשע“.
דניאל גלאי איז געבוירן געוואָרן אין אַרגענטינע אין 1945 און האָט עולה געווען קיין ישׂראל אין 1965. ער איז אַ שרײַבער, דראַמאַטורג און קאָמפּּאָזיטאָר וואָס האָט בולט פֿאַרשטאַרקט די פּאָזיציע פֿון ייִדיש אין ישׂראל דורך זײַנע מוזיקאַלישע און דראַמאַטישע ווערק, ווי אויך דורך זײַן אַרבעט ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם לייוויק-הויז.
במשך פֿון די יאָרן האָט גלאַי געשאַפֿן מוזיק צו לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, פּרץ מאַרקיש, אורי צבֿי גרינבערג, צבֿי כּנר און אַנדערע. אין 1965 האָט ער געוווּנען דעם פּריז אויפֿן נאָמען פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי פֿונעם ייִדישן וועלטקאָנגרעס, און אין 2020 — דעם פּריז פֿאַר ייִדישער מוזיק פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור. ער איז אויך אַ לערער פֿון ייִדיש און פֿון דער ייִדישער אינטאָנאַציע.
דאָנערשטיק, דעם 26סטן דעצעמבער, וועט מען אויסטיילן די פּרעמיעס אויף אַ פֿײַערונג אין לייוויק־הויז וואָס וועט אויך טראַנסמיטירט ווערן ווירטועל: 16:00 ישׂראלדיקע צײַט, 9:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט. אינעם קינסטלערישן טייל וועט מען הערן דעם אַנסאַמבל „כינור דוד“.
כּדי זיך צו באַטייליקן אין דער אונטערנעמונג דאַרף מען זיך פֿאַרשרײַבן אין פֿאָרויס. גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO