אַ פּאָסט־פּאָסט־ווערנאַקולאַרע ייִדיש־קאָנפֿערענץA post-post-vernacular Yiddish conference
אויפֿן הײַיאָריקן ייִדיש־סימפּאָזיום אין דיסלדאָרף האָט מען געשאַפֿן אַ נײַעם טערמין, וואָס פּאַסט זיך גוט צו צו די ייִדישיסטן אין דײַטשלאַנד.
וועגן דעם הײַיאָריקן סימפּאָזיום פֿאַר ייִדישע שטודיעס אין דײַטשלאַנד ווילט זיך דערציילן סײַ צוליב די רעפֿעראַטן, סײַ צוליב די שיינע שמועסן בעת די קאַווע־הפֿסקות. אַפֿילו מענטשן, וואָס ווייסן נישט ווי צו רעדן פֿאַר אַן עולם, קענען מיט אַ ביסל קוכן און קאַפֿעיִן ווערן טשיקאַווע מיטשמועסערס.
דער הײַיאָריקער סימפּאָזיום איז פֿאָרגעקומען דעם 2טן ביזן 4טן סעפּטעמבער בײַם אוניווערסיטעט פֿון דיסלדאָרף, אַ שיינע שטאָט בײַם טײַך רײַן. שוין 27 יאָר נאָך אַנאַנד קומען פֿאָר די דאָזיקע סימפּאָזיומס, אָדער אין דיסלדאָרף אָדער אין טריר. זיי האָבן אַ ספּעציעלן טעם, ווײַל עס קומען נישט בלויז אַקאַדעמיקערס, נאָר אויך ייִדישיסטן פֿון אַ גאַנץ יאָר און סתּם פֿאַראינטערעסירטע. אַז מע רעדט פֿאַר נאָרמאַלע מענטשן, דאַרף מען רעדן קלאָר און צו דער זאַך, דער עולם זאָל פֿאַרשטיין.
אין איין רעפֿעראַט האָט דער בערלינער ייִדישיסט דזשייק שנײַדער צוגעטראַכט זייער אַ פֿײַנעם נעאָלאָגיזם: „פּאָסט־פּאָסט־ווערנאַקולאַר“. דער טערמין „פּאָסט־ווערנאַקולאַר“ איז מסתּמא דעם לייענער שוין באַקאַנט, ווײַל דער פֿאָרשער דזשעפֿרי שאַנדלער האָט אים פּאָפּולאַריזירט אין זײַן בוך „אַוואַנטורעס אין ייִדישלאַנד“. ער באַצייכנט דעם אופֿן, ווי אַזוי ייִדיש און לעבט ווײַטער, אָפֿט מיט אַ סימבאָלישער ראָלע, נאָך דעם ווי מע האָט עס שוין אויפֿגעהערט רעדן (למשל, ייִדישע ווערטער, וואָס מע ניצט אין ענגליש). אַז מע רופֿט עפּעס פּאָסט־ווערנאַקולאַר, קען עס האָבן אַ פּעיאָראַטיוון בײַטעם, ווײַל עס איז נישט עכט, נישט אויטענטיש ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך.
אָבער די בערלינער ייִדישיסטן, כאָטש זיי קענען געוויינטלעך ייִדיש נישט פֿון דער היים, קענען זיי פֿאָרט רעדן גאַנץ פֿײַן. אַז מע רעדט שוין העברעיִש און דײַטש, איז נישט אַזוי שווער צו רעדן ייִדיש אויך — און אַזאַ קאָמבינאַציע איז זייער פֿאַרשפּרייט אין בערלין. זיי זענען שיין אַריבער די סטאַדיע פֿון פּאָסט־… און זענען געוואָרן פּאָסט־פּאָסט־…
בײַ די טרעפֿונגען פֿון „שמועס און ווײַן“, וואָס שנײַדער אָרגאַניזירט צוויי מאָל אַ חודש אין בערלין, קומט מען זיך צונויף אין אַ שענק אָדער אין אַן אַנדער היימישן לאָקאַל. אַ מאָל לייענט מען עפּעס, אַ מאָל זינגט מען, אַ מאָל שרײַבט מען אַ ליד אין איינעם. דער איינציקער כּלל איז, אַז מע שמועסט נאָר אויף ייִדיש. און עס קומען אַ סך מענטשן, קיין עין־הרע, ווי מע קען זען אין די בילדער.
אין דיסלדאָרף קען מען נישט זײַן אַזוי שטרענג לגבי פֿאַרווערן אַנדערע שפּראַכן, ווײַל עס קומען אויך פֿאָרשערס פֿון אַלט־ייִדיש און אַנדערע זאַכן, וואָס קיינער רעדט נישט. הערט מען אַ מאָל אַ שמועס אויף דײַטש, אויף העברעיִש, אָדער אַפֿילו אויף ענגליש.
אַ צווייטער אַמעריקאַנער בערלינער, דזשאָרדין לי שניי, האָט גערעדט וועגן אַ נײַעם אופֿן אַרויסצוגעבן ייִדישע ביכער: נישט דורך אַקאַדעמישע פֿאַרלאַגן אין מערבֿ־אייראָפּע אָדער אַמעריקע (וווּ אַלץ איז רעלאַטיוו טײַער), נאָר דורך קליינע ליטעראַרישע פֿאַרלאַגן אין דרום־אַמעריקע. דאָרט קען מען דרוקן שיינע צוויישפּראַכיקע אויסגאַבעס פֿאַר אַ קליינער סומע. לי האָט אַליין אַרויסגעגעבן עטלעכע בענד מיט זײַנע איבערזעצונגען פֿון דער פּאָעטעסע דבֿורה פֿאָגעל.
דער שווייצער דיאַלעקטן־פֿאָרשער ייִרג פֿליישער האָט געשפּילט גאָר טשיקאַווע ייִדישע רעקאָרדירונגען פֿון דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דעמאָלט זענען איבער צוויי מיליאָן סאָלדאַטן פֿון די אַליִיִרטע אַרמייען (בפֿרט רוסלאַנד און פֿראַנקרײַך) געזעסן אין דײַטשע לאַגערן ווי קריגס־געפֿאַנגענע, אַרײַנגערעכנט אַ סך „רוסישע“ ייִדן. דײַטשע פֿאָרשערס האָבן אויסגעניצט די געלעגנהייט צו מאַכן לינוויסטישע און עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען און געמאַכט אפֿשר די ערשטע רעקאָרדירונגען פֿון ייִדישע דיאַלעקטן.
צוויי אונגערישע לינגוויסטן,אסתּר סענדרוי און פֿערענץ נאָרבערט שיפּאָש, האָבן גערעדט וועגן דער אַזוי גערופֿענער טאָפּעלער פֿאַרניינונג אין ייִדיש: דאָס וואָס מע חזרט איבער די נעגאַציע עטלעכע מאָל, למשל: „איך האָב קיין מאָל קיינעם גאָרנישט נישט געגעבן.“ סענדרוי און שיפּאָש האָבן געבראַכט באַווײַזן, אַז די טאָפּעלע פֿאַרניינונג שטאַמט נישט פֿון סלאַוויש, ווי מע האָט פֿריִער געטענהט, נאָר אַז זי איז אַ ירושה פֿון אַלט־דײַטש. אין מיטל־עלטער האָט מען אויף דײַטש אויך אַזוי גערעדט, און אַזוי אַפֿילו הײַנט אין אַ טייל דײַטשע דיאַלעקטן.
אורן כּהן ראָמאַן האָט געגעבן אַ וויסנשאַפֿטלעכן קוק אויף די נעמען פֿון ייִדישע מאכלים אין סופּערמאַרק. די טראַדיציאָנעלע מאכלים — וואָס ראָמאַן רופֿט „ירושה־מאכלים“ (heritage food) — טראָגן אָפֿט ווײַטער ייִדישע נעמען אויף ענגליש און העברעיִש. אין ישׂראל שרײַבט מען לויטן העברעיִשן אויסלייג, און אין אַמעריקע לויטן ענגלישן: kugel, luck-shen אאַז״וו. עס איז טשיקאַווע, אַז געוויסע מאכלים, וואָס מע באַטראַכט פֿאַר עכט ייִדיש אין אַמעריקע, זענען ווייניק באַקאַנט אין ישׂראל. למשל, אין ישׂראל האָט מען ביז לעצטנס כּמעט נישט געקענט דעם קניש, די באַבקע, און דעם ביאַלי, וואָס זענען אַזוינע באַקאַנטע געבעקסן בײַ אַמעריקאַנער ייִדן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO