Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ הונט איז מיר באַשערט געווען!I needed this dog like a hole in the head!

נאָכן רעדן טעלעפֿאָניש מיט וועלוולען, האָט ער געזאָגט אַז זײַן הונט באַגלייט אים אומעטום, אַפֿילו צו דער אַרבעט. 

צו לייענען די אַנדערע דערציילונגען פֿון חנה־פֿײַגל טערטלטויב, גיט אַ קוועטש דאָ.

ס׳האָט לעצטנס געקלונגען צו מיר אַ מאַן פֿון אַטלאַנטע. וועלוול האָט ער געהייסן. בעת מיר האָבן געשמועסט האָב איך דערפֿילט ווי איך רעד סוף־כּל־סוף מיט עמעצן נאָרמאַל. ער האָט גערעדט צו דער זאַך, געלאַסן, זיך נישט געיאָגט, אפֿשר ווײַל אין די וואַרעמע דרומדיקע שטעט איז דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן בכלל אַ ביסל מער אָפּגעשפּאַנט ווי אין די צפֿונדיקע? מע האָט צײַט צו טרינקען מיענטע זשולעפּן, צו גיין צו די היפּאָדראָמען און זען די לויפֿפֿערד־פֿאַרמעסטן.

כ׳ווייס אַז דאָס איז אַ סטערעאָטיפּ, אָבער אין פֿאַרגלײַך מיט מײַן פֿאַרטרודט, הענדעם־פּענדעם לעבן קען מען זאָגן, אַז בײַ אים קריכט דער זייגער. אויב איך טו נישט כאָטש צוויי זאַכן אין דער זעלביקער צײַט פֿיל איך זיך ווי אַ פּוסטעפּאַסניצע, ווי איך וואָלט געפּטרט צײַט. למשל, בײַם רעדן טעלעפֿאָניש האָב איך אַלע מאָל צו דער האַנט אַ פּראָיעקט צו נייען, העפֿטן, העקלען, שטריקן. אַבער נאָך פֿינף מינוט רעדנדיק מיט וועלוולען, אַזוי הייסט דער מאַן פֿון אַטלאַנטע, האָב איך באַמערקט, אַז די האַנטאַרבעט ליגט מיר אין שויס און דער בלוטדרוק ווערט נידעריקער. אפֿשר איז דאָס אַ מין היפּנאָז, אָבער צום ערשטן מאָל האַב איך זיך נישט געפֿילט שולדיק, נאָר אַ ביסל שלעפֿעריק, טאַקע אָפּגעשפּאַנט! ער איז געווען בעסער ווי ׳פּראָזאַק׳. האָב איך אַוודאי געוואָלט רעדן מיט אים אָפֿט, ספּעציעל פֿאַרן שלאָפֿן גיין.

אַ צײַט לאַנג האָבן מיר געשמועסט טעלעפֿאָניש עטלעכע מאָל אַ וואָך ביז ער האָט מיך געפֿרעגט, ווי אַ דזשענטלמאַן, צי איך מיין אַז ס׳איז צײַט מיר זאָלן זיך טרעפֿן פּערזענלעך. כ׳האָב זיך ווי אויפֿגעוועקט פֿון אַ חלום. „יאָ, יאָ, זיכער,“ האָב איך אים געענטפֿערט, כאָטש דעם אמת געזאָגט האָב איך געוואָלט אַז די רעד־טעראַפּיע זאָל אייביק אָנגיין, אָן זיך צו באַקענען פּנים־אל־פּנים. איך האָב נישט געטראַכט פֿון אים ווי אַ קאַוואַליר נאָר ווי אַ גוטער פֿרײַנד, אָבער כ׳האָב אַנדערש נישט געקענט זאָגן.

„גוט, וועל איך דיך זען אין עטלעכע טעג אַרום,“ האָט ער געזאָגט.

„וועלוול, וואָס מיינסטו ׳אין עטלעכע טעג אַרום׳? קענסטו מיך נישט זאָגן גענוי ווען דו קומסט?“

„די זאַך איז, אַז איך וויל צו דיר פֿאָרן מיטן אויטאָ און פֿון אַטלאַנטע ביז שיקאַגע נעמט דאָס פֿאָרן צען אָדער עלף שעה, ווייס איך נישט וואָס דער וועטער וועט זײַן. אויב עס רעגנט וועט זיכער דויערן לענגער. אויב מע פֿאַרריכט די שאָסייען וועט אויך נעמען לענגער. אויב איך ווער מיד, וועל איך זיך מוזן אָפּשטעלן און געפֿינען אַ מאָטעל. און מיט אַ הונט דאַרף מען זיך אָפֿטער אָפּשטעלן, און נישט אַלע מאָטעלן נעמען אָן געסט מיט הינט.“

ער האָט אַ הונט? דאָס האָב איך נישט געוווּסט! נאָך עטלעכע וואָכן רעדן, ווי קען דאָס זײַן? נו, מילא. אפֿשר האָט ער מיר יאָ געזאָגט און איך בין טאַקע אײַנגעשלאָפֿן אויף אַ מינוט צוויי? גוט וואָס ער ווייסט דאָס נישט. ער קען זיך נאָך באַליידיקן. אָבער פֿאַר וואָס וויל ער פֿאָרן מיך זען מיטן הונט? און אַז מע האָט שוין אַ הונט קען מען אים נישט אַ מאָל אָפּגעבן צום וועטערינאַר אָדער איבערלאָזן מיט אַ פֿרײַנד אויף אַ ווײַלע און פֿאָרן מיט אַן עראָפּלאַן? אַזוי האָב איך אים טאַקע געפֿרעגט. האָט ער מיר געענטפֿערט, אַז וווּהין ער גייט נאָר, גייט דער הונט מיט.

„אומעטום?“

„יאָ, אומעטום.“

„אויף דער אַרבעט אויך?“

„יאָ, עס אַרט קיינעם נישט. די מענטשן מיט וועמען איך אַרבעט זענען שוין צון אים צוגעוווינט.“

„אָבער פֿאַר וואָס?“ האָב איך זיך באַקלאָגט.

„אַלבערט איז שוין פֿערצן יאָר אַלט. דאָס איז אַלט פֿאַר אַ ׳גאָלדען רעטריווער׳. די לעצטע עטלעכע יאָר מיין איך, אַז אַ לאַדע טאָג וועט ער שטאַרבן, האָב איך אים אָנגעהויבן מיטצונעמען מיט זיך אומעטום. אַזוי, אויב ער וועט פּלוצלינג יאָ שטאַרבן, וועט ער כאָטש נישט זײַן אַליין.“

זײַנע וואַרעמע רייד האָבן טאַקע באַרירט די סטונעס פֿון מײַן האַרץ. און כ׳האָב אויפֿן אָרט זיך שיִער נישט פֿאַרליבט אין אים. וווּ געפֿינט מען אַ מאַן מיט אַזעלכע צאַרטע געפֿילן, אַז ער זאָל זײַן אַזוי סענסיטיוו צו די געפֿילן פֿון אַ הונט? אַזאַ מאַן וואָלט אַוודאי און אַוודאי געשאַנעוועט זײַן ווײַב. און איך האָב באַלד אָנגעהויבן פֿאַנטאַזירן ווי ווויל מיר וואָלט געווען ווען מיר לעבן ווי מאַן־און־ווײַב. האָב איך אים געהייסן קומען צו מיר מיטן הונט. כ׳האָב זייער געוואָלט זיך באַקענען מיט זיי ביידן איידער מיר שטעלן אַ חופּה!

כ׳האָב איגנאָרירט דאָס וואָס איך בין נישט זייער באַקוועם מיט חיות בכלל, אַפֿילו שטוב־חיות. מיר האָבן קיין מאָל נישט געהאַט קיין הינט אין שטוב ווײַל די עלטערן מײַנע, אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן, האָבן אַליין מורא געהאַט פֿאַר הינט. אָבער יענע געדאַנקען האָב איך אַוועקגעשטופּט אינעם ווײַטסטן ווינקל פֿון מײַן באַוווּסטזײַן, כּדי צו מאַכן אַן אָרט פֿאַר די ראָזעווע באַלאָנען פֿון פֿאַנטאַזיע.

עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך בין שוין גרייט אויפֿן וויזיט. מיט צוויי טעג שפּעטער קלאַפּט וועלוול בײַ דער טיר. כ׳האָב זיך געהאַט אויפֿגעכאַפּט אַנדערטהאַלבן שעה פֿריִער ווי געוויינטלעך, איך זאָל האָבן גענוג צײַט אויסצוקלײַבן עפּעס שיינס אָנצוטאָן און אַ ביסל צוראַמען די קיך. איך האָב זיך אָבער נישט געריכט אויף אַזאַ ריזיקן הונט וואָס איז מיר יעצט געשטאַנען פֿאַר די אויגן. כ׳האָב געמיינט, אַז די שכנים קענען הערן ווי אַלע שיינע באַלאָנען האָבן זיך מיט אַ מאָל צעפּלאַצט.

דער הונט איז געווען ממש די גרייס פֿון אַ פֿערדל, אַ ׳פּאָני׳, און גוט אויסגעפּאַשעט דערצו! מיר האָט ער אויסגעזען ווי עפּעס אַ ווילדע בריאה; צוויי אויגן גרויס ווי שעלעכלעך האָבן אויסגעשטאַרצט אויף מיר, און ס׳איז בײַ אים גערונען די סלינע פֿון פּיסק. אַז ער האָט אַרײַנגעשטעקט די נאַסע מאָרדע זײַנע צו מיר אין בויך האָב איך זיך דערשראָקן און געגעבן אַ קוויטש. כ׳בין צוריקגעשפּרונגען אָבער דער הונט, אַלבערט, איז נישט אָפּגעשטאַנען, נאָר אָנגעהויבן אַ שמעק־רעוויזיע פֿון מיר. וועלוול האָט דעם הונט נישט געהאַלטן אויף קיין שטריקל. די זשופּקע איז בײַ מיר אין פֿאָרנט שוין געווען נאַס פֿון סלינע און איך האָב געבעטן, כּמעט מיט טרערן אין די אויגן: „וועלוול, נעם דעם הונט אַוועק פֿון מיר!“ ער האָט אָבער אָנגעהויבן צו כיכען.

„אַזאַ ברוך הבא גיסטו מיר?“ האָט ער געפֿרעגט. „דאָס איז אַלבערט. באַקענט זיך. ער איז אַ וווילער הונט אין איך האָב געוווּסט אַז דו וועסט אים אויך געפֿעלן.“

מיט אַ מאָל איז מיר אײַנגעפֿאַלן אַז אויב דער הונט טרעט נישט אָפּ פֿון מיר קען איך אַנטלויפן פֿון אים. האָב איך זיך געגעבן אַ קער רעכטס און בין אַרײַן אין קיך. דער הונט איז געגאַנגען לינקס און, געלויבט דעם אייבערשטן, איז אַרײַן אין אַ זײַטיק צימערל. דאָס איז געווען גוט, ווײַל כ׳האָב מורא געהאַט ער זאָל נישט אַרײַנגיין אין סאַלאָן און טרעטן אויפֿן ווײַסן טעפּעך מיט די שמוציקע לאַפּעס. אין יענעם צימערל איז נישטאָ צו פֿיל אַ תּל צו מאַכן, בין איך אַ ביסל געקומען צו זיך. כ׳האָב וועלוולען געבעטן אויך אַרײַנוקומען אין קיך און זיך אַוועקזעצן בײַם טיש. כ׳האָב געגעבן אַ שוואַכן לאַך, געלאַכט פֿון זיך אַליין, אַז אַ דערוואַקסענע פֿרוי האָט מורא פֿאַר אַ הונט: האַ, האַ! (כאָטש, אין דער אמתן, וואָלט אויף דעם הונט, דעם אַלבערט, אַ קינד געקענט ממש רײַטן.

דאָס איז דאָס ערשטע מאָל וואָס וועלוול און איך זעען זיך, האָב איך נישט געוואָלט אויסזען נאַריש אין זײַנע אויגן. איך האָב אים העפֿלעך געפֿרעגט ווי לאַנג עס האָט אים גענומען דאָס פֿאָרן, צי ער וויל עפּעס טרינקען, אפֿשר טיי, צי ער וויל עפּעס עסן. ס׳האָט זיך מיר אויסגעדאַכט, אַז ער קוקט מיך אָן מיט אַ געוויסער קילקייט.

יאָ, פֿון זײַן זײַט איז ער גערעכט געווען. ער האָט דעם הונט ליב און ער האָט אים געפֿירט אַהער, איך זאָל אים אויך ליב האָבן און דאָס וואָלט אונדז דערנענטערט איינער צום צווייטן. ס׳איז אים נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז איך זאָל אַזוי שטאַרק רעאַגירן און אַזוי נעגאַטיוו דערצו, איז יעצט וואַרט ער צו זען וואָס וועט ווײַטער זײַן. האָב איך באַשלאָסן צו מאַכן אַן אָנשטעל אַז איך האָב ליב אַלבערט.

„וועלוול, וואָסער טיי ווילסטו?“ האָב איך אים געפֿרעגט, אויסשטעלנדיק פֿינפֿערלײ מינים טיי אויפֿן טיש. „און רוף אַלבערטן אויך אַרײַן. איך וועל אים געבן אַ שיסל וואַסער. ער מוז אויך זײַן דורשטיק,“ און איך האָב צו וועלוולען אָנגעשטעלט אַ קליינעם שמייכל.

איך האָב אָנגעפֿילט אַ פּלאַסטישע שיסל מיט וואַסער און אים אַוועקגעשטעלט אויף דער פּאָדלאָגע. ווען וועלוול האָט דעם הונט צוגערופֿן איז ער באַלד געקומען צו לויפֿן. ער האָט דערזען די שיסל וואַסער און מיט אַן אימפּעט אין אים אַרײַנגעשטעקט דעם ריזן קאָפּ זײַנעם און די שיסל גלײַך איבערגעקערט. „אוי אַ בראָך!“ האָט זיך בײַ מיר אַרויסגעכאַפּט, בעת דער הונט האָט געכליעפּטשעט דאָס וואַסער פֿון דער פּאָדלאָגע ניצנדיק זײַן גרויסע צונג מיט שוואַרצע פֿלעקן. כ׳האָב באַלד גענומען אַ שטשערקע און אָנגעהויב ווישן די פּאָדלאָגע אַזוי ווײַט פֿון הונט ווי מעגלעך.

„איך וועל דיר העלפֿן,‟ האָט וועלוול געזאָגט. „גיב מיר אַ שמאַטע.“

„ניין, ניין, נעם דעם הונט אַרויס פֿון דאַנעט. ער איז קראַנק! ער האָט שוואַרצע פֿלעקן אויף דער צונג. ס׳איז אים עפּעס.“

כ׳בין אַראָפּ אויף די קניִעס מיט דער שטשערקע און אָפּגעווישט די פּאָדלאָגע. די לאַנגע זשופּקע מײַנע איז אין גאַנצן דורכגעווייקט געוואָרן און איך האָב דערהערט ווי וועלוול צעלאַכט זיך שוין ווידער.

„ער האָט שוין די פֿלעקן אַ לאַנגע צײַט,“ זאָגט ער.

„ער איז שוין קראַנק אַ לאַנגע צײַט און דו האָסט אים געברענגט אַהער? ברענג אים בעסער צון אַ וועטערינאַר,“ האָב איך געזאָגט און דערפֿילט ווי עס פֿאַררייטלען זיך מײַנע באַקן פֿאַר כּעס. „איך גיי אַרויף זיך איבערטאָן. אַלץ איז בײַ מיר נאַס.“

ווען כ׳האָב געזאָגט די ווערטער האָב איך באַמערקט, אַז אין קיך איז פֿינצטער געוואָרן. ס׳איז שוין נאַכט? ס׳קען נישט זײַן, האָב איך געטראַכט און כּמעט אַרויפֿגעלאָפֿן די טרעפּ צו זיך אין שלאָפֿצימער. כ׳האָב גיך אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון זיך די קליידער, ווען כ׳האָב דערהערט דעם קנאַק פֿון אַ דונער און דעם פּליוך פֿון אַ שלאַקסרעגן. כ׳האָב געפּרוּווט פֿאַרמאַכן די פֿענצטער און געהערט ווי וועלוול שרײַט צום הונט: „אַלבערט! אַלבערט!“

און איידער וואָס ווען לויפֿט אַלבערט אַרײַן צו מיר אין שלאָפֿצימער, שפּרינגט אַרויף מיט זײַנע גרויסע בלאָטיקע לאַפּעס, און מיט דער רינענדיקער סלינע אויף מײַן ברייטן, ריינעם שיין־פֿאַרשפּרייטן בעט, וווּ עס זענען געלעגן עטלעכע בלוזקעס וואָס איך האָב געהאַט אָנגעמאָסטן אין דער פֿרי און נישט באַוויזן אויפֿצוהענגען. ווײַזט אויס אַז כ׳האָב פֿאַרגעסן גוט צו פֿאַרמאַכן די טיר, ווען איך בין אַרויפֿגעלאָפֿן זיך איבערטאָן.

ווען כ׳האָב דערהערט וועלוולס טריט אויף די טרעפּ זוכענדיק אַלבערטן האָב איך זיך, פֿון מײַן זײַט, אַ וואָרף געטאָן אויף דער טיר און אויסגעשריגן: „גיי אַוועק! גיי צוריק אַראָפּ! איך טו זיך איבער!“ און כ׳האָב גוט פֿאַרשלאָסן די טיר. וועלוול איז געבליבן שטיין אויף די טרעפּ און געשריגן צו אַלבערטן: „קום אַלבערט! קום אַלבערט!“ אַלבערט האָט זיך געמאַכט נישט־וויסנדיק און מיך אָנגעקוקט מיט די אויסגעגלאָצטע אויגן. איך האָב אים צוריק געקוקט אין די אויגן. מיט דער פּלייצע צו דער וואַנט און מיט די הענט הינטער זיך, האָב איך געטאַפּט די וואַנט און זיך געלאַסן צוגערוקט צו מײַן קליידער־שאַפֿע וואָס איז אַליין די גרייס פֿון אַ קליינעם קאַמער.

בשעת־מעשׂה האָב איך מורא געהאַט צו אָטעמען און די גאַנצע צײַט זײַנען מײַנע אויגן געווען געשלאָסן אין זײַנע. ביז דער אייבערשטער האָט געהאָלפֿן און איך האָב זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער שאַפֿע און פֿאַרהאַקט די טיר. אינעווייניק האָב איך ערשט טיף אָפּגעאָטעמט. כ׳האָב אויסגעקליבן אַן אַנדער בלוזקע און אַ דזשינס־זשופּקע און מורא געהאַט ווידער צו עפֿענען די טיר ביז כ׳האָב זיך געכאַפּט, אַז דער הונט בילט מער נישט און לויפֿט נישט אַרום. ההמם… ס׳איז טאַקע עפּעס מאָדנע שטיל…

כ׳האָב אויפֿגעפּראַלט די טיר אַ ספּאַרע און אַרויסגעקוקט. דער הונט זיצט אין מיטן בעט מיט עטלעכע שמאַטעס אַרום זיך. די שמאַטעס זענען געווען מײַנע קליידער, די קליידער וועלכע כ׳האָב נישט באַוויזן אַוועקצולייגן אין דער פֿרי. ווען איך האָב זיי באַקוקט שפּעטער האָב איך געזען אַז אַלבערט האָט זיי גוט געהאַט צעקײַט און צעריסן, אָבער יעצט האָב איך דערזען אַז ער האַלט אין מויל און קײַט איינעם פֿון מײַנע טײַערע באַראַנקאָווע שטעקשיך פֿון אויסטראַליע. דערפֿאַר האַווקעט ער נישט!

אָבער ווי לאַנג האָב איך געקענט בלײַבן אין דער שאַפֿע? האַב איך אויסגעטראַכט אַ פּלאַן: איך וועל אַרויסגיין, מאַכן אַן אָנשטעל פֿון גבֿורה, אַלבערטן קוקן גלײַך אין די אויגן ווי פֿריִער, שמייכלען און שעפּטשען גוטע ווערטער: „שיינער הונט, פֿײַנער הונט,“ ביז איך וועל אָנקומען גענוג נאָענט צו אים אַוועקצונעמען מײַן שטעקשוך. דאָס האַרץ האָט בײַ מיר געקלאַפּט ווי אַ פּויק, אָבער איך האָב געפּרוּווט אויספֿירן דעם פּלאַן, ביז איך בין געקומען אַ האַלבן מעטער פֿון אים און פּאַוואָליע אַרויסגעשטעקט אַ האַנט צו נעמען דעם שטעקשוך. דאַן האָט ער זיך בייז צעוואָרשטשעט, אָבער נישט געעפֿנט דאָס מויל. כ׳האָב שטאַרק מורא געהאַט, גיך געעפֿנט די טיר, געגעבן אַ קוויטש: „וועלוול!“ און געלאָפֿן אים געפֿינען.

וועלוול איז געזעסן אין צימערל און געלייענט די טעקסטלעך אויף זײַן מאָבילקע. „וואָס איז? וואָס איז? פֿאַר וואָס ציטערסטו אַזוי?“

„דער הונט ברומט ווי ער וואָלט מיך געוואָלט הרגענען.“

„ניין! ער איז אַן אַלטער הונט, אַ גוטער. ער האָט נאָך קיינעם נישט דערהרגעט. באַרויִק זיך. דו ביסט מיט אים געווען אַזוי לאַנג אויבן, אַז איך האָב געמיינט איר זײַט שוין פּאַני בראַט!“

„דו לאַכסט שוין ווידער אָפּ פֿון מיר. גיי אַרויף און נעם אים אַרויס פֿון מײַן שלאָפֿצימער. נעם צו בײַ אים מײַן שטעקשוך און נעם אים אַרויס פֿון מײַן הויז!“

„יעצט קען איך אַרויפֿגיין אין דײַן שלאָפֿצימער?“ האָט ער געפֿרעגט, שמייכלענדיק, ווידער מיט חוזק.

„יאָ, פֿאַר וואָס נישט? אַז איך בין דאָרטן נישטאָ, מעגסטו אַרויפֿגיין,“ האָב איך אים געזאָגט און ווען ער איז שוין געווען אויף די טרעפּ, האָב איך אים נאָכגעשריגן: „נעם פֿון אים אַוועק מײַנע קליידער און מײַן שטעקשוך.“

עטלעכע מינוט שפּעטער שרײַט ער אַראָפּ צו מיר: „קום אַרויף אַהער. דו מוזסט מיר מיט עפּעס העלפֿן, און ברענג פּאַפּירענע האַנטעכער.“

„ניין, איך קום נישט אַרויף. גענוג מיט דײַנע קונצן. אַלע מענער זענען די זעלבע.“

ווען ער איז אַראָפּגעקומען האָב איך אים געזאָגט, אַז ס’רעגנט נישט מער. „נעם דעם הונט אַרויס פֿון מײַן הויז.“

„איז ווען וועלן מיר האָבן אַ געלעגנהייט צו רעדן?“

„יעצט בין איך צו אויפֿגערעגט צו רעדן, און אויב דו ביסט אַלע מאָל צוזאַמען מיטן הונט מיין איך ס׳איז אויס שידוך. ס׳איז אַ שאָד, אָבער דאָס איז מיר קלאָר. די הענט און פֿיס וואַרפֿן זיך בײַ מיר. איך וועל מוזן אײַננעמען אַ וואַליום זיך צו באַרויִקן.“

„נו, ווי דו ווילסט! כ׳האָב געהאָפֿט, אַז עס וועט זײַן אַנדערש.“  

ער האָט דעם הונט געהאַלטן פֿאַרן קאָלנער. אַלבערט האָט נאָך אין דער מאָרדע געהאַלטן דאָס וואָס איך האָב קוים דערקענט איז מײַן שטעקשוך.

„איך האָב אויך נישט באַוויזן אַוועקצונעמען דעם שוך,‟ האָט ער צוגעגעבן. „אָבער קוק אים אָן. זעסטן נישט ווי ער שעמט זיך? וואָס קען מען טאָן? ער ווערט זייער צערודערט פֿון דונער און בליצן.“

„וועלוול…“ האָב איך אָנגעהויבן זיך באַקלאָגן, אָבער ער האָט מיך איבערגעהאַקט.

„גלייב מיר, איך האָב געפּרוּווט אַרויסנעמען דעם שוך אָבער כ׳האָב בשום־אופֿן נישט געקענט.“

וועלוול און אַלבערט זענען ביידע פּאַמעלעך צוגעגאַנגען צום אויטאָ, זיך אַרײַנגעזעצט און אַוועקגעפֿאָרן. כ׳האָב זיך דערפֿילט ליידיק אינעווייניק, אין גאַנצן אָן געפֿיל. ס׳איז נישט געווען שפּעט, נאָר איך האָב זיך געוואָלט צולייגן אַ ביסל, איבערקלערן וואָס האָט דאָ פּאַסירט. בין איך אַרויף צו זיך אין שלאָפֿצימער און געפֿונען נישט נאָר די צעקײַטע בלוזקעס מײַנע אויפֿן בעט, נאָר אונטער די גאַרדינען — אַ „מתּנה‟ פֿון אַלבערטן. דערפֿאַר האָט וועלוול געוואָלט די פּאַפּירענע האַנטעכער! „צון אַל די שוואַרצע יאָר!“ האָב איך אויסגעשריגן.

כ’האָב גענומען אַ קיבל וואַסער, שמאַטעס, זייף און אַ דראָטענעם באַרשט און געשוווירן אַז קיין הינט וועלן שוין מער נישט איבערטרעטן מײַן שוועל.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.