„חורבן־ייִדיש“ — אַ לשון, װאָס טראָגט אין זיך די טראַװמע פֿון ייִדישע יסורים Holocaust Yiddish — a language that embodies the trauma of Jewish suffering
ייִדן אין לאַגערן און אין געטאָ האָבן „פֿאַרייִדישט“ דײַטשישע און פּױלישע װערטער כּדי אָפּצושפּיגלען דעם שױדערלעכן אַרום.
בערך פֿינף מיליאָן ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. ייִדיש האָט ניט נאָר פֿאַרלױרן די סאַמע שעפֿערישע קהילות זײַנע, נאָר די שפּראַך גופֿא איז שטאַרק באַװירקט געװאָרן דורך דער טראַװמע פֿונעם חורבן. דאָס איז די טעמע פֿונעם נײַעם בוך „אָקופּירטע װערטער: װאָס דער חורבן האָט געטאָן צו ייִדיש“ פֿון חנה פּאָלין־גלאַי, דער פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדיש און ייִדיש־קולטור אינעם תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט.
נאָך אין די געטאָס פֿון װאַרשע און לאָדזש האָט מען שוין גענומען זאַמלען און שטודירן אָט דעם „חורבן־ייִדיש“. דאָס איז אַ סימן, האַלט פּאָלין־גלאַי, אַז אַפֿילו אין די סאַמע ביטערסטע באַדינגונגען האָבן ייִדן דאָס געהאַלטן פֿאַר אַ װיכטיקן ענין. אינעם לאָדזשער געטאָ האָט אָסקאַר ראָזענפֿעלד אָנגעשריבן אַ רעפֿעראַט װעגן די ענדערונגען, װאָס ער האָט באַמערקט אין דער גערעדטער שפּראַך.
ראָזענפֿעלד איז געװען אַ דײַטשיש־רעדנדיקער ייִד און האָט שטודירט פֿילאָלאָגיע אין װין. ער האָט באַמערקט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט פּױליש און דײַטשיש איז ייִדיש געװען מער בײגעװדיק און האָט בעסער אָפּגעשפּיגלט דאָס רעאַלע לעבן אינעם געטאָ. ייִדיש האָט אַרײַנגעזאַפּט נײַע װערטער פֿון פּױליש און דײַטשיש און אַ היפּשע צאָל ייִדישע װערטער האָבן באַקומען נײַע באַטײַטן.
בײַ יעדן װאָרט האָט ראָזענפֿעלד געמאַכט אַ קאַרטל װוּ ער האָט דערקלערט דעם װאָרטס אָפּשטאַם און באַטײַט. למשל, דאָס װאָרט „כלאַפּוס“–אַ מין װאַסערדיקער זופּ –„נעמט זיך, מסתּמא, פֿון פּױלישן װאָרט ‘כליאַפּאַטש’ וואָס מיינט גיסן, אַװעקגיסן, אױסגיסן אָן אַ מאָס.“ ראָזענפֿעלדס שטודיע איז אַרײַן אין דער „ענציקלאָפּעדיע פֿונעם לאָדזשער געטאָ“, װאָס מען האָט געשאַפֿן אינעם געטאָ גופֿא. דער אַרכיװ פֿון דער ענציקלאָפּעדיע מיט 370 אײנסן האָט זיך אָפּגעהיט, כאָטש אַלע מיטאַרבעטער זײַנען אומגעקומען.
צװישן אַנדערע העלדן אינעם בוך „אָקופּירטע װערטער“ זײַנען דרײַ פֿאָרשער, װאָס האָבן געזאַמלט און שטודירט די ענדערונגען אין דעם װאָקאַבולאַר, דער סעמאַנטיק און דער פֿונקציע פֿון דער ייִדישער שפּראַך בשעתן חורבן און דער צװײטער װעלט־מלחמה. נחמן בלומענטאַל איז געװען אַ פּױלישער ייִדישער שפּראַכפֿאָרשער, װאָס האָט זיך געראַטעװעט פֿונעם חורבן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. נאָך זײַן אומקערן זיך קײן פּױלן אין 1944 האָט ער אַנטדעקט דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן, אַזעלכע װי די לאָדזשער געטאָ ענציקלאָפּעדיע און טײלן פֿונעם „עונג־שבת“־אַרכיװ פֿונעם װאַרשעװער געטאָ. ער האָט געטראָפֿן אײניקע לעבן־געבליבענע ייִדן, װאָס האָבן גערעדט דעם „חורבן־ייִדיש“. זײַן ציל איז געװען צו זאַמלען און פֿאָרשן נײַע שפּראַך־עלעמענטן. בלומענטאַל האָט געהאַלטן, אַז װערטער זײַנען ניט סתּם אַבסטראַקטע באַגריפֿן, נאָר זײ זײַנען דער עיקר־עלעמענט פֿון דער מענטשלעכער עקזיסטענץ, דעם „איך“ און דעם „הײַנט“. דער חורבן־ייִדיש האָט אָפּגעשפּיגלט די טראַװמאַטישע פּסיכאָלאָגישע ענדערונגען אי בײַ דעם ייִדישן יחיד אי בײַ דעם ייִדישן כּלל.
מאַקס װײַנרײַך אין ייִװאָ האָט הױך אָפּגעשאַצט בלומענטאַלס פֿאָרשונג, אָבער װען יענער האָט עולה געװען קײן מדינת־ישׂראל, האָבן די אָנפֿירערס פֿונעם „יד־ושם“ ניט געהאַט קײן אינטערעס צו ייִדיש־פֿאָרשונגען. בלומענטאַלס הױפּטװערק, „װערטער און װערטלעך פֿון דער חורבן־תּקופֿה“ איז אַרױס אין 1981 אינעם תּ־אָבֿיבֿער י. ל. פּרץ־פֿאַרלאַג מיט דער הילף פֿון פּריװאַטע שטיצער.
דער סאָװעטישער לינגװיסט עליע ספּיװאַק, דער ראָש פֿונעם קאַבינעט פֿאַר ייִדישער קולטור בײַ דער אוקראַיִנער װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע, האָט געהאַט גאָר אַן אַנדער צוגאַנג צו דער טעמע. ער האָט געשעפּט מאַטעריאַל פֿאַר זײַן בוך „די שפּראַך אין די טעג פֿון דער פֿאָטערלאַנדישער מלחמה“ (1946) פֿון דער סאָװעטישער ליטעראַטור און פּרעסע, װי אױך פֿון סאָװעטישע פֿאָלקלאָר־לידער, װאָס האָבן באַזונגען די העלדישקײט פֿון סאָװעטישע ייִדישע סאָלדאַטן.
ישׂראל קאַפּלאַן, דער דריטער העלד פֿונעם בוך, האָט אַלײן דורכגעמאַכט אַלע זיבן מדורי גיהנום פֿון דײַטשישע לאַגערן. דאָרט האָט ער זיך גוט אױסגעלערנט דעם חורבן־ייִדיש, און נאָך דער באַפֿרײַונג האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט אױסטײַטשן און סיסטעמאַטיזירן דעם דאָזיקן לשון. קײנער פֿון די דאָזיקע דרײַ פֿאָרשער האָט ניט באַקומען קײן געהעריקע אָנערקענונג פֿאַר זײַער אױפֿטו. פֿאַר די אָנפֿירער פֿון „יד־ושם“ אין די 1950ער־1960ער יאָרן איז דער חורבן־ייִדיש געװען די שפּראַך פֿון ייִדישער הילפֿלאָזיקײט. ספּיװאַק איז אַרעסטירט געװאָרן בשעת סטאַלינס רדיפֿות פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער קולטור און געשטאָרבן אין תּפֿיסה אין 1950.
פּאָלין־גלאַי איז ממשיך די אַרבעט פֿון אָט די דרײַ פֿאַרגעסענע יידישע שפּראַכפֿאָרשער. זי מאַכט אַ גרונטיקן אַנאַליז פֿון אײניקע װיכטיקע װערטער און באַגריפֿן פֿונעם חורבן־ייִדיש. זי פֿאָרשט זײער אָפּשטאַם און קולטורעל־היסטאָרישע קאָנטעקסטן. זי דערקלערט, למשל, װי אַזױ דאָס װאָרט „אָרגאַניזירן“ האָט באַקומען אַ נײַעם באַטײַט אין די נאַציסטישע לאַגערן: לקחענען אָדער אַװעקנעמען. דאָס קומט, װײַזט אױס, פֿונעם נאַציסטישן באַנוץ פֿון יענעם דײַטשישן װערב. בײַ זײ האָט דאָס װאָרט געמײנט ניט אָרגאַניזירן אין אַ געװײנטלעכן זין, נאָר צו קאָנפֿיסקירן דעם האָב־און־גוטס אין די אָקופּירטע שטחים. אַזױ אַרום האָבן ייִדישע אַסירים „פֿאַרייִדישט“ דאָס דאָזיקע דײַטשישע װאָרט אין זײַן נײַעם באַטײַט.
הײַנט איז דער ייִדישער חורבן אַ פּאָפּולערע טעמע בײַ פֿאַרשײדענע מינים פֿאָרשער אין דער גאָרער װעלט. אָבער עד-היום איז ייִדיש פֿאַרבליבן אױף די ראַנדן פֿון דער חורבן-פֿאָרשונג. דאָס בוך „אָקופּירטע װערטער“ מאַכט צורעכט דעם דאָזיקן אומיושר. דאָס בוך איז אַ װיכטיקער װיסנשאַפֿטלעכער אױפֿטו, אָבער ניט װײניקער װיכטיק איז דער עטישער אַספּעקט. די פֿאָרשונג פֿונעם חורבן-ייִדיש איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון די ראַדיקאַלע אידעאָלגישע אײַנשטעלונגען, װאָס זײַנען געװען פֿײַנטלעך צו ייִדיש: דעם סאָװעטישן קאָמוניזם און דעם ישׂראלדיקן ציוניזם. פּראָפֿעסאָר פּאָלין-גלאיס שטודיע איז אַ װירדיקער אויסגלײַך פֿון דער דאָזיקער װיכטיקער אָבער איבערגעריסענער שיטה אין דער ייִדיש־פֿאָרשונג.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO