אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער באָבען, ווען אַ סך געשעפֿטן האָבן געהאַט ייִדישע שילדןA photo of my grandmother when many Jewish stores had Yiddish signs
דאָס בילד איז דער אײנציקער קאָנקרעטער איבערבלײַב פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין אונדזער משפּחה.
אין אַ קעסטל אַלטע משפּחה־בילדער האָב איך לעצטנס געפֿונען אַ סורפּריז: אַ פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון דער באָבען פֿון טאַטנס צד מיט אַ שילד אױף ייִדיש אין הינטערגרונט.
כאָטש אַלע פֿיר זײדע־באָבעס זײַנען געװען געבױרענע ייִדיש־רעדערס, האָב איך קײן מאָל נישט געזען קײן בילד פֿון זײ אין אַ קלאָר ייִדיש־שפּראַכיקער סבֿיבֿה. ס’איז ממש דער אײנציקער קאָנקרעטער איבערבלײַב פֿון דער ייִדישער שפּראַך אין אונדזער משפּחה.
אָבער די פֿאָטאָגראַפֿיע האָט אַ װערט נישט בלױז פֿאַר מיר מיט מײַנע קרובֿים. זי איז אױך אַ דאָקומענט װאָס זאָגט עדות װעגן דעם ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן אין ניו־יאָרק פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה. צום באַדױערן האָט דאָס בילד נישט קײן אױפֿשריפֿט מיט אַ דאַטע אָדער אַנדערע אינפֿאָרמאַציע. אױפֿן שילד אין הינטערגרונט שטײט „מ. נימעץ י. גאָלדבערג,“ װאָס דערפֿון איז שווער עפּעס אַרויסצודרינגען. אָבער נאָך אַ ביסל פֿאָרשונג (מיט דער הילף פֿון מײַנע חבֿרים) מײן איך אַז איך קען רעקאָנסטרויִרן די געשיכטע הינטערן בילד.
ווי ווײַט איך ווייס, איז די באָבע, גערטרוד גאָלדפֿאַרב, מסתּמא געבױרן געװאָרן אין 1911. אינעם בילד שטייט זי מיט איר חבֿרטע ראָזע. ביידע זײַנען אַרום 20 יאָר אַלט. הייסט עס, אַז די פֿאָטאָגראַפֿיע האָט מען מסתּמא אַראָפּגענומען בערך אין 1930.
זייערע בגדים שטימען טאַקע מיט אַזאַ דאַטע. בײדע זײַנען אָנגעטאָן לױטן פֿאַסאָן פֿון די 1930-1920ער יאָרן מיט הױכע קנאַפֿל און קלײדלעך איבער די קני. גערטרוד האָט זיך געמאַכט אַ מאָדיש קוטשערל אױפֿן שטערן. בײדע האָבן די קורץ־אָפּגעשאָרענע פֿריזור װאָס האָט געהײסן אַ „באָב.“
נאָך איר עמיגראַציע אין 1923 איז גערטרוד קײן מאָל נישט צוריקגעפֿאָרן קײן אײראָפּע: הייסט עס, אַז דאָס בילד האָט מען אַראָפּגענומען ערגעץ אין ניו־יאָרק. צום סוף האָבן מיר אַנטדעקט וווּ דאָס איז׃ נימעץ־גאָלדבערגס מילכיקער רעסטאָראַן אױף דער איסט־סײַד, אויפֿן ראָג איסט בראָדװײ און דזשעפֿערסאָן סטריט.
לױט עטלעכע רעקלאַמעס וואָס מיר האָבן געפֿונען אין דער ייִדישער פּרעסע פֿון יענע יאָרן, האָט מאָריס נימיץ פֿאַרמאָגט אַ מילכיקן רעסטאָראַן אױף 189 איסט בראָדװײ. אױפֿן שילד אין דער פֿאָטאָגראַפֿיע זעט מען די אותיות „מיל“ — די ערשטע דרײַ אותיות פֿונעם וואָרט „מילכיק.“ און אויפֿן פֿענצטער געפֿינט זיך אַ „ר“ — דער ערשטער אות פֿונעם וואָרט „רעסטאָראַן.“ מאָריסעס פֿרױ, מיני נימעץ, האָט געפֿירט אַ בעקערײַ וואָס איז מסתּמא געווען אַ טייל פֿונעם רעסטאָראַן. י. גאָלדבערג איז געװאָרן נימעצעס שותּף אַרום 1930-29.
בען קאַטשאָר, דער מחבר פֿון „דער מילכיקער רעסטאָראַן“ (אַ קולינאַר געשיכטע־בוך), ווייסט וועגן דעם רעסטאָראַן און האָט מיר געשריבן אין אַ בליצבריװ אַז כּדי אַהין אַרײַנצוגיין האָט מען געדאַרפֿט אַראָפּגיין די טרעפּ, ווי מע זעט אינעם בילד.
פֿאַר דער מלחמה זײַנען מילכיקע רעסטאָראַנען געװען גאַנץ פֿאַרשפּרײט אױף דער איסט־סײַד. אַ סך פֿון זײ — אַרײַננעמענדיק נימעץ־גאָלדבערג — זײַנען געװען כּשר. דאָרטן האָט מען געגעסן בלינצעס, באָרשט, קרעפּלעך, געפֿרישטע מצה (אויך באַקאַנט ווי מצה־ברײַ), געפֿילטע פֿיש און אַנדערע מילכיקע אָדער פּאַרעװע מאכלים. מילכיקע רעסטאָראַנען זײַנען געװען ביליק אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿליישיקע דעליקאַטעסנס און זײַנען געװען פּאָפּולער צװישן די װאָס האָבן געװאָלט עסן כּשר שפּײַז — אָדער פּשוט אַ הײמישן ייִדישן מאָלצײַט.
לעבן דעם רעסטאָראַן זײַנען געװען װײַטערדיקע אַטראַקציעס אַזױ װי סואַרד פּאַרק און דער עדיוקיישאָן אַלײַאַנס. מיר דאַכט זיך אָבער אַז דאָס אָנבײַסן אין נימעץ־גאָלדבערג איז געװען פֿאַר גערטרודן און ראָזען דער הױכפּונקט פֿונעם טאָג. כאָטש די פֿאָטאָגראַפֿיע האָט נישט קײן אױפֿשריפֿט, לײענען מיר אױף דער הינטערזײַט די ענגלישע װערטער „post card.“ זינט 1907 האָט די פֿירמע קאָדאַק פֿאַרוואַנדלט פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון קונים אין פּאָסטקאַרטלעך אױף צו שיקן מיט דער פּאָסט. און אַזוי האָט זי אַ פּנים טאַקע געטאָן.
אינטערעסאַנט איז וואָס די באָבע גערטרוד האָט דאָס פּאָסטקאַרטל קיינעם נישט געשיקט ווײַל קײן פּאָסט־שטעמפּל איז נישטאָ. אַ פּנים האָט זי עס געהאַלטן בײַ זיך ווי אַן אָנדענק פֿון אַ הנאהדיקן טאָג.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO