איך האָב געהערט אַ קורס אין חסידיש ייִדיש און ס׳איז געווען אויסערגעוויינטלעךI took a course in Hasidic Yiddish and it was fabulous
דער קורס בײַם ווינער אוניווערסיטעט אין עסטרײַך איז מסתּמא געווען דער ערשטער פֿאָרמעלער שפּראַכקורס אין חסידיש ייִדיש
כאַפּטס אַרײַן, ייִדן — עס האָט זיך אָנגעהויבן דער פֿעסטיוואַל „ייִדיש ווײַמאַר“ און הײַיאָר נעמט ער אַרײַן אַ קורס אין חסידיש ייִדיש — שפּראַך, קולטור, מוזיק און אַפֿילו טאַנץ.
איך קען דעם קורס רעקאָמענדירן מיטן גאַנצן האַרצן, ווײַל פֿונעם 8טן ביזן 12טן יולי האָט כּמעט די זעלבע גרופּע דורכגעפֿירט אַן ענלעכע פּראָגראַם אין ווין, אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם ווינער אוניווערסיטעט. ער איז געווען אויסערגעוויינטלעך. מײַן גרעסטע טענה אין ווין איז געווען: די פּראָגראַם איז צו קורץ — איין וואָך איז נישט גענוג! אָבער דערפֿאַר איז די פּראָגראַם אין ווײַמאַר צוויי וואָכן אַנשטאָט איינער.
דער שפּראַכקורס איז פֿונעם 23סטן יולי ביזן 4טן אויגוסט. דאָרט לערנט אַ גאַנצע פּלעיאַדע טאַלאַנטירטע און כאַריזמאַטישע לערערס און פֿאָרשערס: זאָיִ בעלק, אלי בענעדיקט, מענדי קאַהן, אסתּר סענדרוי און יאַנינאַ וווּרבס.
אין ווין זענען אי די סטודענטן, אי די לערערס געווען אויסערגעוויינטלעך. ס’איז געקומען אַ גאַנצע כאָפּטע לינגוויסטן פֿון דער שווייץ (איינער אַ ישׂראל־געבוירענער), וואָס זיי האָבן צווישן זיך געשמועסט אויף זייער סוד־שפּראַך, שווייצער דײַטש. זייער פֿאָרשונג האָט צו טון מיט די אַמישע אין אַמעריקע — אַ פּראָטעסטאַנטישע סעקטע, וואָס איז באַקאַנט פֿאַר איר אַלטמאָדישן לעבנס־שטייגער. מע זעט די אַמישע אָפֿט אויף די גאַסן פֿון פּענסילווייניע און אָהײַאָ, ווײַל זיי פֿאָרן נאָך מיט פֿערד־און־וואָגן. די קריסטלעכע אַמישע און (להבֿדיל) אונדזערע חסידים ווײַזן אַרויס אַ סך ענלעכקייטן צוליב זייער פֿרומקייט און קולטורעלן איזאָלאַציאָניזם.
אויף וויפֿל איך ווייס, איז דער ווינער קורס געווען דער ערשטער, אין וועלכן מע האָט געלערנט די גראַמאַטיק, אַרויסרייד און פֿראַזעאָלאָגיע פֿון חסידיש ייִדיש. ווי אַ בײַשפּיל פֿון דער חסידישער גראַמאַטיק: בײַ ייִדישיסטן לערנט מען מיר גייען, איר גייט אאַז”וו. בײַ חסידים זאָגט מען געוויינטלעך אונדז גייען. דער עלטערער דור זאָגט נאָך איר גייט אָדער עץ גייט, אָבער בײַם ייִנגערן הערט מען שוין ענק גייען און אַפֿילו אײַך גייען. (היט זיך אָבער, ייִדן: ווען איר זאָלט אַרויסרעדן אַזעלכע זאַכן אין געוויסע ערטער, וועט זיך די ערד אויפֿעפֿענען אונטער אײַערע פֿיס און אײַך אײַנשלינגען.)
די חסידישע פֿראַזעאָלאָגיע האָט געלערנט אַ סטודענטקע בײַם ווינער אוניווערסיטעט, איידל מאַלאָוויצקי, וואָס זי איז אַליין אויפֿגעוואַקסן אין די חסידישע קרײַזן. אין ווין וווינען אַרום 300 חסידישע משפּחות, אפֿשר 2,000 חסידים סך־הכּל. איידל האָט געבראַכט אַ סך פֿראַזעס און אויסדרוקן, וואָס זי האָט געהערט פֿונעם טאַטן און פֿון דער באָבען, איר צו לענגערע יאָר.
צוויי אַנדערע וואָס קומען פֿון חסידישע משפּחות — זאָיִ בעלק און אלי בענעדיקט — וווינען און לערנען אין מאָנטרעאָל, אָבער ער שטאַמט פֿון ישׂראל און זיי ביידע רעדן דאָס ירושלימער ייִדיש. כאָטש חסידים רעדן הײַנט אויף אַן ענלעכן אופֿן איבער דער וועלט, הערט מען פֿאָרט אַ סך אַנדערשקייטן אין די פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן, ספּעציעל בײַ די ירושלימער.
כּמעט די גאַנצע צײַט בײַ די סטודענטן האָט געהערשט אַ פֿריילעדע שטימונג, דער עיקר אַ דאַנק די גאַסטלערער מענדי קאַהן און אלי בענעדיקט, וואָס זיי ווייסן ווי אַזוי צו פֿאַרווײַלן און פֿאַרכאַפּן אַן עולם. לאַנגע יאָרן האָבן זיי געאַרבעט צוזאַמען בײַ „יונג ייִדיש“ אין תּל־אָבֿיבֿ — אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס מענדי פֿירט אָן דערמיט איבער דרײַסיק יאָר.
די נאָכמיטאָג־פּראָגראַמען פֿונעם קורס וואָס איך האָב גענומען אין ווין זענען פֿאָרגעקומען בײַ „יונג ייִדיש ווין“, אַ נײַער אינסטיטוט געשאַפֿן אויפֿן מוסטער פֿון „יונג ייִדיש“. פּראָפֿ׳ אשׂתּר סענדרוי האָט געשאַפֿן „יונג ייִדיש ווין“ אין מיטן דער פֿרומער ייִדישער געגנט פֿון דער עסטרײַכישער קרוינשטאָט קעגן איבער שטייט אַ בית־מדרש און אויפֿן הויף הערט מען אָפֿט חסידישע קינדערלעך, וואָס שפּילן זיך אויף מאַמע־לשון.
לויט מיר זענען די בעסטע פּראָגראַמען געווען דער קאָנצערט און דער טאַנצוואַרשטאַט, וואָס אויף ביידע האָט זיך ספּעציעל אויסגעצייכנט אלי בענעדיקט. דער ייִד טאַנצט ווי אַ דערוויש (אַ גיך דרייענדיקער טערקישער טענצער) און זינגט ווי אַ מלאך. אַזעלכע האַרציקע חסידישע לידער, אַז זיי קענען רירן אַ שטיין.
צום סוף, מוז איך עפּעס זאָגן וועגן דער שטאָט ווין, וואָס זי איז אַזוי שיין, אַז עס גלייבט זיך נישט — אַן אמתער גן־עדן. יעדער בנין אין צענטער שטאָט זעט אויס ווי אַ פּאַלאַץ, וווּ דער קייסער פֿלעגט פֿירן שטאַט מיט זײַנע הויפֿלײַט. עס איז אַזוי שיין, אַז איך בין אַפֿילו געוואָרן בייז אויף די עסטרײַכער — מסתּמא אויס קינאה. פֿאַר וואָס האָבן זיי דעם דאָזיקן גן־עדן, בשעת ייִדן אין ישׂראל לעבן אונטער אַ האָגל פֿון ראַקעטן? שוין אָפּגערעדט די אוקראַיִנער. אָבער דאָס איז שוין אַ טעמע פֿאַר אַן אַנדער אַרטיקל.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO