ווער זענען געווען די שרײַבער און לייענער פֿון ליטעראַטור אויף אַלט־ייִדיש?Who were the writers and readers of literature in Old Yiddish?
אין קעלן, דײַטשלאַנד האָט מען אויסגעגראָבן טאָװלען מיט ייִדישע אותיות, װאָס מען האָט אַ פּנים גענוצט זיך צו לערנען שרײַבן.
אין דער דײַטשישער שטאָט קעלן (קולוניא) האָט מען לעצטנס דורכגעפֿירט אַ צאָל אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען פֿון אַ גאַס, וואָס איז אין מיטלאַלטער געווען אַ ייִדישער קוואַרטאַל. צווישן די אַנטדעקונגען פֿון די אַרכעאָלאָגן זענען געווען עטלעכע אין שײַכות מיט דער געשיכטע פֿון ייִדיש און דער אַלט-ייִדישער ליטעראַטור.
װעגן דעם דערצײלט פּראָפֿעסאָרן עריקאַ טים (אוּניװערסיטעט פֿון טריר אין דײַטשלאַנד) אין איר קאַפּיטל פֿונעם נײַעם זאַמלבוך „די װעלטן פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור“ אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָרן שמעון נױבערג (אוניװערסיטעט פֿון טריר, דײַטשלאַנד) און דיִאַנאַ מאַטוט (אוניװערסיטעט פֿון האַלע, דײַטשלאַנד).
װעגן דעם דערצײלט פּראָפֿעסאָרן עריקאַ טים (אוּניװערסיטעט פֿון טריר אין דײַטשלאַנד) אין איר קאַפּיטל אינעם נײַעם זאַמלבוך „די װעלטן פֿון דער אַלט־ייִדישער ליטעראַטור“ אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿעסאָרן שמעון נױבערג (אוניװערסיטעט פֿון טריר, דײַטשלאַנד) און דיִאַנאַ מאַטוט (אוניװערסיטעט פֿון האַלע, דײַטשלאַנד).
בשעת דער פּעסט־עפּידעמיע אינעם 14טן יאָרהונדערט האָבן די קריסטן באַשולדיקט ייִדן אין פֿאַרשפּרײטן די מגפֿה. אין אױגוסט פֿונעם יאָר 1349 האָט זיך אין קעלן אױסגעבראָכן אַ בלוטיקער פּאָגראָם. מען האָט חרובֿ געמאַכט די שיל און פֿאַרברענט די אַרומיקע ייִדיש הײַזער. די מערדער האָבן אומגעבראַכט כּמעט די גאַנצע ייִדישע קהילה. דעם שטײנבראָך פֿון דער צעשטערטער שיל האָט מען אַרײַנגעװאָרפֿן אינעם קעלער. אינעם יאָר 2007 האָבן די אַרכעאָלאָגן אָנגעהױבן אויסגראָבן די דאָזיקע חורבֿות. צװישן די געפֿונענע שטיקלעך שיװער זײַנען געװען טאָװלען מיט ייִדישע אותיות, װאָס מען האָט אַ פּנים גענוצט פֿאַר געניטונגען אין לערנען שרײַבן.
דאָס רובֿ אױפֿשריפֿטן זײַנען געװען אױף לשון־קודש, אָבער אײניקע זײַנען געװען אױף אַ שפּראַך, װאָס לאָזט זיך דעפֿינירן װי מיטל־הױך־דײַטשיש אָדער אַלט־מערבֿ־ייִדיש. דער אונטערשייד צװישן די דאָזיקע שפּראַכן פֿון יענער תּקופֿה איז אַ לינגװיסטישער ענין, װאָס איז שװער צו דערלײזן אױף זיכער, שרײַבט טים. די גראַמאַטיק און די לעקסיק זײַנען אין גאַנצן דײַטשיש, אָבער די אותיות און דער אױסלײג זײַנען ייִדיש.
דער טעקסט גופֿא איז אַ ראָמאַנטישע ליבע־מעשׂה װעגן אַ ריטער און אַ יונגער פּױערטע, װאָס האָט ניט קײן שפּור ייִדישקײט. עס איז מערקװירדיק, װאָס אײנער אַ ייִד האָט גענומען אױף זיך די טירחה אױסצוקראַצן אַזאַ מין לײַכטזיניקע מעשׂה אױף שיװער־טאָװלען. דאָס איז אַ סימן פֿון נאָענטע קולטורעלע קאָנטאַקטן צװישן ייִדן און זײערע שכנים, ניט געקוקט אױף דער בײזער שׂינאת־ישׂראל מצד די קריסטן.
אַזוינע ראָמאַנטישע אַלט־ייִדישע טעקסטן האָבן געדינט װי דער יסוד פֿאַר דער קולטור־היסטאָרישער „שפּילמאַן־טעאָריע“, װאָס איז געװאָרן פּאָפּולער בײַ ייִדישע פֿאָרשער אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. דער שפּילמאַן איז געװען אַ זינגער און מוזיקער, װאָס האָט געװאַנדערט איבער אײראָפּע און געשפּילט און געזונגען סײַ פֿאַרן ייִדישן און סײַ פֿאַרן קריסטלעכן עולם.
אין די 1970ער יאָרן האָט פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אָבער דערװיזן, אַז די דאָזיקע טעאָריע איז אַ סבֿרה װאָס ווערט ניט געשטיצט דורך היסטאָרישע מקורים. פּראָפֿעסאָר זהבֿית שטערן פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט דערקלערט אין איר קאַפּיטל, אַז די שפּילמאַן־טעאָריע האָט דערלאָזט דעם ערשטן דור ייִדישיסטן שאַפֿן אַ כּמו־היסטאָרישע געשטאַלט פֿונעם „קונציקן גרינדער פֿון דער װעלטלעכער ייִדישער קולטור“. אין זײערע אױגן איז די שפּילמאַן-פֿיגור געװען אַ באַװײַז, אַז זײער נוסח פֿון װעלטלעכער ייִדישקײט האָט פֿאַרמאָגט היסטאָרישע װאָרצלען.
שטערן דערװײַזט, אַז די ייִדישע פֿאָרשער האָבן געשעפּט אינספּיראַציע בײַ זײערע דײַטשישע קאָלעגן. סײַ די סײַ יענע זײַנען געװען אױסן צו שאַפֿן אַן אײגענע נאַציאָנאַלע קולטור־געשיכטע אַרום אַ העלדישער פֿיגור פֿון בשׂר־ודם. דעם שפּילמאַנס רעפּערטואַר האָט דערבײַ געדינט װי דער ערשטער שריט אױפֿן װעג צו אַ נײַער נאַציאָנאַלער ליטעראַטור.
דער ייִדישער ליטעראַטור־היסטאָריקער מאַקס עריק האָט למשל געשריבן: „װי יענער [דער דײַטשישער שפּילמאַן] האָט פֿאַרמיטלט צװישן דער פֿאָלקסטימלעכער, גײַסטלעכער און ריטערלעכער דיכטונג, אַזױ האָט דער ייִדישער שפּילמאַן פֿאַרמיטלט צװישן דער קריסטלעכער דיכטונג און דעם תּנ״ך.“ עריק האָט אױסגעטראַכט אַ ייִדישן שפּילמאַן, װאָס איז געװען אײנצײַטיק אַ תּלמיד־חכם, באַהאַװנט אינעם מדרש און תּנ״ך; אַ פֿאָלקסמענטש, װאָס האָט געקענט דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר; אַ װעלטלעכער אינטעליגענט און אַ מומחה אין דער קריסטלעכער קולטור. דאָס איז געװען אַ פֿיגור, װאָס האָט געקענט דינען װי אַ מוסטער פֿאַרן מאָדערנעם ייִדישיסט.
עס איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז כאָטש פֿון דער שפּילמאַן־טעאָריע האָט זיך אױסגעלאָזט אַ בױדעם, האָט זי פֿון דעסט װעגן געהאַט אַ השפּעה אױף דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. יוסף אָפּאַטאָשו האָט געמאַכט דעם ייִדישן שפּילמאַן פֿאַרן העלד פֿון זײַן היסטאָרישער נאָװעלע „אַ טאָג אין רעגנסבורג“. אַבֿרהם סוצקעװער האָט פֿאַרפֿאַסט „פֿיר לידער אין אַלט־ייִדישן לשון“ און איציק מאַנגער האָט געשאַפֿן „חומש־לידער“ און „מגילה־לידער“, װאָס מאַכן נאָך דעם אַלטפֿרענקישן ייִדישן לשון. די שפּילמאַן־טעאָריע איז געװען ספּעציעל װיכטיק בײַם פֿאַרשטאַרקן דעם געפֿיל פֿון נאַציאָנאַלן שטאָלץ און מענטשלעכער װירדע בײַ ייִדן אין די 1930ער יאָרן, װען אַנטיסעמיטיזם האָט געבושעװעט אין אײראָפּע.
דײַטשיש איז ניט געװען די אײנציקע אײראָפּעיִשע שפּראַך, מיט װעלכער ייִדיש האָט געהאַט נאָענטע קאָנטאַקטן. אַ ביז גאָר אינטערעסאַנטער בײַשפּיל איז אַ פּאָעמע, װאָס ברענגט צונױף ייִדיש און איטאַליעניש. דאָס דאָזיקע װערק שטאַמט פֿון צפֿון־איטאַליע און האָט זיך אָפּגעהיט אין אַ כּתבֿ־יד, װאָס אײנער אַ ייִד האָט באַשטעלט פֿאַר זײַן טאָכטער װי אַ חתונה־מתּנה. פּראָפֿעסאָר קלאַודיאַ ראָזענצװײַג פֿונעם בר-אילן-אוניװערסיטעט האָט געפֿאָרשט דעם דאָזיקן כּתבֿ־יד אין דער באָדלעאַנער ביבליאָטעק אין אָקספֿאָרד און האָט אים פֿאַרעפֿנטלעכט מיט פּרטימדיקע דערקלערונגען און באַזאָרגט מיט אַן ענגלישער איבערזעצונג.
דאָס ליד איז אַ משל, װאָס פֿאַרגלײַכט די תּקופֿות פֿונעם מענטשנס לעבנסװעג מיט פֿאַרשײדענע פֿיגורן. אַ װיקלקינד װערט געגליכן אײנצײַטיק צו אַ נאַר און צו אַ קעניג, װאָס „מען טוט אים זײַן באַגער“. װען ער װאַקסט צו, װערט ער געגליכן צו אַ חזיר, װאָס „װאַליעט אין קױט“, און אַזױ װײַטער גײט מען יעדע צען יאָר איבער די שטאַפּלען פֿונעם לעבן. מען װערט געגליכן צו אַ ציג, אַ פֿערד, אַ פֿוקס, אַ לײב, אַ האָן, אַ הונט, אַ מאַלפּע, אַ שלאַנג, אַן אָקס, און צום סוף, אױב מען דערלעבט ביז הונדערט, װערט מען גלײַך װי אַ „צעבראָכן הױז“.
די דאָזיקע פּאָעמע איז ספּעציעל אינטערעסאַנט מיט דעם, װאָס יעדער קופּלעט װערט איבערגעחזרט צװײ מאָל, צוערשט אױף ייִדיש און דערנאָך אױף איטאַליעניש. ראָזענצװײַג פֿאַרענדיקט איר גרונדיקע פֿאָרשונג מיט די פֿראַגעס: „איז דאָס דאָזיקע ליד אַ באַװײַז פֿון אַ בעל־פּהיִקער קולטור פֿון אַשכּנזים אין איטאַליע? איז דאָס געװען צום לײענען אָדער זינגען? איז דאָס געװען אַ מין פֿאַרװײַלונג?“ װי עס זאָל ניט זײַן, האָט די כּלה מסתּמא הנאה געהאַט פֿונעם צװײשפּראַכיקן ליטעראַרישן װערק, און די לײענער פֿונעם זאַמלבוך װעלן אױך הנאה האָבן פֿון די נײַע פֿאָרשונגען פֿון דער אַלט-ייִדישער ליטעראַטור.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO