Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מע דאַרף האָבן אַ ביסעלע מזל!We all need a bit of good luck!

ייִדן האָבן כּלערליי סגולות אַרײַנצוברענגען מזל, ווי למשל דאָס אײַנטונקען שטיקלעך עפּל אין האָניק ראש־השנה

כ׳האָב לעצטנס איבערגעלייענט אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל וועגן כינעזער און כינעזיש. בעיקר האָט דער שרײַבער געפּרוּווט ווײַזן, אַז זייער גאַנץ לעבן איז אַ מין טענצל צוצוציִען מזל צו זיך. כ׳האָב זיך אויסגעמאָלט ווי אַן ער־פּאַווע צעשפּרייט זײַנע פּרעכטיקע, פֿילפֿאַרביקע הינטערשטע פֿעדערן און טאַנצט אַרום, צוצוציִען די זי, וואָס איז זײַן מזל.

אָבער וואָס טוען טאַקע די כינעזער? אויף זייער נײַ יאָר דעקאָרירן זיי די הײַזער און טירן מיט פּאַפּירענע אויסשניטן פֿון מזלדיקע ווערטער אָדער פֿראַזן, מע הענגט אויף פֿאָנען אין דער פֿאָרעם פֿון פֿיש און פֿלעדערמײַז און מע עסט זיי אויך; נישט די פֿאָנען, פֿאַרשטייט זיך, נאָר די אמתע פֿיש און פֿלעדערמײַז. פֿאַר װאָס? ווײַל דאָס כינעזישע וואָרט פֿאַר פֿיש — „יו“ — קלינגט ווי דאָס כינעזישע וואָרט װאָס מיינט איבעריקס און דאָס וואָרט פֿאַר פֿלעדערמײַז קלינגט ווי דאָס וואָרט פֿאַרמעגנס.

דורכן אויפֿהענגען פֿאָנען פֿון די זאַכן און עסן דאָס פֿלייש פֿון די בריאות ווילן זיי סײַ פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון שפֿע סײַ פֿאַרזיכערן אַז זיי וועלן האָבן נישט נאָר גענוג פֿון אַלעס פֿאַר זיך, נאָר מער ווי זיי באַדאַרפֿן. און אויף זייערע לוויות פֿאַרברענען זיי וואָס מיר וואָלטן גערופֿן „מאָנאַפּאָל“־געלט, פֿאַלש געלט אָפּגעדרוקט אויף קאָלירטן פּאַפּיר כּדי די געשטאָרבענע קרובֿים זאָלן פֿון דעם געניסן אויף יענער וועלט.

איר ווייסט שוין אַליין וואָס איך בין דאָ אויסן: אַז ייִדן טוען די זעלבע זאַכן. מיר פּרוּוון מעטאַפֿאָריש פֿאַרזיכערן אַ קאַפּינקע, אַ ברעקעלע מער מזל ווי מיר האָבן איצט. און אויב עס קלינגט אײַך נאַריש, פֿרעג איך אײַך, צי עסט איר נישט צימעס ראש־השנה? מײַדן פֿרומע ייִדן נישט אויס צו עסן ניס ראש־השנה ווײַל די גמטריא פֿונעם לשון־קודשדיק וואָרט פֿאַר „נוס‟ (ארגז) איז איין ציפֿער ווייניקער ווי די גמטריא פֿון „זינד‟ (חטא)?

און דאָס איז נישט אַלץ. אויפֿן טיש בײַ דער יום־טובֿדיקער סעודה ליגט אַ גרויסער טעלער מיטן קאָפּ פֿון אַ די „סימנים“: פֿיש, טײטלען און מילגרוימען. מע קאַפּעט האָניק אויף דער רונדער חלה. ערבֿ־יום־כּיפּור שלאָגן חסידים כּפּרות מיט אַ לעבעדיקער הון, דרייענדיק דאָס דרײַ מאָל איבערן אייגענעם קאָפּ און די קעפּ פֿון זייערע קינדער. און הושענא־רבא שלאָגן פֿרומע מענער און זין די פּאָדלאָגע אין שיל מיט הושענה־צווײַגן בעת זיי זינגען אויס: „הושיעה נא“, ראַטעווע אונדז! און ווײַטער און ווײַטער כּמעט אָן אַ שיעור. מסתּמא וואָלטן כינעזער זיך גוט אויסגעלאַכט פֿון אונדז ווען זיי וואָלטן געהערט, און נאָך מער ווען זיי װאָלטן געזען אונדזערע אייגענע מאָדנע מינהגים.

צימעס עקזיסטירט נאָר צוליב די מערן. עס מאַכט נישט אויס וואָס נאָך מע גיט צו: פֿלייש, צי פּערלגרויפּן, צי באַטאַטעס. דער עיקר איז מערן און האָניק. די מערן, אַוודאי, ווײַל דאָס איז אַ קולינאַריש װערטערשפּיל פּונקט װי די כינעזער. די „מער‟ רעפּרעזענטירט דאָך „זיך מערן‟. וואָס ווילן מיר זאָל זיך מערן? אַל דאָס גוטס: זכיות, קינדער, פּרנסה, געזונט. און אַז צו דעם מאכל גיט מען צו אַ ביסל האָניק פֿאַרזיכערט מען, אַז דאָס לעבן וועט אונדז זײַן זיס. און אויב מען שנײַדט די מערן אין רונדע רעפֿטלעך קען זיך אונדז דאַכטן אַז זיי זעען אויס ווי מטבעות, און מע באַקומט פֿון דעם אַ טאָפּעלע ברכה: מטבעות מערן זיך.

דער קאָפּ פֿון אַ פֿיש איז אויך זייער וויכטיק. די ברכה איבערן קאָפּ פֿון אַ פֿיש איז, אַז דער אייבערשטער זאָל העלפֿן און מיר זאָלן זײַן פֿון פֿאָרנט און נישט פֿון הינטן אין וואָסער אונטערנעמונג עס זאָל נישט זײַן. בקיצור, מע טינקט אײַן אַ שטיקל עפּל אין האָניק מיר זאָלן האָבן אַ גוט יאָר, מע עסט טײטלען אַז אונדזערע שׂונאים זאָלן פֿאַרשװינדן און מילגרוימען כּדי די זכיות זאָלן זײַן מיליאַסן. און אַלץ, אַז מיר זאָלן צוציִען צו זיך מזל.

גוטע ייִדיש־רעדערס ווײסן, אַז דער ענטפֿער צו „גוט־מאָרגן‟ איז „גוט־יאָר‟ — און דאָס זעלבע מיט „גוט־אָוונט‟, „גוט שבת‟, „גוט יום־טובֿ‟, אאַז״װ. דאָס ביסל מזל פֿון אַ גוטן „ווען־עס־זאָל־נישט־זײַן‟ זאָל דויערן אַ גאַנץ יאָר און מיט דעם אייבערשטנס רצון זיך פֿאַרוואַנדלען אין אַ גוטן תּמיד.

אין מזרח־אייראָפּע איז דער ענטפֿער אויף „מזל־טובֿ!‟ בײַ שׂמחות, בר־מיצוות, קנס־מאָלן און חתונות געווען „מיט מזל זאָל מען לעבן!“ — אַ וווּנטש אַז דאָס מזל זאָל אָנגיין. נו, פֿאַר וואָס נישט? אָנווינטשן יענעם גוטס קאָסט נישט קיין געלט; וואָס מער, אַלץ בעסער.

די מאַמע האָט געהאַט אַ סך אײַנגלייבענישן וואָס האָבן געהאַט צו טאָן מיט מזל. הײַנט געדענק איך בלויז עטלעכע:

• ווען אַ פֿויגל האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף איינעם פֿון אונדזערע פֿענצטערברעטלעך האָט זי אים געזאָגט: „פֿייגעלע, פֿייגעלע, ברענג מיר גוטע בשׂורות‟

• ווען מע גייט ערגעץ מוז דער ערשטער טריט איבער דער שוועל זײַן מיטן רעכטן פֿוס

• ווען מע הערט, אַז עמעצער איז געשטאָרבן מוז מען אויסשפּײַען דרײַ מאָל און זאָגן: „אונדז צו לאַנגע יאָר.‟ אַ מאָל האָט זי געזאָגט: „אונדז צו לאַנגע, מזלדיקע יאָר‟

• אַלץ וואָס אַן עופֿעלע טראָגט מוז האָבן אַ רויט בענדל

• ווען אַ שוואַנגערע פֿרוי צעברעכט אַן איי צו פּרעגלען אַ פֿײַנקוכן אָדער באַקן אַ לעקעך און דאָס איי האָט טאָפּעלע געלעכלעך וועט זי געבוירן אַ צווילינג. נו, דאָס איז כּמעט וויסנשאַפֿטלעך ווײַל איך האָב שוואַנגענדיק צעבראָכן דרײַ אייער און כ׳האָב טאַקע געהאַט אַ צווילינג

• ווען אַ מאַנדל האָט געהאַט אין זיך צוויי קערנדלעך פֿלעגט זי זיך פֿרייען און זאָגן: געזונט און פּרנסה!

• ווען עמעצער האָט גענאָסן האָט זי אים אָנגעוווּנטשן: צו געזונט, צו לעבן, צו וואַקסן, צו לאַנגע יאָר! און האָט אים געעצהט: צי אַן אויער. ווען כ׳האָב זי געפֿרעגט פֿאַר וואָס, האָט זי געזאָגט ס׳איז מזלדיק. אפֿשר וואָלט מיר טאַקע צוגעקומען מער מזל ווען איך װאָלט געדענקט אַ װאָסער אויער מע דאַרף ציִען. הײַנט צו טאָג צי איך ביידע, אָבער מיט מײַן מזל אַנולירט איין אויער דעם מזל פֿונעם צווייטן.

אַלע ווייסן, אַז ס׳איז מזלדיק ווען מע צעברעכט אַ גלאָז. דאָס איז אַ סימן, אז עמעצער וועט חתונה האָבן. אַפֿילו ווען אַ קעלנער אָדער אַ קונה צעברעכט אַ גלאָז אין רעסטאָראַן שרײַען ייִדן אויס מזל־טובֿ ווי זיי וואָלטן אַלע געווען געסט אויף דער זעלבער חתונה. מײַן מאַמע האָט פֿון דעם אָבער נישט געהאַלטן. ווען כ׳האָב אַ מאָל אין דער היים צעבראָכן אַ גלאָז האָט זי נישט געשריגן מזל־טובֿ, נאָר בייז געזאָגט „שלמזלניצע, שוין ווידער צעבראָכן אַ גלאָז?“ „אָבער מאַמע,“ האָב איך איר געענטפֿערט. „ס׳איז מזלדיק!“ — „אפֿשר פֿאַר גבֿירים. איך האָב נישט גענוג גלעזער!“

זי האָט אויך נישט געהאַלטן פֿון שליסל־חלות. דער מינהג איז אַרײַנצובאַקן אַ שליסל אין איינער פֿון די חלות דעם שבת נאָך פּסח. זייער אַ סך בעלעבאָסטעס טוען דאָס ווי אַ סגולה פֿאַר פּרנסה. די מאַמע אַליין האָט דעם מינהג נישט געהאַט און האָט מסתּמא פֿאַרגעסן דערפֿון, ווײַל מיר זענען געווען צו גאַסט בײַ אַ מומע און נאָך דעם ווי זי האָט אײַנגעביסן דאָס שטיקל חלה וואָס זי האָט זיך אַליין אויסגעקליבן פֿונעם קוישל איז זי געוואָרן רויט, גלײַך צוגעפֿירט אַ סערוויעטקע צום מויל און עפּעס אין זי אויסגעשפּיגן. „ס׳איז דאָ אַ שטיינדל אין דער חלה,“ האָט זי געזאָגט, און מע האָט אָנגעהויבן פֿון איר צו לאַכן. „אָ, דו האָסט געטראָפֿן דעם שליסל,“ האָבן זיי געזאָגט. אָבער ס׳איז טאַקע נישט געווען וועגן וואָס צו לאַכן און ווײַט פֿון מזלדיק, װײַל אין דער סערוויעטקע איז טאַקע געלעגן אַ שליסל אָבער אויך אַ שטיק צאָן, נעבעך.

אַזוי ווי דער מאַמעס חבֿרה, אַרײַנגערעכנט משפּחה און פֿרײַנד, האָבן נישט געשפּילט דאָס קאָרטנשפּיל „מאַ־זשאַנג“, האָבן סײַ די מענער סײַ די ווײַבער פֿאַרבראַכט די צײַט מיטן זינגען אַלטע לידער. אַ סך לידער האָבן געהאַט צו טאָן מיט מזל. איינס פֿון זיי — דאָס גוט־באַקאַנטע ליד, „וווּ נעמט מען אַ ביסעלע מזל, וווּ נעמט מען אַ ביסעלע גליק?“ (וואָס איר קענט הערן דאָ) האָט די מאַמע אָפֿט געזונגען צו זיך אַליין, װאַשנדיק דאָס געפֿעס אָדער פּרעסנדיק אונדזערע קליידער.

װעט איר מסתּמא טענהן, אַז גליק איז נישט די זעלבע זאַך װי מזל, װעל איך ענטפֿערן אַז צו זײַן גליקלעך דאַרף מען צו ערשט האָבן מזל.

דאָס ליד האָט די מאַמע אונטערגעזונען ווען זי איז געווען צופֿרידן. ווען איך דאָס געהערט בין איך אויך געוואָרן צופֿרידן. ס׳איז זייער ראָמאַנטיש און כאָטש ס׳איז נישט קיין פֿריילעך ליד שטייט בײַם סוף אַז דער גליק איז יאָ געקומען. אין אַנדערע לידער וועגן מזל, האָב איך זיך אַלע מאָל פֿאָרגעשטעלט, אַז די זינגערס זענען אַזוי אַזוי טרױעריק וואַרטנדיק אויפֿן ביסעלע מזל, אַזוי ווי זיי וואַרטן אויף אַ זונענשטראַל אין זייער פֿינצטער פֿאַרכמורעט לעבן.

און יעצט קום איך צו צו דעם, וואָס איך האַלט, איז דער אינטערעסאַנטסטער טייל פֿון דער גאַנצער געשיכטע: די מאַמע האָט מיך איבערגעלאָזט בירושה אַ גאָלדן רינגל װאָס װײַזט, אַז זי אַלײן האָט געװוּסט אַז דאָס צוציִען צו זיך אַ ביסעלע מזל איז געווען דער תּמצית פֿון איר לעבן: אַ רינגל געמאַכט אין גאַנצן פֿון רויטלעך גאָלד, דאָס הייסט אַכצן־קאַראַט, מיטן וואָרט „מזל“ אַרײַנגעזעצט אין אַ רעמל פֿון אַ פּאָטקעװע. יעצט דערמאָנט עס מיר אין די פֿריִער דערמאָנטער כינעזישע סימנים, די אויסשניטן פֿון די ווערטער װאָס דריקן ברמז אויס זייערע פֿאַרלאַנגען. אַ רינגל איז אָבער נאָך בעסער, מע קען עס אָנטאָן אויפֿן פֿינגער און אַרומטראָגן מיט זיך װוּהין מע גייט.

מיר האָט אָבער זייער פֿאַרחידושט וואָס די מאַמע האָט געװוּסט, אַז אַ פּאָטקעװע איז אין דער אַמעריקאַנער קולטור אַ סימן פֿון מזל, און דאָס אוראַלטע עכטע ייִדישע וואָרט „מזל“ אַרײַנגעשטעקט אין אַזאַ מערבֿדיק, קאַובױ סימבאַל קוקט מיר ביז הײַנט אויס אַ ביסל מאָדנע.

צום סוף פֿרעגט זיך די פֿראַגע: צי האָט די מאַמע אַליין געהאַט מזל? אַז מע נעמט אין באַטראַכט אַלץ וואָס זי האָט אין אירע 94 יאָר דורכגעמאַכט — איז יאָ. אָבער דערװײַל זע איך נישט, אַז דאָס רינגל זאָל מיר ברענגען גרויסע גדולות. ערשטנס ווייס איך נישט ווי מע דאַרף דאָס רינגל טראָגן, עס זאָל מיך ברענגען דעם מאַקסימום שטיקל מזל: מיט די שפּיצן פֿון דער פּאָטקעװע אַראָפּ, אָדער אַרויף? האָב איך אַוודאי געזוכט דעם ענטפֿער אויף דער אינטערנעץ און נאָך אַ האַלבער שעה בין איך נישט קיין סך קליגער געוואָרן װײַל ס׳ווײַזט זיך אויס אַז די גרויסע מומחות פֿון די זאַכן קריגן זיך נאָך עד־היום צווישן זיך אַליין. איין צד האַלט, אַז ווען מע הענגט אַ פּאָטקעװע איבער אַ טיר דאַרפֿן די שפּיצן זײַן אַרױף כּדי אײַנצוהאַלטן אין זיך דאָס מזל, נאָר דער אַנדערער צד האַלט אַז די שפּיצן מוזן זײַן אַראָפּ, אַז דאָס מזל זאָל אַראָפּנידערן אויף אַלע װאָס טרעטן איבערן שוועל.

װײַזט אויס, אַז ס׳איז נישט קיין נפֿקא־מינה. איז דאָך דאָ אַן אַנדער פּראָבלעם: דאָס רינגל איז צו גרויס צו טראָגן אויף מײַן קלײנעם פֿינגער און צו קליין פֿאַר די אַנדערע. ווען כ׳האָב עס אַרומגעוויקלט מיט פֿאָדעם ביז עס האָט אויפֿן קליינעם פֿינגער שוין יאָ געפּאַסט, האָבן די שפּיצן, צי אַרויף צי אַראָפּ, מיר ממש צעריסן די נײַלאָנען און זיך פֿאַרטשעפּעט אין די בלוזקעס און אין די קליידלעך.

צום סוף האָב איך זיך פֿאַרלאָזט אויף דער מײנונג פֿון רביים וואָס האַלטן אַז אַזאַ זאַך איז גאָר עבֿודה־זרה. האַלט איך דאָס רינגל אין אַ שופֿלאָד און שמייכל צו זיך אַליין און בענק נאָך דער פֿרומער מאַמען וואָס האָט געװאָלט שעפּן מזל פֿון צוויי קװאַלן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.