ווידעאָ: לוויה פֿונעם חשובֿן רבֿ אַבֿרהמל אויסבאַנד ז״ל איז געווען אויף ייִדישVIDEO: Funeral for respected Rabbi Avrohom Ausband z”l was conducted in Yiddish
אין דער טעלזער ישיבֿה אין ריווערדייל, ניו־יאָרק האָט דער ניפֿטר יעדן שבת געגעבן אַ פּרשת־שיעור פֿאַר די בחורים אויף ייִדיש
דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק אין דער פֿרי האָבן מער ווי טויזנט ייִדן זיך פֿאַרזאַמלט אין דער טעלזער ישיבֿה אין ריווערדייל, ניו־יאָרק, כּדי בײַצוזײַן אויף דער לוויה פֿונעם אָנגעזעענעם, באַליבטן ראש־ישיבֿה, הרבֿ אַבֿרהם אויסבאַנד, וועלכער איז פּלוצלינג ניפֿטר געוואָרן פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, דעם ערשטן טאָג אלול, בשעת ער האָט געגעבן אַ שיעור אין דער ישיבֿה. ער איז געווען 76 יאָר אַלט.
כּמעט אַלע הספּדים אויף דער לוויה האָט מען געמאַכט אויף ייִדיש.
הרבֿ אַבֿרהמל אויסבאַנד, איינער פֿון די גדולי תּורה אין אַמעריקע, איז געווען פֿונעם פֿיפֿטן דור טעלזער. זײַן טאַטע איז געווען הרבֿ אײַזיק אויסבאַנד ז״ל, דער לאַנגיאָריקער ראש־ישיבֿה אין דער טעלזער ישיבֿה אין קליוולאַנד. די רביצין חיה אויסבאַנד ע״ה איז געווען איינע פֿון דרײַ טעכטער פֿון הרבֿ אַבֿרהם יצחק בלאָק ז״ל — אַ לעבן געבליבענער פֿון חורבן וואָס האָט געדינט ווי דער ראש־ישיבֿה פֿון טעלז אין ליטע.
הספּדים אויף ייִדיש זענען אַוודאי נישט קיין חידוש אויף אַ חסידישער לוויה, אָבער הרבֿ אויסבאַנדס ישיבֿה איז אַ ליטווישע, אַזוי ווי די ישיבֿות אין דער גרויסער חרדישער קהילה אין לייקוווּד, ניו־דזשערזי. במשך פֿון די לעצטע 20 יאָר פֿירן זיך די אַמעריקאַנער ליטווישע ישיבֿות כּמעט אויסשליסלעך אויף ענגליש און די ישׂראלדיקע — אויף העברעיִש.
אין דער טעלזער ישיבֿה אין ריווערדייל פֿירט מען הײַנט אויך די שיעורים אויף ענגליש, מיט איין אויסנאַם. יעדן שבת, נאָך שלש־סעודות, האָט הרבֿ אויסבאַנד, פֿאַר אַלע ישיבֿה־בחורים און רביים, געגעבן אַ פּרשה־שיעור אויף ייִדיש, וואָס ער האָט באַצייכנט ווי אַ „שמועס“.
איך אַליין האָב גאָרנישט געוווּסט אַז דאָ בײַ מיר אין געגנט קומט יעדע וואָך פֿאָר אַ שיעור אויף ייִדיש. מײַן זון גדליה איז איין מאָל געזעסן אויף אַן עפֿנטלעכן שיעור (אויף ענגליש) אין טעלז פֿרײַטיק אין דער פֿרי, ווען דער רבֿ וואָס האָט געגעבן דעם שיעור, ר׳ משה פֿערבער, ווייסנדיק אַז גדליה קען ייִדיש, איז צוגעגאַנגען צו אים און געזאָגט אַז יעדן שבת נאָך שלש־סעודות, קומט פֿאָר אַ שיעור וועגן דער סדרה אויף ייִדיש. דעם צווייטן טאָג איז גדליה טאַקע געגאַנגען אַהין צו שלש־סעודות און איז נתפּעל געוואָרן. נישט נאָר האָט הרבֿ אויסבאַנד געגעבן דעם שיעור פֿאַר די יונגע בחורים אין גאַנצן אויף ייִדיש, אָבער ער האָט עס געטאָן מיט האַרץ און געפֿיל.
אויף דער לוויה, האָט מען געמאָלדן אַז דעם ניפֿטרס זון, הרבֿ אליהו אויסבאַנד, וועט ממשיך זײַן די טראַדיציע פֿון געבן דעם שלש־סעודות־שיעור אויף ייִדיש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO