ווירטועלע ייִדיש־קורסן וועגן טעאַטער, גנבֿים און, להבֿדיל, די פּרשיותOnline Yiddish courses about the theater, thieves and the weekly Torah portion
די ייִדיש־פּראָגראַם פֿונעם אַרבעטער־רינג נעמט אויך אַרײַן באַשעװיס־זינגערס „מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב“
אונטערװעלטניקעס, „שרײַבנדיקע שטערן“ און די פּרשיות — דאָס זענען בלויז עטלעכע טעמעס פֿון די פֿופֿצן ווײַטהאַלטער ייִדיש־קורסן געלערנט דורכן אַרבעטער־רינג דעם האַרבסט־זמן. די קורסן וועלן לערנען אָנגעזעענע פּראָפֿעסאָרן און מומחים פֿון איבער דער װעלט.
מע קען זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך מיטן שפּראַכפֿאָרשער יצחק ניבאָרסקין דורך די װערק פֿון שטערן פֿון ייִדישן טעאַטער און דער מוזיק־װעלט װי ,למשל, אסתּר רחל קאַמינסקאַ קאַמינסקאַ און יוסף רומשינסקי. די זכרונות פֿון טעאַטער־פּערזענלעכקייטן און מוזיקערס װעלן געבן די סטודענטן אַ פֿאַרכאַפּנדיקן בליק אין דער אַנטװיקלונג פֿון ייִדישער מוזיק און בינעקונסט.
אויב מע וויל בעסער לייענען וועגן פֿאַרברעכערס, קען מען זיך פֿאַרשרײַבן אויף קאָליע באָראָדולינס קורס װעגן שלום אַשעס ראָמאַן „מאָטקע גנבֿ“ װעגן דער װאַרשאַװער אונטערװעלט. צוזאַמען מיטן בוך גופֿא װעט קאָליאַ װײַזן אי היסטאָרישע און אַריכיװאַלישע דאָקומענטן, אי לידער װאָס שילדערן די גנבֿים־װעלט אין מיזרח־אייראָפּע.
אָבער אויב מע װיל לאָזן אויף איין זײַט די עבֿירות, און זיך גיכער פֿאַרנעמען מיט רוחניות, איז דאָ שבֿע צוקערס קורס װעגן פּרשה־פּאָעזיע. מע װעט לייענען די סדרה פֿון דער װאָך אין יהואשס איבערזעצונג, צוזאַמען מיט לידער אָנגעשריבן אויפֿן סמך פֿון די פּרשיות. דאָס וועט אַרײַננעמען לידער פֿון יעקבֿ גלאַטשטיין, רחל קאָרן, איציק מאַנגער און קאַדיאַ מאָלאָדאָװסקי.
צווישן די אַנדערע טעמעס פֿון די ווײַטהאַלטער־קורסן דעם זמן:
- באַשעװיס־זינגערס מײַסטערװערק „מײַן טאַטנס בית־דין־שטוב“ (שבֿע צוקער)
- „ליטװיש ייִדיש“, וווּ מע וועט פֿאָרשן די פֿראַגעס: װי אַזוי איז ליטװיש ייִדיש געװאָרן אַזוי אַנדערש פֿון פּויליש ייִדיש? און פֿאַר װאָס האָט מען באַטראַכט דעם ליטװישן אַרויסרעד װי מער קאָרעקט? (לייזער בורקאָ)
- „יוסף אָפּאַטאָשו – תּקופֿות פֿון ייִדיש לעבן“ און ייִדישע ליטעראַרטור פֿאַר די קלאַסיקער (אַבֿרהם ליכטענבוים)
- די פּאָעזיע פֿון דוד האָפֿשטיין (יודזשין אָרענשטיין)
דעם זמן לערנט מען אויכעט צװיי מיניקורסן:
• אַ סעמינאַר װעגן ייִדיש־לערערײַ (רבֿקה מאַרגוליס)
- אַ ייִדישע פּראָזע מײַסטער־קורס, װוּ מע װעט אַרומרעדן װיכטיקע פֿאַקטאָרן פֿון שעפֿערישקייט װאָס שילדערן אָפּ דעם ייִדישן לעבן־שטייגער, לייגנדיק אַ טראָפּ אויף סלאַװישע װערטער אין דער ייִדישער שפּראַך (באָריס סאַנדלער)
צו קריגן מער אינפֿאָרמאַציע װעגן די אַװאַנסירטע קורסן און כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קװעטש דאָ.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO