זשורנאַל „ייִדישלאַנד“ דרוקט ערשטן קאַפּיטל פֿון אַ נײַעם אַוואַנטור־ראָמאַן‘Yidishland’ magazine prints first chapter of a new adventure novel
אויך אין דעם נומער: אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון לידער פֿון אַן אוקראַיִנישן פּאָעט וואָס איז געפֿאַלן אין שלאַכט קעגן רוסלאַנד.
ס׳איז לעצטנס דערשינען דער 24סטער נומער פֿונעם קוואַרטאַלניק „ייִדישלאַנד“. אין דעם נומער פּובליקירט מען דעם אָנהייב פֿון אַ ראָמאַן פֿון דער אַמעריקאַנער שרײַבערין, וועלכע טרעט אַרויס אונטערן פּען־נאָמען „קלאַראַ־בעל“. דער ראָמאַן, „די בלאָנדזשענדיקע אַװאַנטורעס פֿון פֿײַװל אתרוגער: זכרונות, איבערדערציילט פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען“, איז טאַקע אַן אַוואַנטור־ראָמאַן.
די קינסטלערישע פּראָזע פֿונעם נומער איז פֿאָרגעשטעלט מיטן המשך פֿון מיכאל פֿעלזענבאַומס ראָמאַן „טיק-טאַק“, מיט וועלוול טשערנינס קורצער דערציילונג „זעירא“ און מיט ירמיהו אהרן טאַובס ליד אין פּראָזע „מדרש וועגן אַ מצבֿה־אַקראָסטיך־אײַנשריפֿט“. נאָענט לויט זײַן סטיל צו דער קינסטלערישער פּראָזע איז דער עסיי „לשון, מאַמע־לשון, פֿאָלקס־לשון“ פֿון דער באַוווּסטער העברעיִשער דיכטערין רבֿקה מרים, וועלכע איז געבוירן געוואָרן אין ישׂראל בײַ דער משפּחה פֿונעם ייִדישן זשורנאַליסט און פּראָזאַיקער לייב ראָכמאַן און אויסגעוואַקסן ווי אַ ייִדיש־שפּראַכיק קינד.
חוץ ווערק פֿון הײַנטצײַטיקע מחברים טוט „ייִדישלאַנד“ רעגולער פֿאַרעפֿנטלעכן אויך מאַטעריאַלן פֿון עזבֿונות פֿון פֿאַרשטאָרבענע ייִדישע שריפֿטשטעלער. אין דעם נומער קען מען ווײַטער לייענען דעם פּאַרטיזאַנישן טאָגבוך, וואָס דער ייִדישער פּראָזאַיִקער הירש דאָבין (1905 – 2001) האָט געפֿירן אין 1943 אין ווײַסרוסישע וועלדער. דאָס טאָגבוך האָט זיך אָפּגעהיט בײַם פּריוואַטן אַרכיוו פֿון זײַן טאָכטער אין ישׂראל.
ברייט איז פֿאָרגעשטעלט אין דעם נומער די הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּאָעזיע: לידער פֿון פֿעליקס חיימאָוויטש, הלל קאַזאָווסקי, אָשר גל, באָריס קאַרלאָוו, קאַטערינאַ קוזנעצאָוואַ, דזשייק שנײַדער, ווי אויך אַ ציקל הײַקוס פֿון דוד־עומר כּהן. דער נומער שליסט אויך אײַן וועלוול טשערנינס ייִדישע איבערזעצונג פֿון דרײַ לידער פֿונעם יונגן אוקראַיִנישן דיכטער מאַקסים קריווצאָוו, וועלכער איז געפֿאַלן אין שלאַכט קעגן די רוסישע אָקופּאַנטן אין יאַנואַר 2024.
ווי געוויינטלעך, אַנטהאַלט דער נומער אַרטיקלען איבער פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ליטעראַטור־געשיכטע און קונסט. דאָס מאָל קען מען לייענען מאַגדאַלענאַ ווינקאָס „סאַקאָ און וואַנצעטי אין דער ייִדישער ליטעראַטור“, ענתּ און נגה אַדרתּס „מאָטיוו פֿון אָפּגעהאַקטן שטאַם מיט אַן אָפּשפּראָץ אין יזכּור־ביכער“ און וואַלערי סלוצסקיס אַרטיקל „געפֿינען דעם פּשט“, געווידמעט דער מאָלערין אינע גערשאָווע־סלוצקי (1956 – 2024), וועלכע האָט, צווישן אַנדערס, אילוסטרירט ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
„ייִדישלאַנד“ האָט עטלעכע באַשטענדיקע רובריקן: „נײַע ביכער“, „פֿאַר קינדער און קינדס־קינדער“, „אַ נײַ זינגליד“ און „מאַטעריאַלן צום לעקסיקאָן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אינעם 21טן יאָרהונדערט“.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO