אַ קאַפּעליע װאָס שפּילט אַ געמישטן רעפּערטואַר — אוקראַיִניש און ייִדיש A band with a merged repertoire — Ukrainian and Yiddish
דער אַנסאַמבל, געגרינדעט דורך סאַשאַ לוריא און קרייג יודלמאַן, הייסט „דרוזי“, וואָס מיינט „פֿרײַנד“ אויף אוקראַיִניש
דער הײַיאָריקער װינער „קלעזמאָר“־פֿעסטיװאַל (צװישן דעם 9טן און 17טן נאָװעמבער) האָט זיך געענדיקט מיט אַ קאָנצערט פֿון „דרוזי“ („פֿרײַנד“ אױף אוקראַיִניש) — אַן אוקראַיִניש־ייִדישע כּלי־זמר־קאַפּעליע. די כּלי־זמרים האָבן געשפּילט מיט אַזאַ ברען אַזש די לופֿט האָט זיך אָנגעצונדן. נאָך יעדן נומער האָט מען מכבד געװען די מוזיקערס מיט שטורעמדיקע אַפּלאָדיסמענטן. בײַם סוף קאָנצערט האָט מען ניט אויפֿגעהערט טאַנצן.
אָנגעהױבן האָט זיך דער קאָנצערט אָבער פּאַמעלעך און רויִק. ס׳ערשטע ליד — אַ מוזיקאַליש „װאָרט אַפֿריִער“ — האָט אױף ייִדיש דערצײלט װעגן די פֿאַרכּישופֿנדיקע קלאַנגען פֿון שכנותדיקן, אוקראַיִנישן דאָרף. דערנאָך האָט מען אױסגעזונגען אַ פֿאַרקלערטע אוקראַיִנישע פֿאָלקס־מעלאָדיע מיט האַרמאָניעס, װײַטער — אַ חסידישן ניגון פֿון דער זעלבער געגנט, ערגעץ אין פּאָדאָליע. װאָס װײַטער, אַלץ לעבעדיקער איז געװאָרן די מוזיק.
„מיר זײַנען ניט אַלע ייִדן און ניט אַלע אוקראַיִנער, נאָר אַלע זײַנען מיר ‚דרוזי‘ (‚פֿרײַנד‘)“ — מיט די װערטער האָט דער פֿידלער קרײג יודלמאַן פֿאָרגעשטעלט דעם אַנסאַמבל. אַחוץ אַ פֿידל, אַן אַקאָרדיאָן און אַ פּױק שפּילן אָט די „פֿרײַנד“ אױך אױף אינסטרומענטן װאָס מע הערט הײַנטיקע צײַטן זעלטן בײַ אַ קאַפּעליע כּלי־זמרים. דאַריע פֿאָמין שפּילט אױף פֿאַרשײדענע מינים פֿלײטן. דערצו האָט מען געקענט הערן צװײ אוקראַיִנישע פֿאָלקס־אינסטרומענטן װאָס זײַנען ענלעך אױף אַ גיטאַרע — בײַם שפּילן רירט מען מיט די פֿינגער אָן די סטרונעס: נאַטאַליאַ קאַסיאַנטשיק האָט געשפּילט אױף אַ דאָמראַ; מאַריאַ װיקסנינאַ אױף אַ טאָרבאַן — אַ פֿאָרגײער פֿון דער באַנדורע און הײַנט אַ גאָר זעלטענע כּלי.
אָט קענט איר זען טייל פֿון אַ קאָנצערט פֿון „דרוזי“ פֿאַראַיאָרן אויף דער דרעזדענער ייִדיש וואָך:
סאַשע לוריא, װאָס זינגט און שפּילט אױפֿן פּױק, האָט מיר דערצײלט: „באַלד נאָך דעם, װי רוסלאַנד איז באַפֿאַלן אוקראַיִנע אין פֿעברואַר 2022, האָבן מיר גענומען שמועסן מיט קרײג אַז מע דאַרף אָרגאַניזירן עפּעס אַזױנס.“ מיט „עפּעס אַזױנס“ איז זי אױסן אַזאַ אוקראַיִניש־ייִדישן אַנסאַמבל װי „דרוזי“ װאָס שפּילט אַ געמישטן אוקראַיִנישן און ייִדישן רעפּערטואַר. „װען, אױב ניט איצט?“ פֿרעגט די זינגערין אַ רעטאָרשיע פֿראַגע.
לוריא און יודלמאַן װױנען אין דײַטשלאַנד. די לעצטע יאָרן האָבן זיך דאָרט אױך באַװיזן װאָס אַ מאָל מער אוקראַיִנישע מוזיקערס — פּליטים װאָס האָבן פֿאַרלאָזט זײער הײמלאַנד צוליב דער מלחמה.
די מוזיקערין און כּלל־טוערין אַװערי גאָספֿילד האָט משדך געװען די מוזיקערס אײנעם מיטן צװײטן און פֿאַרבעטן זײ זאָלן שפּילן אַ קאָנצערט בשעת דער דרעזדענער„ייִדישער װאָך“. דאָרט האָט „דרוזי“ טאַקע דעביוטירט. אַחוץ די אױבן גענאַנטע שפּילן אין דער קאַפּעליע אױך דער אַקאָרדיאָניסט שאָן װיליאַמס (אַמעריקע/רומעניע) און דער קלאַרנעטיסט מיטיאַ געראַסימאָװ, פֿאַר דער מלחמה אַ כּלי־זמר און אַ פֿעסטיװאַל־דירעקטאָר אין קיִעװ.
אין װין האָט מען גאַסטראָלירט אין אַן אױסערגעװײנטלעך אָרט: אַ קאָנצערטזאַל אין מיטן אַ קאָלאָניע פֿון אַ גערטנער־פֿאַראײן. הײַיאָר האָבן קוראַטירט דעם פֿעסטיװאַל צום ערשטן מאָל די יונגע מוזיקערינס איזאַבעל פֿרײַ און עסטער װראַטשקאָ. זײ האָבן אױסגעפֿונען נײַע לאָקאַלן און שפּילערטער אין די פֿאַרשײדענע װינער באַצירקן. אַזױ אַרום האָט אױפֿגעשפּילט אונדזער קאַפּעליע כּלי־זמרים אין אַ שענק װוּ מע דערלאַנגט טיפּישע װינער מאכלים, ביר און װײַן — מיט גערטנדלעך אַרום און אַרום.
„דרוזי“ איז אַגבֿ ניט דער אײנציקער אַנסאַמבל פֿון דעם מין װאָס לוריא און יודלמאַן האָבן געגרינדעט און זיך באַטײליקט דערין. לאָמיר כאָטש דערמאָנען דעם פּראָיעקט „גויפֿרענד“ (אױף רוסיש: „דרוגױ“), בשותּפֿות מיט זיסל סלעפּאָװיטשעס „ליטװאַקוס“. „גױפֿרענד“ לײגט דעם טראָפּ אױף קאָנטאַקטן צװישן ייִדישע און ניט־ייִדישע קולטורן און שפּילט, למשל, אַזױ־גערופֿענע מאַראָנישע לידער װאָס מישן צונױף ייִדיש מיט אַנדערע שפּראַכן.
דאָ נישט לאַנג איז אַרױס דער ערשטער אַלבאָם פֿון נאָך אַזאַ קאַפּעליע װאָס לוריא און יודלמאַן באַטײליקן זיך אין איר: „דער שװאַרצער האָן“. אױך די שװאַרצער־האָן־קאַפּעליע פֿאַרנעמט זיך מיט אַ בשותּפֿותדיקער קולטור־ירושה, מיטן שמועס צװישן די קולטורן. „שװאַרצער האָן“ מיינט אױף לעטיש: מעלנגײַליס — די פֿאַמיליע פֿון אַ באַקאַנטן לעטישן קאָמפּאָזיטאָר און פֿאָלקלאָריסט. אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט האָט עמיל מעלנגײַליס צונגױפֿגעזאַמלט סײַ לעטישע סײַ ייִדישע פֿאָלקסלידער. דער אַנסאַמבל שפּילט בײדע.
אױך אַנדערע האָבן זיך לעצטנס פֿאַראינטערעסירט מיט די אוצרות פֿון אוקראַיִניש־ייִדישן פֿאָלקלאָר, צװישן זײ — יואל רובין מיטן כּלי־זמר־טריאָ „װערעצקי־פּאַס“ װאָס האָבן ערשט אַרױסגעלאָזט דעם אַלבאָם: „די פּאַװע און דער סאָנישניק (זונרױז)“.
אױפֿן װינער קאָנצערט פֿון „דרוזי“ האָט מען אױך געזונגען אַנטי־מלחמה־לידער, און די קאַפּעליע האָט איבערגעשיקט אַ גרוס קײן רוסלאַנד מיטן ליד „פֿאָניע גנבֿ“ — און דערנאָך אױך מיט אַן אוקראַיִנישן ליד װאָס איז געװען, לױט קרײג יודלמאַנען: „לאָמיר זאָגן, נאָך קאָלירפֿולער.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO