Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער אתרוג ווי אַ סגולה צו האָבן קינדער — און נאָך סוכּות־טראַדיציעסThe etrog as a charm to bear children, and other Sukkot traditions

ייִדן האָבן באַשיט די ערד פֿון דער סוכּה מיט פֿײַנעם געלן זאַמד

בלי־ספֿק זענען די יום־טובֿים סוכּות און פּסח פֿאַרבונדן מיט מער מינהגים ווי אַלע אַנדערע טעג בײַ ייִדן. סוכּות האָט מען מינהגים אין שײַכות מיט דער סוכּה, לולבֿ און אתרוג, שׂמחת־בית־השואבֿא, הושהנע־רבא און שׂימחת־תּורה. אין דער ייִדישער ליטעראַטור און אין די מינהגים־ביכלעך געפֿינט זיך אַ שלל מאַטעריאַלן וועגן די מינהגים אינעם אַמאָליקן שטעטל אין מיזרח־אייראָפּע.

למשל, וואָס שייך באַצירן די סוכּה, לייענט מען אין שלום-עליכמס דערציילונג „שוין איין מאָל אַ סוכּה‟, אַז „קודם־כּל האָבן מיר אויסגעשאָטן די סוכּה מיט געלן זאַמד‟; און חיים שויס אין זײַן ווערק „דאָס יום־טובֿ בוך‟ באַשטעטיקט, אַז מע באַשיט די ערד „מיט פֿײַנעם זאַמד‟. אויב מען איז אַמאָל געזעסן אין אַ חב״ד־סוכּה, האָט מען באַמערקט, אַז די דאָזיקע חסידים האַלטן נישט פֿון באַפּוצן די ווענט פֿון דער סוכּה, ווײַל דאָס פֿאַרמינערט די מיצווה פֿון קוקן אויף דער שיינקייט פֿון דער סוכּה גופֿא. אָבער דאָס איז געווען אַן אויסנאַם. שויס שרײַבט, אַז „די ווענט אירע [די סוכּה] זײַנען באַהאָנגען מיט בלענדיק־ווײַסע לײַלעכער און באַפּוצט מיט פֿאַרשיידענע בלומען און פֿרוכטן‟, און ער גיט צו אַ וויכטיקע באַמערקונג, אַז „דאָס אויספּוצן די סוכּה איז געוויינטלעך די אַרבעט פֿון די מיידלעך, כאָטש אַליין זיצן זיי אין איר ניט, נאָר זיי גייען אַרײַן בלויז הערן קידוש‟.

אויב מע פֿאַרברייטערט אַ ביסל דעם טײַטש פֿון „מינהג‟, קען מען אויך באַטראַכטן „אײַנגעפֿאַלענע סוכּות‟ ווי אַ טראַדיציע. מײַן בוקעווינער פֿעטער פֿון טשודין האָט מיר דערציילט, אַז די בחורים פֿלעגן באַלד נאָך יום־טובֿ לויפֿן פֿון הויף צו הויף און „אײַנרײַסן די סוכּות‟, אַ שקאָצישע טראַדיציע. אָבער אין דער זעלבער שלום־עליכם־דערציילונג וואָס כ׳האָב פֿריִער דערמאָנט, פֿאַלט אײַן די סוכּה צוליב אַ ציג, און נאָך פֿריִער אין אײַזיק מאיר דיקס קאָמישער דערציילונג „רב שמאַיע דער גוט־יום־טובֿ־ביטער‟ (1873) פֿאַלט אַראָפּ רב שמאַיע צוזאַמען מיטן דאַך פֿון דער סוכּה.

דער פּיטום פֿונעם אתרוג איז אַ סגולה פֿאַר ווײַבער צו האָבן קינדער אָדער, אין אַנדערע פֿאַלן, צו האָבן אַ ייִנגל, ווי עס שרײַבט ב. גאָרין אין „פֿאַרגעסענע ניגונים — באַנד 1‟: „זי האָט געהערט, אַז דער פּיטום איז אַ סגולה צו האָבן אַ זכר און אַלץ וואָס מען דאַרף איז אָפּבײַסן אים.‟ אין דעם מחברס דערציילונג „ניט אָפּגעביסן‟, האָט דער שמשׂ שוין פֿאַרן יום־טובֿ באַשטימט, וועלכעס ווײַבל צו געבן אָפּצובײַסן דעם פּיטום אָבער אויב אַ געוויסע פֿרוי גיט אים אַ פּאָר גראָשן צו קויפֿן דעם פּיטום, וואָלט עס דעם באַשלוס פֿאַרזיכערט.

א. ד. אָגוז אינעם בוך „עונג יום־טובֿ‟ (1921), דערציילט וועגן „חנה־דבֿורה די שניט־קרעמערקע, וועלכע האָט אָפּגעקויפֿט דעם פּיטום פֿאַר איר בת־יחידה צירעלע, וועלכע איז געווען אויף דער צײַט מיט איר ערשטן קינד. צוויי טעכטער זענען שוין בײַ איר געשטאָרבן פֿון שווערע האָבנס‟. „ווער ווייסט עס נישט, אַז אָפּבײַסן דעם פּיטום פֿון אַן אתרוג איז אַ סגולה בדוקה־ומנוסה [אַן אויסגעפּרוּווטע] צו אַ גרינגן האָבן‟?“ פֿרעגט ער.

טשיקאַווע, וואָס אינעם קבלישן „טעמי־המיניגים‟ שטייט וועגן דעם מינהג, אַז די פֿרוי בײַסט אָפּ דעם פּיטום, אָבער נישט צוליב אַ גרינגן האָבן. דער בוים, פֿון וועלכן אָדם־הראשון האָט אָפּגעביסן און געזינדיקט, איז געווען אַן אתרוג־בוים, און די פֿרוי בײַסט אָפּ דעם פּיטום „כּדי צו ווײַזן, אַז אַזוי ווי איך האָב איצט נישט קיין הנאה פֿון דעם, אַזוי האָב איך דעמאָלט אויך קיין שום הנאה נישט געהאַט‟. אַגבֿ, לויטן זעלבן ספֿר האָט אויך דער לולבֿ אַ מאַגישן כּוח, און דער מחבר עצהט: „זאָל מען נעמען דעם לולבֿ מיט זײַנע מינים און עס בײַ זיך באַהאַלטן, וועט אים דאָס אָפּהיטן פֿון יעדער צרה.‟

אָבער אין שטעטל האָט נישט יעדער פֿאַרמאָגט אַן אתרוג. „זיי געפֿינען זיך נאָר אין געציילטע הײַזער‟, שרײַבט שויס, און באַשרײַבט פּרטימדיק ווי זעקס משפּחות טיילן זיך מיט יעדן אתרוג, און ווי אַ „טרעגער‟, אַ בחור וועמען מע באַצאָלט, לויפֿט מיטן אתרוג פֿון איין משפּחה צו דער אַנדערער. די זעקס משפּחות זענען אָבער אַפֿילו נישט פֿון די אָרעמע־לײַט, וועלכע דאַרפֿן ניצן די קהלישע אתרוגים, וואָס ווערן גיך פֿאַרשמירט און פֿאַרריבן. א. ד. אגוז שרײַבט אין זײַן דערציילונג „קהל אָן אַן אתרוג‟ וועגן דעם ליטווישן שטעטל לאַפּינישאָק, וווּ סײַ די נגידים, סײַ די אָרעמע־לײַט, האָבן איין סוכּות געמוזט אין גאַנצן זיך באַגיין אָן אַן אתרוג.

וואָס שייך דעם מוזיקאַלישן פֿאָלקלאָר פֿון סוכּות, האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ פּאַראָדיע אויף ייִדיש פֿון דער גשם־תּפֿילה, וואָס מע דאַוונט שמיני-עצרת, און זי איז אַרײַן אַפֿילו אינעם חזנישן רעפּערטואַר. ב. גאָרין גיט איבער אַ וואַריאַנט פֿונעם דאָזיקן ליד „אַף ברי‟, און נאָכן ווײַטערדיקן טעקסט קען מען הערן אַ רעקאָרדירונג פֿונעם חזן מרדכי הערשמאַן:

אַף ברי ־ אויף מאָרגן נאָך יום־טובֿ אין דער פֿרי,
די שויבן זײַנען צעבראָכן,
ניטאָ וואָס צו קאָכן.
און קיין געלט איז אַלץ ניטאָ.
אַחת — אין שטוב איז קאַלט און נאַס
ווי אויפֿן גאַס,
אין מאַרק מוז מען לויפֿן, בולבעס מוז מען קויפֿן,
און קיין געלט איז אַלץ ניטאָ.
שם שר מטר — פֿון אַ חובֿ איז מען פּטור,
דאָס פּעלצל איז אויסגעקראָכן,
דער דאַך איז צעבראָכן,
און קיין געלט איז אַלץ ניטאָ….

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.