Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

איך קוועל אָן פֿון מײַן ייִדיש־סטודענט, דער אַקטיאָר סטיוו סקײַבעלI’m kvelling from my Yiddish student, actor Steve Skybell

נאָך איידער ער האָט געשפּילט טבֿיה אין דער פֿאָלקסבינע האָב איך שוין געוווּסט, אַז ער האָט אַ נאַטירלעכע פֿעיִקייט צו שפּראַך.

[דעם אַרטיקל האָט חנה־פֿײַגל טערטלטויב אָנגעשריבן גלײַך נאָך דעם ווי עס האָט זיך געעפֿנט דער מיוזיקל „פֿידלער אויפֿן דאַך אין ייִדיש“ בײַ דער פֿאָלקסבינע אין ניו־יאָרק אין 2018]

כ׳האָב איין מאָל לעצטנס געהאַלטן אין מיטן לערנען ייִדיש מיט איינער פֿון מײַנע געראָטענע סטודענטקעס, שאַראַ, און כ׳האָב זי געבעטן שאַפֿן אַ זאַץ מיטן וואָרט „טשיקאַוועס‟. זאָגט זי: „איך האָב אײַך עפּעס טשיקאַוועס צו דערציילן!“

„גוט, שאַראַ, דו האָסט דאָס וואָרט ריכטיק געניצט,“ האָב איך געזאָגט.

„אַ דאַנק, אָבער איך האָב טאַקע נײַעס וועגן אַ געוועזענעם סטודענט אײַערן: טבֿיה!“

„וואָס רעדסטו, שאַראַ? כ׳האָב קיין מאָל נישט געהאַט קיין סטודענט וואָס הייסט טבֿיה.“ דערציילט זי מיר אַז מע האָט לעצטנס אָנגענומען אַ מיטסטודענטקע אירע, אַ טענצערין, צו שפּילן איינע פֿון טבֿיהס טעכטער אין דער אויפֿפֿירונג פֿון „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ אויף ייִדיש בײַ דער פֿאָלקסבינע אין ניו־יאָרק. ווען דער אַקטיאָר וואָס שפּילט טבֿיה, סטיוו סקײַבעל, האָט דערהערט אַז די טענצערין איז פֿון שיקאַגע האָט ער זי געפֿרעגט צי זי קען אַ פֿרוי דאָרטן, אַ לערערקע פֿון ייִדיש וואָס הייסט חנה־פֿײַגל טערטלטויב!

ווי באַלד איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז מע רעדט וועגן סטיוו סקײַבעלן האָב איך זיך אַזש צעקוויטשעט פֿאַר פֿרייד. מיט צען יאָר צוריק איז ער טאַקע געווען מײַן ייִדיש־סטודענט, און איצט שפּילט ער טבֿיה, די הויפּטראָלע פֿון דער גאַנצער אויסשטעלונג!! ער זינגט, טאַנצט און רעדט ייִדיש אַ גאַנצע דרײַ שעה אויף דער בינע? איך האָב שוין דעמאָלט געוווּסט אַז ער האָט אַן אויסערגעוויינטלעכע, נאַטירלעכע פֿעיִקייט צו שפּראַך. מע לערנט אים „א‟, קען ער שוין „ב‟! אַן אײַזערנעם קאָפּ — און זייער באַשיידן דערצו.

אָבער שפּילן אַ הויפּטראָלע אויף ייִדיש? ער נישט אויסגעזען ווי די געוויינטלעכע אַקטיאָרן וואָס האָבן ביז איצט געשפּילט טבֿיה: זעראָ מאָסטעל אָדער טאָפּאָל; דאָס הייסט — אַ קאָמיקער מיט אַ בײַכל. סטיוו, אָדער אַבא־שײַע, ווי איך האָב אים גערופֿן, איז אַ הויכער שיינער מאַנספּערשוין. זײַן „טבֿיה‟ שטייט שטאָלץ און מע האָט פֿאַר אים דרך־ארץ אַפֿילו ווען ער איז אײַנגעבויגן און שלעפּט דעם וואָגן זײַנעם.

ווי אַזוי בין איך געוואָרן זײַן ייִדיש־לערערקע? הערט זשע אַ מעשׂה. מיט אַכט יאָר צוריק האָט סטיוו סקײַבעל, אַן אַקטיאָר פֿון ניו־יאָרק, גאַסטראָלירט אין שיקאַגע מיט דער טרופּע פֿונעם מיוזיקל, Wicked. איז אויסגעקומען, אַז ער האָט געהאַט אַ סך צײַט צווישן די אַקטן, האָט ער אָנגעהויבן לייענען לאַנגע ביכער ווי אַ צײַטפֿאַרטרײַב — זייער לאַנגע ביכער ווי די פֿון מאַרסעל פּרוסט, למשל. איז אים אײַנגעפֿאַלן, אַז אפֿשר איז איצט דווקא אַ גוטע געלעגנהייט זיך צו לערנען ייִדיש.

ער האָט זיך דערוווּסט וועגן מײַן ייִדיש־קלאַס אינעם נאָרטוועסטערן־אוניווערסיטעט, און געוואָלט זיך פֿאַרשרײַבן, האָט מען דעם קלאַס אָבער געמוזט אַנולירן ווײַל עס זענען נישט געווען גענוג בעלנים.

האָט סטיוו זיך נישט געפֿוילט, באַקומען מײַן טעלעפֿאָן און געקלונגען צו מיר אַהיים אַז ער וויל זיך פֿאָרט לערנען ייִדיש. איך זאָג קיין מאָל נישט אָפּ קיין ייִדיש־סטודענט, האָב איך אים פֿאָרגעלייגט, ער זאָל זיך לערנען ווי אַ פּריוואַטער סטודענט בײַ מיר אין דער היים. ער האָט זיך דערפֿרייט און מסכּים געווען.

ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן אים צו לערנען. ווי געזאָגט, האָט ער געהאַט אַ גוטן קאָפּ. נו אַוודאי, צו זײַן אַן אַקטיאָר מוז מען זיך דאָך אויסלערנען אַ גאַנצע פֿאָרשטעלונג פֿון אויסנווייניק. איך, למשל, קען נישט געדענקען מײַן אייגענע אײַנקויף־רשימה פֿון מער ווי צוויי זאַכן, און ווען איך פֿאַרשרײַב שוין יאָ, געדענק איך נישט וווּהין כ׳האָב דאָס צעטל אַהינגעטאָן. סטיוו האָט אָבער געדענקט אַלץ, געשלונגען די לעקציעס. און ווײַל ער איז אַן אַקטיאָר איז ער אויך פֿעיִק אויף אַקצענטן, האָט ער זייער גיך זיך אויסגעלערנט רעדן מיט אַן עכטן ייִדישן אַרויסרעד. אַלע לערערס זאָלן נאָר זײַן געבענטשט מיט אַזעלכע סטודענטן.

ווי באַלד איך האָב דערהערט אַז ער שפּילט אין ייִדישן טעאַטער האָב איך געקויפֿט אַ בילעט צו פֿליִען קיין ניו־יאָרק און אַוודאי — אויך אַ בילעט צו דער פֿאָרשטעלונג. דערבײַ האָב איך אים געלאָזט וויסן וועלכן אָוונט איך וועל זײַן אין עולם. נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָבן מיר זיך טאַקע גוט צעלאַכט ווען ער האָט מיר געזאָגט אַז ער איז געווען אַ ביסל באַזאָרגט, וויסנדיק אַז די לערערקע זיצט דאָ אין זאַל! אין דער אמתן האָב איך זיך באַלעקט די פֿינגער פֿון יעדן וואָרט זײַנעם. דער גאַנצער אַנסאַמבל איז געווען זייער פּראָפֿעסיאָנעל. די פֿאָרשטעלונג איז אַ לאַנגע — דרײַ שעה, אָבער ס׳איז קיינעם נישט לאַנגווײַליק געווען, אַזוי פֿאַרכאַפּט איז דער עולם געווען אינעם לעבן פֿון די מענטשן אין אַנאַטעווקע.

Screenshot Courtesy of the Turtletaub family archives

אַבא־שײַע האָט שוין פֿון פֿריִער געמאַכט אַ רושם אין דער טעאַטער־וועלט. אין די רעצענזיעס זאָגט מען נישט קיין איין שלעכט וואָרט וועגן אים.

נו, ווער איז דער סטיוו סקײַבעל? זײַן זיידע, דעם טאַטנס טאַטע, שטאַמט פֿון פּוילן און איז פֿאַר דער ערשטער וועלט־מלחמה געקומען קיין אַמעריקע, נאָך ווי אַ קינד. ער האָט חתונה געהאַט מיט דער טאָכטער פֿון אַ כּשרער משפּחה אין טשיקאַסאָ, אָקלאַהאָמע, וואָס איר טאַטע איז געווען אַ רבֿ.

אויסגעוואָקסן איז סטיוו אין לובאָק, טעקסעס. אין יענע צײַטן זענען נאָר געווען אַן ערך הונדערט ייִדישע משפּחות דאָרטן. די רעפֿאָרם־סינאָגאָגע איז געווען די איינציקע שיל אין לובאָק און דאָרטן האָט ער מיט זײַן ברודער זיך געלערנט אויף בר־מצוות. „כאָטש צו פֿיל וועגן ייִדישקייט האָבן מיר זיך דאָרטן נישט געלערנט, האָב איך זיך יאָ געלערנט דעם העברעיִשן אלף־בית, און כ׳האָב אַלע מאָל געהאַט דאָס געפֿיל, אַז איך מוז די אותיות געדענקען און זיי האַלטן טײַער,‟ האָט סטיוו מיר געזאָגט.

ווײַטער האָט ער געזאָגט אַז צוליב דעם וואָס זײַנע זיידע־באָבע האָבן געוווינט אין זעלבן שטעטל, גערעדט ייִדיש צווישן זיך און אים אַ מאָל מיטגענומען אין שיל אַרײַן, האָט דאָס אין אים געשטאַרקט דאָס פּינטעלע ייִד. „פֿון קינדווײַז אָן האָב איך געוווּסט, אַז איך וויל זײַן אַן אַקטיאָר,‟ האָט סטיוו געזאָגט. „איך האָב געמוזט אַפֿילו דענצמאָל האָבן אַ גוטע שטימע ווײַל דער זיידע האָט מיך אָפֿט געבעטן זינגען. מער ווי אַנדערע האָט ער געוואָלט הערן דאָס ליד ׳מײַן ייִדישע מאַמע׳.‟

אין אוניווערסיטעט האָט סטיוו שטודירט דראַמע. באַלד נאָך דער גראַדויִרונג האָט ער באַקומען אַ ראָלע אין אַ פֿאָרשטעלונג בײַם Public Theater וואָס איז שפּעטער אַריבער אויף בראָדוויי. די פֿאָרשטעלונג, „קאַפֿע ראָיאַל“, איז באַזירט אויפֿן אמתן „קאַפֿע ראָיאַל‟ — אַן אַמאָליק פֿאַרברענגאָרט פֿאַר ייִדישע אַקטיאָרן אויף סעקאָנד עוועניו. „כ׳האָב אַלע מאָל געפֿילט אין זיך די דינאַמישקייט פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק און זיך געוווּנדערט ווי עס וואָלט געווען צו שפּילן אין די באַרימטע טעאַטער־שטיק פֿון יענער צײַט.‟

דאָס פּינטעלע ייִד האָט זיך בײַ אים אַ ביסל צעפֿלאַקערט אין זײַנע דרײַסיקער ווען ער און דער ברודער יוסף האָבן באַשלאָסן זיך צו לערנען ייִדיש צוזאַמען טעלעפֿאָניש אָבער ס׳איז זיי אָנגעקומען זייער שווער ווײַל ווען מ׳האָט געהאַט אַ שפּראַך־קשיא איז נישט געווען בײַ וועמען צו פֿרעגן. „בקיצור, ס׳איז געווען ווי אַ בלינדער פֿירט אַ קאַליקע,‟ האָט סטיוו זיך געוויצלט.

ווען ער האָט זיך אָבער גענומען ערנסט לערנען ייִדיש בײַ מיר, זאָגט ער, האָט ער דערפֿילט ווי ער לערנט זיך נישט נאָר גראַמאַטיק, נאָר ער פֿאַרבינדט זיך אויך אַ ביסל מיט דער נשמה פֿון ייִדישקייט.

„בשעת מײַן אינטערוויו מיט זלמן מלאָטעקן אין פֿרילינג 2018 האָב איך אים דאָס אַלץ דערציילט,‟ האָט סטיוו געזאָגט. „און ווען ער האָט מיך געפֿרעגט פֿאַר וואָס איך האָב אַזוי שטאַרק געוואָלט קענען ייִדיש האָב איך אים געזאָגט, אַז ס׳איז אַלע מאָל געווען בײַ מיר אַ חלום צו שפּילן ייִדיש טעאַטער.“

און אוי ווי ער שפּילט — באַלויכט ממש דעם גאַנצן זאַל. און איך — זײַן ייִדיש־לערערקע — קוועל צו!

Victor Nechay / ProperPix/Khane-Faygl Turtletaub

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.