ווידעאָ: דער ישיבֿה־בחור וואָס איז געוואָרן אַ פּאָעטVIDEO: The yeshiva student who became a poet
דער פּאָעט ירמיהו אַהרן טאַוב רעדט וועגן זײַן ענגלישער איבערזעצונג פֿון פֿרומע האַלפּערנס בוך „געבענטשטע הענט“
ס׳איז לעצטנס אַרויס אויף יוטוב אַן אינטערוויו מיטן טאַלאַנטירטן ייִדישן פּאָעט און איבערזעצער ירמיהו אַהרן טאַוב. דער שמועס, געפֿירט פֿון אלי בענעדיקט און פּראָדוצירט דורך דער „ייִדיש־ליגע“, איז אין גאַנצן אויף ייִדיש.
דער ווידעאָ איז טייל פֿון אַן אָנגייענדיקער סעריע אינטערוויוען מיט הײַנטיקע ייִדיש־רעדנדיקע פּערזענלעכקייטן.
ירמיהו אַהרן טאַוב איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן בײַ אַן אָרטאָדאָקסישער משפּחה אין פֿילאַדעלפֿיע און וווינט הײַנט אין וואַשינגטאָן. ער איז דער מחבר פֿון זעקס פּאָעזיע־ביכער און צוויי פּראָזעביכער אויף ייִדיש און ענגליש.
אין 2014 איז אין פּויזן, פּוילן, אַרויס אַ קאָמפּאַקטדיסק מיט נײַן פֿון זײַנע מוזיקירטע ייִדישע לידער. אין 2020 איז פּובליקירט געוואָרן זײַן איבערזעצונג פֿון די זכרונות פֿון ירחמיאל בריקס — אַ טרילאָגיע פֿון בריקסעס אויטאָביאָגראַפֿיעס, אַרײַנגערעכנט זײַן לעבן אין אַ חסידישן שטעטל פֿאַרן חורבן, דאָס ערשטע יאָר פֿון דער מלחמה, און זײַנע איבערלעבונגען ווי אַ צוואַנג־אַרבעטער בײַ די דײַטשן.
אין דעם ווידעאָ דערציילט טאַוב וועגן זײַן נײַ בוך, Blessed Hands: Stories — אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון פֿרומע האַלפּערנס זאַמלונג דערציילונגען „געבענטשטע הענט“. ער לייענט פֿאָר פֿון זײַן פּאָעזיע, און דערציילט וועגן זײַן אייגענער לעבנס־געשיכטע.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO