„בילד פֿון צוועלעפֿטן סעפּטעמבער“ (ליד)‘Picture of September 12’ (poem)
דאָס ליד דרוקן מיר כּדי אָפּצומערקן דעם יאָרטאָג פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן דעם 11טן סעפּטעמבער 2001
דאָס ליד דרוקן מיר אָפּ כּדי אָפּצומערקן דעם יאָרטאָג פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן אויפֿן וועלטהאַנדל־צענטער דעם 11טן סעפּטעמבער 2001, וואָס פֿאַלט אויס דעם קומעדיקן מיטוואָך. דאָס ליד איז שפּעטער אַרײַנגענומען געוואָרן אין גיטל שעכטער־ווישוואַנאַטס זאַמלונג לידער, „פּלוצעמדיקער רעגן“ (2003). אַ רעצענזיע פֿונעם ביכל אויף ענגליש קענט איר געפֿינען דאָ.
בילד פֿון צוועלעפֿטן סעפּטעמבער
אינעם
אויף צו להכעיס
פּרעכטיק שיינעם טאָג
געהאָנגען האָסט
פֿון מיר אַרויס
טויזנט מאָל
אַ פֿאָטאָ
פּרעכטיק שיין.
שטאַרק פֿאַרקירצטער
ביאָ,
ציפֿערן
סטאַטיסטיש טרוקן
קינדער אויפֿן שויס
מײַן שמייכל אייביק וואַרעמער
באַגריסט האָט
אַלע פֿאָרערס
אויפֿגעשוידערטע
וואָס האָבן נאָך געהאַט
וווּהין צו גיין.
אַיעדן סלופּ און וואַנט
באַדעקט,
דײַן מאַן צו ליב
געמאַכט אים אויף אַ רגע
גוט באַקאַנט.
נאָר זאָג זשע מיר, נשמהלע,
וווּ האָסטו געמיינט בין איך אַוועק?
סעפּטעמבער 2001
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor