Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווי איז שׂימחת־תּורה אַנדערש פֿון שבֿועות? How is Simchat Torah different from Shavuot?

דער עיקר־באַטײַט פֿון ביידע יום־טובֿים איז דאָס קריגן די תּורה, אָבער די שטימונג איז גאָר אַן אַנדערע.

דער פֿאָרווערטס פֿלעג יעדע וואָך אָפּדרוקן אַן אַרטיקל לכּבֿוד דער סדרה פֿון דער וואָך און יעדן יום־טובֿ. אָט איז איינער וואָס יואל מאַטוועיעוו האָט געשריבן וועגן שׂמחת־תּורה אין 2007:

אינעם ייִדישן לוח זענען פֿאַראַן צוויי יום-טובֿים, וואָס זייער עיקר-באַטײַט האָט צו טאָן מיט קבלת-התּורה: שבֿועות און שׂמחת-תּורה. שבֿועות — דער טאָג, ווען דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט באַקומען די תּורה בײַם באַרג סיני — איז בעצם אַ „ניכטערער“ יום-טובֿ; אַ סך ייִדן שלאָפֿן נישט די גאַנצע שבֿועות-נאַכט און קאָנצענטרירן זיך אויפֿן לערנען תּורה, כּדי זוכה צו זײַן צו אַ נײַער „פּערזענלעכער מתּן-תּורה“, צו דערגרייכן אַ נײַע השׂגה אין לערנען.

נאָך שׂמחת-תּורה הייבט מען אָן צו לייענען פֿון ס׳נײַ די תּורה אין די שילן, דערפֿאַר איז דער הײַנטיקער יום-טובֿ אויך פֿאַרבונדן מיט אַ יערלעכער נײַער תּורה-אַנטפּלעקונג. אָבער, אין אונטערשייד מיט שבֿועות, איז דער שׂמחת-תּורהדיקער גײַסט דווקא אַ פֿאַרקערטער: אין אַ טייל קהילות מאַכט מען אַ היפּשן לחיים נאָכן שחרית, און מע טאַנצט שעהען לאַנג בײַ די הקפֿות, אָפֿטמאָל גאַנץ שיכּור און ווילד. צוליב דעם אומפֿאָרמעלן שׁמחת-תּורהדיקן טרינקען, דוכענען די כּהנים אין אַ סך ערטער בײַם שחרית, ווען זיי זענען נאָך ניכטער, און נישט בײַם מוסף, ווי אין אַלע אַנדערע יום-טובֿים — אָדער דוכענען נישט בכלל.

פֿאַרוואָס זשע איז דער הײַנטיקער יום-טובֿ אַזוי אַנדערש פֿון שבֿועות, הגם זייער באַדײַט איז, לכאורה, כּמעט דער זעלבער? בײַם באַרג סיני האָבן די ייִדן באַקומען די תּורה פֿון אויבן, מער ווי אַ מתּנה, אַ פּלוצעמדיקע אַנטפּלעקונג, ווי אַ רעזולטאַט פֿון זייער אייגענער מי. עס שטייט, אַז דער אייבערשטער האָט „געצוווּנגען“ דאָס ייִדישע פֿאָלק מקבל צו זײַן די תּורה, הגם זיי האָבן זי זיכער פֿאַרדינט און אָנגענומען פֿון פֿריִער.

ווי עס שטייט אין גמרא, בלויז אין דער צײַט פֿון מרדכי און אסתּר, בעת דער פּורים-מעשׂה, האָבן די ייִדן אָנגענומען די תּורה „פֿון זיך“ — מער ווי אַ פּרי פֿון זייער אייגענעם שׂכל און ליבשאַפֿט צום אייבערשטן, ווי אַ „פּלוצעמדיקע מתּנה“ פֿון אויבן. שׂמחת-תּורה איז פֿאַרבונדן מיט דעם יערלעכן ציקל פֿון תּורה-לייענען, מיט דער אייגענער עבֿודה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק צו פֿאַרשטיין די תּורה — דערפֿאַר איז שׂמחת-תּורה, אין דעם אַספּעקט, מער ענלעך צו פּורים, ווי צו שבֿועות.

הגם יעדער איינער האָט ליב מתּנות, קומט די אמתע שׂמחה — סײַ בגשמיות, סײַ ברוחניות — דווקא פֿון אייגענער אַרבעט און דערגרייכונגען. ווען אַלץ אין דער וועלט וואָלט געקומען בחינם, וואָלט דאָס לעבן, מסתּמא, געווען זייער גרינג און גליקלעך, אָבער אַזאַ „אומזיסט“ גליק וואָלט געווען בלויז אויבערפֿלאַכיק און פֿאַרבײַיִק. הגם מע דאַרף זיכער טראַכטן, ווי אַזוי צו מאַכן דאָס לעבן נישט צו שווער, קומט די עכטע, עצמדיקע צופֿרידנקייט דווקא פֿון דער אייגענער מי, השׂגות און באַשלוסן. צוליב דעם איז דווקא דער הײַנטיקער יום-טובֿ, ווען די ייִדן הייבן אָן דעם נײַעם ציקל פֿון תּורה-לערנען, פֿאַרבונדן מיט אַזאַ „ווילדער“, אומבאַגרענעצטער שׂמחה.

בראשית

דער חומש הייבט זיך אָן מיטן פּסוק „בראשית ברא אלקים את השמים את הארץ“ (בײַם אָנהייב האָט דער אייבערשטער באַשאַפֿן דעם הימל און די ערד). בײַם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן פּירוש, פֿרעגט רש״י אַ קשיא: פֿאַרוואָס הייבט זיך דער גאַנצער חומש אָן דווקא מיט מעשׂה-בראשית, און נישט מיט די ערשטע „פּראַקטישע“ מיצוות, אַזעלכע ווי דער אָנזאָג צו רעכענען די חדשים פֿון ניסן, ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים? ברענגט דער רש״י אַ באַקאַנטן מדרש: „אויב די גויים וועלן טענהן, אַז די ייִדן האָבן אָפּגענומען ארץ-ישׂראל בײַ די אַנדערע פֿעלקער, וועלן די ייִדן קענען זאָגן, אַז די גאַנצע ערד געהערט דעם אייבערשטן, וועלכער באַשליסט, ווער זאָל זי באַזעצן — דערפֿאַר הייבט זיך דער חומש אָן דווקא פֿון בראשית.“

די דאָזיקע פֿראַזע אין פּירוש-רש״י ווערט צומאָל אָפּגעטײַטשט אויף אַ פּאָליטיזירטן אופֿן — אינעם קאָנטעקסט פֿונעם הײַנטיקן קאָנפֿליקט אויפֿן מיטל-מיזרח. אין אַזאַ אָפּטײַטש שטעקט אָבער אַ טאָפּלטער טעות: קודם-כּל, ציטירט רש״י אַ קלאַסישן מדרש, און דריקט נישט אויס קיין אייגענע פּאָליטישע מיינונגען. צווייטנס, הגם אַ טייל מדרשים האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע ענינים, האָט דווקא אָט-דער מדרש גאָרנישט צו טאָן מיט פּאָליטיק.

די ערשטע פּסוקים אין דער תּורה זענען באַזונדערס „פּאָפּולער“ בײַ די מפֿרשים; עס זענען פֿאַראַן גאַנצע ספֿרים, וואָס פֿאַרטיפֿן זיך אין די פּרטים פֿון וועלט-באַשאַפֿונג, און אַפֿילו אינעם אינערלעכן באַדײַט פֿון די אותיות אינעם וואָרט „בראשית“. ס׳איז מסתּמא נישטאָ קיין אַנדער פּרשה, וואָס זאָל האָבן אַזויפֿיל קאָמענטאַרן. דער רמב״ן האָט דערקלערט, אַז דער אויבן-דערמאָנטער מדרש מיינט נישט, חלילה, אַז די מעשׂה-בראשית איז ווייניקער רעלעוואַנט, ווי די פּראַקטישע מיצוות. אַדרבה, טענהט דער מדרש, די מעשׂה וועגן וועלט-באַשאַפֿונג איז אַזוי טיף, אַז ס׳וואָלט געפּאַסט, צו אַ טייל פֿון תּורה-שבעל-פּה, און נישט אַ פּשוטער באַדײַט פֿונעם חומש.

פֿאַרוואָס זשע הייבט זיך אָן דער חומש מיט אַזאַ הויכער עזאָטערישער דערציילונג? ענטפֿערט דער מדרש, אַז כּדי צו פֿאַרענטפֿערן די טענות פֿון די „גויים“ — דאָס הייסט, פֿון מאַטעריאַליסטיש געשטימטע מענטשן, וואָס באַטראַכטן די וועלט ווי „הפֿקר“, וווּ די פֿעלקער פֿירן מלחמות און כאַפּן אָפּ די ערד איינער בײַם צווייטן, מוז מען וויסן, אַז די גאַנצע וועלט געהערט צום אייבערשטן, און פֿירט זיך לויט זײַן ווילן. כּדי מקיים צו זײַן די פּראַקטישע מיצוות, מוז מען קודם פֿאַרשטיין, אַז די וועלט איז נישט אַ הפֿקרדיקער „טויטער מעכאַניזם“, נאָר אַ ג-טלעכע באַשאַפֿונג, פֿול מיט ניסים, השגחה-פּרטית און לעבעדיקייט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.