Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ראָמאַן וועגן דער געזעלשאַפֿטס גלײַכגילט צו די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטורA novel about society’s indifference to the riches of Yiddish culture

ש. אַנ־סקיס „דער דיבוק“ דינט װי אַ סגולה אין בען גאָנשאָרס ראָמאַן

איזי, דער העלד פֿון בען גאָנשאָרס ראָמאַן „דאָס בוך פֿון איזי“, איז נעבעך אַ נערװעזער שלימזל. אַלץ װאָס ער טוט גײט קאַפּױער. ער פֿאַרלירט זײַן שטיקל פּרנסה בײַ דעם רײַכן פֿעטער זײַנעם; זײַן קאָכאַנקע פֿאַרלאָזט אים, און קײן פֿאַרלאַג װיל ניט אַרױסגעבן זײַן בוך, אונטערן תּירוץ, אַז עס איז „צו האָלאָקאָסטי“ (צו „חורבנדיק“).

איזי האַלט זיך פֿאַרן לעצטן שומר פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה אין אַ װעלט, װאָס װיל גאָר ניט װיסן דערפֿון. דאָס שאַפֿט אים ביטערן עגמת־נפֿש. ער דערקלערט זײַן פּראָבלעם צו זײַנעם אַ חבֿר: „די מעשׂה איז טױט. די ירושה שטאַרבט מיט אונדז. דו װײסט װאָס דאָס מײנט? װי אַזױ קען מען לעבן מיט אַזאַ שולד־געפֿיל?“

איזיס געטרײַשאַפֿט צו ייִדיש און ייִדיש־קולטור לאָזט אים ניט לעבן װי אַנדערע „נאָרמאַלע“ ייִדן. ער איז ניט פֿרום און ניט קײן ציוניסט, אָבער װען עס קומט צו פֿאַרטײדיקן די ייִדישע װערטן, װאָס ער האַלט פֿאַר הײליק, גײט ער אַרױס פֿון די כּלים. מען דערמאָנט אים כּסדר, ער זאָל ניט פֿאַרגעסן צו נעמען זײַנע באַרויִק־פּילן, אָבער דאָס העלפֿט סײַ װי ניט. להיפּוך צו אַנדערע מענטשן אין זײַן סבֿיבֿה קען איזי ניט מאַכן קײן מאָראַלישע פּשרות. די הײַנטצײַטיקע ייִדישקײט איז פֿאַר אים אַ מין שיכקראָם װוּ מען קען אױסקלײַבן אַ סחורה לױטן אײגענעם געשמאַק: „מיר געפֿעלן אָט די שיך, האָט איר זײ אין מײַן גרײס?“

דעם לייענער דאַכט זיך, אַז עס איז ניטאָ קײן רפֿואה פֿאַר איזיס קרענק, און ער װעט זיך בהדרגהדיק אַלץ טיפֿער אַרײַנזינקען אין זײַן משוגעת. אָבער די הצלה קומט אין דער געשטאַלט פֿון ליובע, דער עלטערער אָנפֿירערין פֿונעם ייִדישן אַמאַטאָרן־טעאַטער, װוּ איזי האָט יונגערהײט זיך באַטייליקט. ליובע פֿאַרבעט אים צו שפּילן די ראָלע פֿון חנן אין ש. אַנ-סקיס „דער דיבוק“, װאָס זי האָט בדעה אױפֿצופֿירן אינעם ייִדישן קהילה־צענטער. מיט יאָרן פֿריִער איז ליובע געװען אַ שטערן אינעם מאָסקװער מלוכישן ייִדישן טעאַטער. שלמה מיכאָעלס, דער באַרימטער סאָװעטישער ייִדישער רעזשיסער, האָט איר צוגעטרױט אַנ־סקיס כּתבֿ־יד פֿון דער פּיעסע אױף אָפּצוהיטן. און איצט װערט איזי דער שומר פֿונעם דאָזיקן ירושה־אוצר. (לױטן כראָנאָלאָגישן חשבון וואָלט ליובע שוין אָבער געדאַרפֿט זײַן העכער װי הונדערט יאָר אַלט. דער דאָזיקער פֿאַקט בלײַבט ניט דערקלערט אינעם ראָמאַן).

ליובע שטאַרבט אין גיכן נאָך דעם, װי מען הייבט אָן די רעפּעטיציעס. און איצט װילן די רײַכע שטיצער פֿונעם ייִדישן קהילה־צענטער מער ניט פּטרן קײן געלט אױף אַ טעאַטער אין אַ „טױטער“ שפּראַך. אַ סבֿרה, שעפּט גאָנשאָר דעם שטאָף פֿאַר זײַן סאַטירישער שילדערונג פֿון דער ייִדישער סבֿיבֿה פֿון זײַן הײמשטאָט מאָנטרעאָל. די רעדל־פֿירער פֿון דער קהילה זײַנען אױפֿגעקומענע גבֿירים — באַלעבאַטים פֿון סװעטשעפּער װוּ אומלעגאַלע אימיגראַנטן האָרעװען לאַנגע שעהען פֿאַר נישטיק געלט.

איצט קומט דער מאָמענט װען איזי קען זיך אַנטקעגנצושטעלן די פּני פֿון דער קהילה. ער זאַמלט צונויף אַ טרופּע אַקטיאָרן, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן געטרײַ דעם ייִדישן טעאַטער, און נעמט זיך פֿאַר שטעלן דעם ספּעקטאַקל, כאָטש ער האָט ניט קײן אַנונג װי אַזױ דאָס צו טאָן. פֿאַר אים איז „דער דיבוק“ מער װי אַ פּיעסע; ס׳איז אַ פֿאַרקערפּערונג פֿונעם ייִדישן עבֿר. „אין מיר איז אַרײַן אַ דרײַ־קאָפּיקער דיבוק פֿון ליובע, אַנ־סקי און מײַן זײדן,“ שרײַבט ער. אַזױ אַרום שפּילט זיך די דיבוק־דראַמע ניט נאָר אױף דער בינע נאָר אױך אינעם רעאַלן לעבן אַרום איזין און די אַנדערע פּערסאָנאַזשן פֿונעם ראָמאַן.

דער לײענער פֿון גאָנשאָרס ענגלישן בוך װעט זיך דערװיסן אַ סך װעגן ייִדיש און ייִדיש־קולטור. איזיס רײד איז באַפֿעפֿערט מיט ייִדישע װערטער, װאָס װערן פֿאַרטײַטשט אין פֿוסנאָטעס. דער מחבר דערקלערט פּרטימדיק דעם סיפּור־המעשׂה און דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿון אַנ־סקיס פּיעסע און טײַטשט אױס אירע קבליסטישע סודות. אַנ־סקי דינט דאָ װי אַ װעגװײַזער אין דער װעלט פֿון דער ייִדישער קולטור, װאָס נעמט אַרײַן סײַ דעם סאָציאַליסטישן „בונד“ סײַ חסידות.

אײניקע רעצענזענטן האָבן פֿאַרגליכן איזין מיט די העלדן פֿון צװײ באַקאַנטע ענגליש־ייִדישע מחברים, װאָס האָבן קריטיש באַשריבן דעם צפֿון־אַמעריקאַנער ייִדנטום: דעם אַמעריקאַנער ראָמאַניסט פֿיליפּ ראָט און דעם קאַנאַדער שרײַבער מרדכּי ריכלער. דערצו קען מען נאָך צוגעבן אַ ליטעראַרישן פּערסאָנאַזש פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה — ישׂראליק דעם משוגענעם פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרימס ראָמאַן „די קליאַטשע“.

ישׂראליק איז געװען דער ערשטער העלד אין דער ייִדישער ליטעראַטור װאָס איז געפֿאַלן אַ קרבן דעם מאָדערנעם פּראָגרעס. ער האָט געװאָלט װערן אַ „מענטש“ גלײַך מיט אַלע לײַט, אָבער ער איז „אַרױס פֿון די כּלים צוזעענדיק, װאָס ס’טוט זיך אַרום אים“, שרײַבט מענדעלע. אַזױ װי איזי, איז ישׂראליק ניט געװען ביכולת צופּאַסן זײַן ייִדישע נשמה צו די הערשנדיקע השׂגות פֿון דער פֿרעמדער װעלט. זײַן מאַמע, נעבעך, האָט אומזיסט געזוכט סגולות פֿאַר זײַן גײַסטיקער קרענק אי בײַ אַ ייִדישן בעל־שם אי בײַ אַ טאָטערישער מכשפֿטע. אַזאַ מין ביטערער סוף האָט אָפּגעשפּיגלט מענדעלעס פּעסימיסטישער קוק אױף דער ייִדישער צוקונפֿט אין רוסלאַנד.

„דאָס בוך פֿון איזי“ באַהאַנדלט צװײ װיכטיקע ענינים, דעם גורל פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור און די פּראָבלעם פֿון נעװראָלאָגישער פֿאַרשײדנאַרטיקײט („דײַװערסיטי“ אױף ענגליש). די פֿראַגע איז, פּראָסט געזאָגט, צי איז די איבערגעגעבנקײט צו ייִדיש, דעם „טױטן“ לשון, אַ מין משוגעת אין דער הײַנטיקער װעלט? עס גײט דאָ ניט װעגן ייִדיש װאָס איז „װיציק“ און „טשיקאַװע“, נאָר ייִדיש װי אַ שפּראַך פֿון אַ רײַכער און פֿאַרשײדנאַרטיקער װעלט־קולטור גלײַך מיט אַנדערע חשובֿע שפּראַכקולטורן. און נאָך מער: צי קען ייִדיש דינען װי אַ סגולה פֿאַר די מכּות פֿון דער הײַנטיקער ייִדישקײט, װאָס איז אָפֿטמאָל אײבערפֿלעכלעך און צװײ־פּנימדיק? גאָנשאָרס קלוגער ראָמאַן איז אַן אײַנלאַדונג צו באַטראַכטן די דאָזיקע װיכטיקע פּראָבלעמען.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.