אַ ישׂראלדיק קינדערביכל וועגן אַ חזיר און אַ גנבֿ פּריידיקט טאָלעראַנץAn Israeli children’s book about a pig and a thief promotes tolerance
דער חזיר וויל לערנען גמרא אָבער דער גבאי פֿון בית־מדרש טרײַבט אים אַרויס.
ס׳איז לעצטנס אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַ העברעיִש קינדערביכל מיט אַ טשיקאַווען נאָמען: „עלילות חזיר וגנבֿ“ (די מעשׂיות פֿון ‘חזיר’ און ‘גנבֿ’). דאָס איז אָבער נישט סתּם אַ מעשׂה וועגן אַ חיה וואָס האָט מענטשלעכע אייגנשאַפֿטן. און דער מחבר, יעקבֿ מאיר, איז נישט סתּם אַ שרײַבער.
מאיר איז אַ וויכטיקער פֿאָרשער, וואָס האָט געשריבן וועגן די ערשטע אויסגאַבעס און כּתבֿ-ידן פֿונעם תּלמוד-ירושלמי. אין גיכן וועט פּובליקירט ווערן אַן אַרומנעמיק בוך וועגן דעם תּלמוד-בבֿלי. אַז מע פֿלעכט צוזאַמען די צוויי אידענטיטעטן — דעם שרײַבער און דעם תּלמוד-פֿאָרשער — קען מען שוין פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס ער וואָלט געשריבן וועגן אַ חזיר וואָס ווערט באַרימט דווקא ווי אַ תּלמיד-חכם און א גדול-בגמרא. די אילוסטראַציעס זײַנען פֿון מנחם האַלבערשטאַדט.
דאָס בוך, וואָס איז מלא-חן און מלא-חכמה, דערציילט וועגן אַ קלוגן חזיר אין שטעטל וואָס הייסט כלופּקע (אַ נאָמען וואָס דערמאָנט אונדז אין גלופּסק, מענדעלעס פּראָטאָטיפּ פֿון אַ שטעטל) וואָס עס גלוסט זיך אים צו לערנען תּורה. ווײַזט זיך אַרויס, שרײַבט מאיר, אַז „זײַן שׂכל, דער חזירישער שׂכל, איז אַזוי שאַרף, ווי ער וואָלט טאַקע געבוירן געוואָרן צו לערנען תּורה. זינט דעמאָלט ווערט ער פֿאַרבונדן מיט דער גמרא אין קייטן פֿון ליבע… און נישט נאָר אין דער גמרא ווערט ער אײַנגעבאַקן, נאר ייִדן בכלל געפֿעלן אים. אומעטום ווילן אַלע אים קוילן, און דאָ איז ער אַ בן-חורין.“
נאָר איין ייִדן, ר’ פּינחס דעם גבאי, אַרט טאַקע דער ייִדישער חזיר, און ער פּראָבירט אים צו פֿאַרטרײַבן פֿון בית-מדרש. ווען זײַן פּלאַן איז געלונגען, באַשליסט דער חזיר צו נעמען נקמה אין פּינחסן. עס העלפֿט אים אונטער נאָך אַ באַעוולטערפֿון שטעטל: ‘גנבֿ’, אַ גוטהאַרציקער יונגערמאַן אָבער נעבעך אַ שלימזל. צוזאַמען ווערן חזיר און גנבֿ „אַ פּאָר, ווי אַ קוגל מיט אַן אוגערקע“. ביידע באַמיִען זיך צו באַפֿרײַען זיך פֿון זייער גורל: דער חזיר וויל זײַן אַ ייִד, און גנבֿ וויל נישט גנבֿענען, ווי ס׳פֿלעגן טאָן זײַן טאַטע און זיידע. „כּדי צו ווערן אַ געלונגענער גנבֿ דאַרף מען דאָך זײַן אַ האַרבער פּאַרשוין, אַ כיטערער און אַפֿילו אַ רשע. אָבער אונדזער גנבֿ האָט געהאַט אַ גוטע נשמה און אַ ווייך האַרץ ווי אַ בלינצע פֿון קעז, אַזש אַ רחמנות אויף אים“.
מאיר שילדערט אַ שטעטל מיט אַלע פּיטשעווקעס: די ערד — באַדעקט מיט בלאָטע; אַ בעקער, אַ מילכיקער, אַ שול, אַ רבֿ און אַ רביצין, וואָס גייט אייגנטלעך אינעם ספּאָדיק; ווײַזט אויס אַז די רביצין איז די אמתע בעל-דעה אין שטעטל, ווײַל זי האָט תּמיד די בעסטע אידעען ווי אַזוי אַרויסצוקריכן פֿון אַ בלאָטע.
יעקבֿ צ’ מאיר איז נישט קיין פּנים-חדשות אין ייִדישלאַנד. אין העברעיִשן אוניווערסיטעט האָט ער שטודירט וועגן דעם תּלמוד, און זיך אויך געלערנט ייִדיש. אינעם זעקסטן נומער פֿון דער צײַטשריפֿט „דווקא“, וואָס איז אַרויס מיט 15 יאָר צוריק דורך „בית שלום עליכם“, האָט מאיר געשריבן וועגן די צוויישפּראַכיקע דערציילונגען (ייִדיש און עבֿרית) פֿון יאָסל בירשטיין, און וועגן דער וויכטיקייט פֿון ביידע לשונות אין זײַן שאַפֿונג: „דאָס ישׂראלדיקע לשון, שטאַרק ווי די פֿעלזיקע בערג; און ייִדיש, מיט אירע ווייכיקע גוידערס.“
די דערציילונג וועגן חזיר און גנבֿ האָט מיך אַזוי פֿאַרכאַפּט אַז איך האָב באַשלאָסן צו אינטערוויויִרן דעם מחבר, יעקבֿ מאיר. בכלל, איז שוין געקומען די צײַט צו שרײַבן וועגן אים אין פאָרווערטס. כאָטש ער איז נאָך יונג, האָט ער שוין געמאַכט אין ישׂראל אַ שם. אָט איז געווען אונדזער שמועס:
איך: וואָס פּלוצעם אַ חזיר? מילא אַ ייִדישער בער (ווי דער העלד פֿון זײַן פֿריִערדיקער ראָמאַן, „נחמיה“), אָבער ווי אַזוי דערוועגסטו זיך צו שטעלן אַ ייִדישן חזיר ווי אַ העלד?
יעקבֿ מאיר: איין מאָל, נישט לאַנג צוריק, ווען איך האָב דערהערט די סירענע, זײַנען אַלע אַראָפּגעגאַנגען אין שוצקעלער. דעמאָלט, אין אַ געוויסן מאָמענט, איז אַ שכן געקומען מיט אַ הונט, און ווי נאָר דער הונט איז אַרײַן אין שוצקעלער האָבן אַלע אָנגעהויבן זיך צו פֿירן אַנדערש: רויִקע שכנים זײַנען דערשראָקן געוואָרן, גלײַכגילטיקע שכנים זענען ווייכער געוואָרן, שטילע שכנים האָבן אָנגעהויבן מאַכן גרימאַסן און קולות. ד״ה, די חיות ברענגען אַרויס פֿון אונדז עפּעס זייער מענטשלעכס, און אַזוי אויך ווען מע ברענגט אַרײַן אַ חיה אין דעם ייִדישן שטעטל כלופּקע. די חיות ברענגען אַרויס פֿון אונדז זייער אינטערעסאַנטע פֿירונגען.
פֿון דער אַנדערער זײַט, דווקא ווײַל דער חזיר איז טריף, שטייט ער אין קיין שום געפֿאַר אין כלופּקע. אַזוי פֿאַרשווינדט אונדזער ‘געוויינטלעכע’ באַציִונג צו בעלי-חיים ווי אַ זאַך וואָס מען עסט, און צום סוף ווערט דאָס בוך אַ מין עקאָ-פּאָעטישע פֿאַנטאַזיע וועגן מעגלעכע צוזאַמענלעבן צווישן חזירים און ייִדן, און דווקא צוליב דער טראַדיציאָנעלער נעגאַטיווער באַציִונג צום חזיר.
איך: צי איז דאָס בוך אויספּראָבירט געוואָרן אויף פֿרומע קינדער? אויב יאָ, ווי אַזוי האָבן זיי רעאַגירט?
יעקבֿ מאיר: „חזר און גנבֿ“ איז אויספּראָבירט געוואָרן סײַ אויף קינדער וואָס קענען זיך אויס אויף די קליינע אותיות, סײַ אויף אַזעלכע וואָס ווייסן נישט, און ס’האָט דערגרייכט אַ שיינעם דערפֿאָלג בײַ ביידע גרופּעס קינדער, כאָטש אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים. איך גלויב נישט אַז קינדער-ליטעראַטור, און ליטעראַטור בכלל, דאַרף פֿאָרשטעלן פּערסאָנאַזשן וואָס זענען אידענטיש מיט די לייענערס. אַדרבא: ליטעראַטור קאָן און דאַרף אונדז דערמעגלעכן זיך צו אידענטיפֿיצירן אויך מיט פּערסאָנאַזשן וואָס זײַנען ווײַט פֿון אונדז.
איך: צו וואָס צוריקקערן זיך דווקא צום שטעטל — סײַ אין דײַן ראָמאַן „נחמיה“, סײַ אין „חזיר און גנבֿ“)?
יעקבֿ מאיר:די ייִדישע שטעטלעך פֿון מזרח-אייראָפּע האָבן בײַ מיר אַ פּערזענלעכן צוציִונג-כּוח. עפּעס אומגעלייזטס פֿון מײַן פּערזענלעכער און משפּחה-געשיכטע וואָס צווינגט מיך זיך אומצוקערן צו זיי אין דער ליטעראַטור נאָכאַמאָל און ווידער אַמאָל.
וואָס איז הײַנט צו טאָג דײַן פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש? און אין אַלגעמיין, וואָס דאַרף זײַן, אין דײַנע אויגן, דאָס אָרט פֿון ייִדיש אין ישׂראל?
איך וועל ענטפֿערן אויף ביידע פֿראַגעס צוזאַמען: דאָס הײַניטיקע ישׂראלדיקע העברעיִש איז אַ זייער מיליטאַנטישע און מיליטערישע שפּראַך, וואָס האָט זיך דערווײַטערט פֿון לשון-קודש אויף אַזוי ווײַט אַז אַ מאָל איז שוין שווער צו הערן לשון-קודש דורך דער ישׂראלדיקער פּריזמע. ייִדיש דערמעגלעכט אַ געוויסע שפּראַכיקע אָפֿנקייט דורך וועלכן מע קאָן טראַכטן וועגן דעם ייִדישן קיום. אין דעם זין פּרוּוו איך צו מאָל טראַכטן וועגן מײַן העברעיִש ווי וועגן העברעיִש איבערגעזעצט פֿון ייִדיש.
בײַ אונדז דאָ אין ישראל זײַנען פּערסאָנאַזשן ווי חזיר און גנבֿ ווי אַ קילער תּשעה-באָבֿ (וואָס איז, ווי באַוווּסט, אַ ייִדישער תּענוג): אַן אוטאָפּישע וויזיע פֿון טאָלערענץ, אַ ייִדישקייט אין זײַן ברייטסטן זינען. דערצו האָט דאָס בוך אַ גוטהאַרציקע אונטערשטע שורה: כאָטש חזיר און גנבֿ נעמען נקמה אין ר’ פּינחס דעם גבאי, טוען זיי דערנאָך אַ מין תּשובֿה און אַקצעפּטירן אויך דאָס שלעכטס, דאָס וואָס ר’ פּינחס פֿאַרקערפּערט; אויך ער האָט אַן אָרט אין דער ייִדישער קהילה. ווײַל, ווי גנבֿ זאָגט חזיר אין איינעם פֿון די ווערטערשפּילן פֿון בוך: „מע טאָר נישט זײַן קיין חזיר.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO