Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿרױד אױף העברעיִש און ייִדיש Freud in Hebrew and Yiddish

נעמי סײַדמאַן באַשרײַבט ווי דער גרינדער פֿון פּסיכאָאַנאַליז האָט זיך באַצויגן צו די איבערזעצונגען פֿון זײַנע ביכער

צװײ ייִדן באַגעגענען זיך בײַ אַ באַן־סטאַנציע אין גאַליציע.
„אַװוּ פֿאָרט מען?“ פֿרעגט דער ערשטער.
„קײן קראָקע,“ זאָגט דער צװײטער.
„ס׳אַ ליגן! אױב איר זאָגט, אַז איר פֿאָרט קײן קראָקע, װילט איר איך זאָל מײנען, אַז איר פֿאָרט קײן לעמבעריק. נאָר איך װײס אַז אױף אַן אמת פֿאָרט איר קײן קראָקע. איז פֿאַר װאָס זאָגט איר מיר אַ ליגן?!“

אַזאַ מין װיץ איז אַ געמיש פֿון דעם באַהאַלטענעם און דעם אָפֿענעם, אַ באַלאַנץ צװישן מודה זײַן דעם אמת און פֿאַרלײקענען דעם אמת. ס׳איז אַזאַ מין ייִדישער װיץ װוּ דער אינהאַלט פֿונעם װיץ אַלײן (צי פֿאָרט מען קײן קראָקע אָדער קײן לעמבערג?) איז װײניקער װיכטיק ווי דער ייִדישער טעם דערפֿון.

דער דאָזיקער װיץ, ציטירט פֿונעם גרינדער פֿון פּסיכאָאַנאַליז זיגמונד פֿרױד אין זײַנע שריפֿטן, װערט אױך געבראַכט פֿון דער פֿאָרשערין נעמי זײַדמאַן אין איר נײַעם בוך װעגן דעם װיסנשאַפֿטלער, „דאָס איבערזעצן דעם ייִדישן פֿרױד: דער פּסיכאָאַנאַליז אױף העברעיִש און ייִדיש.“

װי דער דאָזיקער װיץ, שפּילט זיך זײַדמאַן מיט באַגריפֿן פֿון אָפֿנקײט און באַהאַלטנקײט, ליגן און אמת, און דעם עפֿנטלעכן פּנים פֿון ייִדישקײט, װאָס יעדער קען זען. נאָר להיפּוך צום װיץ, װאָס פֿאָרט נישט אַזױ װײַט, איז זײַדמאַנס בוך אַ טור פֿון דער לאַנדשאַפֿט פֿון פֿרױד און ייִדישקײט: פֿון גאַליציע קיין װין, פֿון װין קיין ענגלאַנד, מיט אַנדערע אָפּשטעלן אין װאַרשע, דער ליטע, אַמעריקע און ישׂראל (סײַ פֿאַר סײַ נאָכן אױפֿקום פֿון דער מדינה).

סוף־כּל־סוף, אױף זײער אַ פּאַסיקן אופֿן פֿאַר אַ בוך װעגן פּסיכאָלאָגיע, הייבט סײַדמאַן אָן איר נסיעה מיט איר אײגענער הײמישער שאַפֿע, אָנגעפּראָפּט מיט פֿרױדיאַנישע חפֿצים (ביכער, אַ פּען, אַ קופֿל) וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון די יאָרן פֿון מעדיטאַציע און פֿאָרשונג.

צוליב דעם וואָס פֿרױד איז געװען אַ ייִד האָט ער געמוזט אַנטלױפֿן פֿון װין. און טאַקע צוליב דעם האַלט מען דעם פּסאָכאָאַנאַליז װי אַ ייִדישע װיסנשאַפֿט, אָדער רפֿואה.

מער װי אײן מאָל האָבן לײענער פֿון פֿרױד געפּרוּװט דערגײן פּינקטלעך „װי ייִדישלעך“  פֿרױד איז געװען. האָט ער געקענט העברעיִש אָדער ייִדיש, און געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז נישט? אפֿשר האָט ער פּסיכאָלאָגיש אונטערגעדריקט אַזאַ װיסן? אָדער, פֿאַרקערט, איז די דײַטשע אַסימילאַציִע אפֿשר שולדיק, און קײן סך ייִדיש װיסן האָט פֿרױד טאַקע נישט געהאַט?

אין 1930 האָט דער אַמעריקאַנער ייִדישיסט און פּסיכאָלאָג א. א. ראָבאַק אָנגעהױבן זיך אַדורכשרײַבן מיט פֿרױד װעגן די פֿראַגעס. אַ גאַנצן בריװ־אױסטױש האָבן זײ געפֿירט, און אײן מאָל קלאָר און אָפֿן האָט ראָבאַק בײַ פֿרױדן אַ פֿרעג געטאָן: „עס װאָלט מיר צופֿרידנגעשטעלט צו װיסן אַז דו רעדסט, לײענסט, אָדער צום װײניקסטנס פֿאַרשטײסט ייִדיש.“ „ייִדיש,“ האָט פֿרױד געענטפֿערט, „האָב איך זיך נישט געלערנט אָדער גערעדט.“

צוריקגערעדט, האָט דער היסטאָריקער יוסף חײם ירושלמי געהאַלטן אַז פֿרױד האָט געקענט מער העברעיִש װי ער האָט אָנערקענט.

פֿאַר װאָס איז מען בכלל אינטערעסירט אין דער ייִדישקײט פֿון פֿרױד, און װי אַזױ האָט אַזאַ אינטערעס געװירקט אױף ייִדן, דער ייִדישער גאַס, און דער ייִדישער פּרעסע, סײַ בשעתן לעבן פֿון פֿרױד, סײַ נאָך זײַן טױט?

מיט אַזאַ טעמע, צװישן אַנדערע, גיט זיך זײַדמאַן אָפּ אין איר בוך. מיט אַ ברײטן פֿאַרנעם, שפּרינגט זי טיף אַרײַן אין דער פֿאַרבינדונג צװישן פֿרױד און ייִדישקײט, פֿונעם קוקװינקל פֿון ייִדן אױף דער גאַס, דער ייִדישער און העברעיִשער פּרעסע, דער אַנטװיקלונג פֿונעם פּסיכאָאַנאַליז בײַ ייִדן, סײַ אין די תּפֿוצות און סײַ אין ישׂראל, און װי אַזױ אײנער פֿון די גרינדערס פֿון ייִװאָ, מאַקס װײַנרײַך, האָט געפּרוּװט, נאָר נישט דערענדיקט, אַן איבערזעצונג פֿון פֿרױדס אַ בוך אױף ייִדיש, און זײַן העפֿט (װאָס ליגט איצט אין ייִװאָ־אַרכיװ) האָט ער גאָר באַצײכנט מיטן טיטל „פֿרױד־לאַבאָראַטאָריִע.“

זײַדמאַנס בוך איז פֿול געפּאַקט מיט היסטאָרישע פֿאַקטן און אַנעקדאָטן װאָס זײַנען מיר געווען אין גאַנצן נײַ, און אינטערעסאַנטע געשעענישן װאָס ס׳װילט זיך דעם לײענער זײ איבערגעבן אױפֿן אָרט צו אַנדערע מענטשן אין שטוב. אײן בײַשפּיל: אױף אַ בילד פֿון פֿרױדס אַלטן ביוראָ אין װין (נאָך אײדער ער האָט געמוזט אַנטלױפֿן קײן לאָנדאָן ערבֿ דער מלחמה) האָט אַ שאַרף־אױגיקער גראַדויִר־סטודענט דערבליקט אַ הײמישן אימאַזש: צװײ קידוש־בעכערס, צווישן די אַרכעאָלאָגישע געטער און געטשקעס פֿון זײַנע רײַזעס און פֿאָרשונגען. אַרכעאָלאָגיע איז געווען איינע פֿון פֿרױדס פּאַסיעס און אַ צאָל כינעזישע, מיצרישע און רױמישע אַנטיקװאַריאַטן האָבן זיך געפֿונען אין זײַנע ביוראָען.

וויי די „פֿרויד־לאַבאָריטאָריע“ איז זײַדמאַנס בוך אַליין אַ מין לאַבאָראַטאָריע, פֿול מיט אינגרעדיענטן, בלעזלענדיקע גלעזערנע כּלים װאָס פֿאַבריצירן כּלערלײ אינטערעסאַנטע סובסטאַנצן. דאָס איז נישט קיין בוך מיט אַ שװאַרץ־אױף־װײַס, גאָר־אָדער־גאָרנישט אַרגומענט װאָס מע מוז אים אָדער אָננעמען אָדער אָפּװאַרפֿן. אַדרבא, ס׳איז אן אַרומנעמיקע אױספֿאָרשונג פֿון פֿרױדס באַציִונג צו ייִדישקײט; און פֿון דער באַציִונג פֿון די ייִדן צו פֿרױד.

אױב אָבער מע זאָל באַטאָנען אײן טעמע װאָס כאַראַקטעריזירט דאָס בוך בכלל, איז דאָס דער ענין פֿון איבערזעצן. פֿאַר וואָס? ווײַל אױב דאָס איבערזעצן איז במילא אַ דורכפֿאַל (װײַל װי אַזױ קען מען עפּעס פּינקטלעך איבערזעצן?), זײַנען די רײַזעס פֿונעם פּסיכאָאַנאַליז דורך ייִדישלאַנד, אױף די װעגן פֿון פֿרױד, פֿול מיט לעכער, טינטערלעך און בלינדע געסלעך.

פֿרױד האָט געפּרוּװט איבערגעבן ייִדישע װיצן װי אילוסטראַציעס פֿון זײַנע טעאָריעס, נאָר אָפֿט מאָל באַהאַלטן, אָדער קוים צוגעדעקט, די ייִדישע אידענטיטעט פֿון זײַנע העלדן. ייִדישע און העברעיִשע שרײַבערס האָבן איבערגעזעצט פֿרױדס װיסנשאַפֿטלעך לשון, נאָר די דײַטשע אױסדרוקן האָט מען פֿאַרייִדישט מיט חומשדיקע און תּנכישע אידיאָמען. אין ישׂראל האָט מען יאָרן לאַנג געװאָלט גרינדן אַ קאַטעדרע פֿון פּסיכאָאַנאַליז אין איינעם פֿון די אוניווערסיטעטן נאָר פֿרױד האָט עפּעס נישט געקענט זיך פֿולשטענדיק באַטײליקן אין אַזאַ פּראָצעס, אָדער צוליב שלאַפֿקײט אָדער צוליב גלײַכגילט.

נאָר די טיפֿערע פֿראַגע װאָס זײַדמאַן דערטאַפּט מיט אירע שפּירעװדיקע אינסטינקטן, איז – פֿון װאַנען נעמט זיך דער ייִדישער חשק צו געפֿינען ייִדישקײט בײַ פֿרױד, צו דערגײן פּינקטלעך װי ייִדישלעך ד״ר פֿרױד איז טאַקע געווען, װיפֿל ייִדיש האָט ער געקענט? פֿאַר װאָס האָט ער אָנגעשריבן אַזאַ בוך װי „משה און מאָנאָטעיִזם“? דערפֿאַר װאָס ער האָט אָפּגעשאַצט משה רבינוס בײַשטײַער צו דער וועלט, אָדער כּדי אים אַראָפּצוזעצן?

דער ענטפֿער, װײסט זײַדמאַן אַלײן, איז נישט קײן אײנצלנער. ס׳איז גלײַך ווי מע וואָלט געשטעלט די פֿראַגע: פֿאַר װאָס קוקט אַן עופֿעלע זיך אָן אין שפּיגל? װײַל עס דערקענט זיך אַלײן, און װיל װיסן מער. װער עס װיל װיסן מער װעגן פֿרױד, ייִדן, דעם ענין איבערזעצן, און דעם מענטשלעכן מוח, סײַ װיסיק סײַ אונטערבאַװוּסטזיניק, זאָל דאָס בוך לײענען — צי אין דער באַן, צי  אין אַ פֿאָטעל בײַ זיך אין שטוב.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.